בלאט 1 פון 2

קענען קאבאליסטן און מיסטיקער טאקע זען?

נשלח: פרייטאג מאי 29, 2015 1:41 pm
דורך חקרן
א גוטן מיינע טייערע גוטע פריינט.

איך וויל זיך מיט אייך דורכשמועסן א וויכטיגע און אקטואלע נושא:
אזוי ווי איך קלער לעצטנס פון מאכן א געוויסע דראסטישער שריט אין מיין לעבן, א זאך וואס קען טוישן מיין לעבן מקצה אל הקצה. עס קען איבערדרייען מיין לעבן אויף גוט, ווידער קען די פלענער אויך דורכפאלן. דער שריט איז זייער א בלינדער, עס איז א זאך וואס מען קען כמעט נישט פאראויס זאגן ווי אזוי די זאכן וועלן זיך אנטוויקלען און געלונגען. אפילו קלוגע לייט און דרייסטע מענטשן וואס זאגן מיינונגען אין יעדן ענין, קענען מיר נישט מייעץ זיין דערין און זאגן קלאר אז זיי ווילן נישט אריינרעדן אין דעם ענין.

וויבאלד איך האב מורא צו נעמען דעם ענין אויף מיינע אייגענע פלייצעס, און איך זוך פארט מיט וועמען דאס דורכצורעדן, אבער קיינער קען מיר דערויף נישט ענטפערן. האב איך געקלערט אז איך וועל זיך ווענדן צו מיסטיקער, קאבאליסטן וכדו', אז זיי זאלן מיר פאראויס זאגן צי עס לוינט זיך פאר מיר וכדו'.

מיין שאלה איז, וויבאלד איך האב נאך קיינמאל נישט געטאן די זאכן, בין איך נייגעריג צו וויסן צי די חברה ווייסן טאקע וואס זיי רעדן און זעען טאקע פאראויס, אדער איז דאס הוילע בלאף, זאגן זאכן אין די לופט אריין, