בלאט 1 פון 2
מסתמא ביסטו א חסיד
נשלח: פרייטאג מאי 29, 2015 12:48 pm
דורך רויטע וואנצעס
אויב דיין טראנק איז פיל מיט קנאבל און זמירות'לעך
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב דיין בארד איז צוויי דריטל פון דיין פאספארט בילד
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב דרייווסטו א מיני ווען מיט א צוקראצטע באמפער און איין שפיגל
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב דיין ציצית דערציילט א מעשה
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב גייסטו מיט א מאנטל אין די זוממער
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב דיין מלמד שלאגט ווי דיין ברודער
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב דיין טאטע שטייט אויף נאך דיר
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב דיין באס דרייווער ליידט אויף די נערווען
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב ווילאמסבורג איז ביי דיר ירושלים
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב קאווע איז דיין דראג
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב טשולענט נאכווייען איז דיין כעמעסטרי עדיוקעישאן
מסתמא ביסטו א חסיד
נשלח: פרייטאג מאי 29, 2015 2:09 pm
דורך [NAMELESS]
[tag]רויטע וואנצעס[/tag], מיינע הוספות זענען שוין מער ווי דיין גאנצער ארטיקל...
אויב דיין יום טוב איז דיין רבי'ס יארצייט
מסתמא ביזטו א חסיד
אויב מקוה גיין איז אפיליאירט מיט פיס רייבעריי
מסתמא ביזטו א חסיד
אויב דיין טעלער פיש האט נישט געזען קיין גאפל
מסתמא ביזטו א חסיד
אויב דו 'באווייזט' אפצו'פטר'ן א תחנון מאנטאג און דאנערשטאג
מסתמא ביזטו א חסיד
אויב דו ווייסט פונעם רמז אז מקוה איז נוטריקון מ'ילך קו"ה [-קאווע]
מסתמא ביזטו א חסיד
אויב דו לערנסט נישט קיין ווארט כדי די קליפות זאלן עס נישט צו כאפן
מסתמא ביזטו א חסיד
אויב פת שחרית ווערט אידענטיפיצירט מיט לעקעך אין ביהמ"ד
מסתמא ביזטו א חסיד
אויב ווייסטו פונקטליך די חילוק פון א שייטל/שפיצל/פראנט/אראפגעבינדן/בענדענע
מסתמא ביזטו א חסיד
אויב דיין מורה דרך'ס ברודער איז דיין פיינט
מסתמא ביזטו א חסיד
אויב רעדסטו פון 'טועם זיין' ווען ס'ווארט דיר אפ א שטיקל סטעיק
מסתמא ביזטו א חסיד
אויב דיין ווייב שלעפט די קערידזש מיט אלע קינדער און דו גייסט פאראויס
מסתמא ביזטו א חסיד
אויב דו שעמסט דיך נישט צו פלוידערן נאקעט אין מקוה
מסתמא ביזטו א חסיד
אויב פארסטו ארויס א שעה פון היימישן געגענט צו קענען פארן מיט א בייק
מסתמא ביזטו א חסיד
נשלח: פרייטאג מאי 29, 2015 2:48 pm
דורך רויטע וואנצעס
מיוסד אויפן
comedy routine פון קאמיקער Jeff Foxworthy.
אדנירם
דער עולם איז מכובד צוצולייגן נאך, מיט שמייכעל טעם.
נשלח: פרייטאג מאי 29, 2015 3:00 pm
דורך שמיגעגי
און די ביסט נאך אלטס proud צו זיין א חסיד
דאן ביזטו א חסיד
Re: מסתמא ביסטו א חסיד
נשלח: פרייטאג מאי 29, 2015 3:01 pm
דורך [NAMELESS]
אויב הערסטו נישט אויף צו מאכן ליצנות פון דיר אליין,
מסתמא ביסטו א חסיד,
נשלח: פרייטאג מאי 29, 2015 3:33 pm
דורך אפטעמיסט
אויב רייכערסטו מיט א גאפל
מסתמא ביסטו א חסיד;
אויב האלטסו "פון פענע צום בלאט" איז מעכטיגע נייעס
ביסטו נעבעך א צערידערטער חסיד;
אויב פארטיידיגסטו דיין רבי'נס טעראר
איז א רחמנות אויף אלע חסידים;
אויב ביסטו איבער די צוואנציג און נאך אלס א סדרן ביים רבי'נס
זונ'ס חתונה
ביסטו א ריכטיגער חסיד;
אויב ביסטו גאר פון דעם רבי'נס מאטארקאדע
ביסטו פון די געלונגענע חסידים;
אויב דיינע קינדער טרעפן יא ישיבות
אפשר לוינט זיך טאקע צו זיין א חסיד;
און אויב שיקסטו מעמדות פאר'ן אנגעפאשעטען על סיר הבשר
בלייב טאקע א חסיד.
נשלח: מוצ"ש מאי 30, 2015 10:09 pm
דורך שמעקעדיג
אדנירם האט געשריבן:אויב ווייסטו פונקטליך די חילוק פון א שייטל/שפיצל/פראנט/אראפגעבינדן/בענדענע
מסתמא ביזטו א חסיד
דאס פארשטיי איך נישט...
חוץ מזה איז אלעס אזוי ריכטיג...
נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 2:06 am
דורך [NAMELESS]
שמיגעגי האט געשריבן:און די ביסט נאך אלטס proud צו זיין א חסיד
דאן ביזטו א חסיד
אבער אויב איז מען ״שטאלץ״ (אין גאליצעיאנע הבהרה) דאן איז מען א באבאווע חסיד
נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 2:19 am
דורך שבת אחים
אפטעמיסט האט געשריבן:אויב רייכערסטו מיט א גאפל
מסתמא ביסטו א חסיד;
אויב האלטסו "פון פענע צום בלאט" איז מעכטיגע נייעס
ביסטו נעבעך א צערידערטער חסיד;
אויב פארטיידיגסטו דיין רבי'נס טעראר
איז א רחמנות אויף אלע חסידים;
אויב ביסטו איבער די צוואנציג און נאך אלס א סדרן ביים רבי'נס
זונ'ס חתונה
ביסטו א ריכטיגער חסיד;
אויב ביסטו גאר פון דעם רבי'נס מאטארקאדע
ביסטו פון די געלונגענע חסידים;
אויב דיינע קינדער טרעפן יא ישיבות
אפשר לוינט זיך טאקע צו זיין א חסיד;
און אויב שיקסטו מעמדות פאר'ן אנגעפאשעטען על סיר הבשר
בלייב טאקע א חסיד.
אפטע האסט אויסגעלאזט , אויב לייענסטו קאווע שטיבל
ביסטו פון די אויפגעקלערטע חסידים ;
בד״ו וויאזוי רייכערט מען מיט א גאפל ?

נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 2:44 am
דורך גרויסע מענטשעלע
ס'איז דא א קליפ אויף יוא טוב (כ'האב נישט די לינק) ווי עפעס א משוגענער רייכערט אין צפת נאן סתם מיט סאשי שטעקענעס. ער זאגט ער האט נאך קיינמאל נישט געטאטשט א ציגערעטל ווייל ס'איז נישט געזונט [emoji3]
Re: מסתמא ביסטו א חסיד
נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 3:20 am
דורך שמוליק
טאמער דיין מויל שמעקט פון צועה
מסתמא ביסטו א חסיד
טאמער די וויסט וואס א שמאטע מיינט
מסתמא ביסטו א חסיד
נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 3:58 am
דורך געוואלדיג
שמוליק האט געשריבן:טאמער דיין מויל שמעקט פון צועה
מסתמא ביסטו א חסיד
טאמער די וויסט וואס א שמאטע מיינט
מסתמא ביסטו א חסיד
טאמער קענסטו נישט גוט ספעלן
מסתם ביסטו ?
נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 6:46 am
דורך [NAMELESS]
שמוליק האט געשריבן:טאמער דיין מויל שמעקט פון צועה
מסתמא ביסטו א חסיד
טאמער די וויסט וואס א שמאטע מיינט
מסתמא ביסטו א חסיד
שיינע שטיקל שטירמער!?דו ווייסט וואס כ'וועל דיר זאגן?
דו
[פארמעקט] איינער, זעקל דיך אפ פון דא!
נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 5:04 pm
דורך רויטע וואנצעס
כ'האב טאקע קודם זייער מורא געהאט צו עפענען אזא אשכול, איך בין נישט קיין סיסטעם דערביטערטע סעלף העיטינג האקער. דאס איז אין שמייכעל. אלזא פאר מ'דריקט דעם שיק קנעפל, דארף מען זעכער מאכן אז יעדע שורה וועט ברענגן א לייכטע שמייכל, ווי איידער שנאה.
Re: מסתמא ביסטו א חסיד
נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 6:01 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך בין אויך נישט קיין סעלף-העיטינג חסיד. מ'האט מיר מזכה געווען צו זיין א שונא בלויז פון אנדערע
נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 6:33 pm
דורך [NAMELESS]
גראדע קען איך איינעם א סעלף-העיטינג ליטוואק, האסט שוין אמאל באגעגנט אזאנס ?
נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 6:51 pm
דורך שבת אחים
נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 6:53 pm
דורך שבת אחים
/
נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 6:55 pm
דורך שמיגעגי
בן אדם האט געשריבן:גראדע קען איך איינעם א סעלף-העיטינג ליטוואק, האסט שוין אמאל באגעגנט אזאנס ?
כ'קען עס זייער גיט פארשטיין!
Re: מסתמא ביסטו א חסיד
נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 6:55 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
א ליטוואק ווייסט נישט פון סעלף. ער האט אלס פיינט יענעם
נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 6:58 pm
דורך שמיגעגי
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א ליטוואק ווייסט נישט פון סעלף. ער האט אלס פיינט יענעם
דאס די חדוש
נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2015 11:36 pm
דורך רויטע וואנצעס
אויב איימעצוויבל איז ביי דיר א ווארט
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב דו האסט א פשוטע פאן מיט א סמארט פאן
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב דיין האנימאן מיינט גיין צו וואלמארט
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב די park איז דיינע קינדערס דיזנילאנד
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב זכר בונדלעך גייט מיט ביר
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב גייסטו אין האט טאב מיט אנדערע מענער
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב דיין מויל איז דיינע ברילן'ס דישוואשער
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב דיינע ברילן'ס הענטלעך זענען דיינע אויערענס ציין בערשטעל
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב "געשמאקער אינגערמאן" איז דיין טיטל
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב להלכה ולא למעשה איז דיין סלאגאן
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב האום דיפא איז פאר דיר ווי גאונטאמענא בעי
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב דיין שירעם איז א רעגן שטריימעל
מסתמא ביסטו א חסיד
נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 12:34 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אויב דיין ווייב ביגעלט דיין גאטשעס,
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב דו האסט מער זילבערווארג ווי קייסער ווילהעלם אין א דירה פון אנדערהאלב צימער'ן,
מסתמא ביסטו א חסיד.
ווען א תקנה חתונה מיינט מ'האט 'נאר' געקויפט א קאפ שיצער פאר $1200,
מסתמא ביסטו א חסיד.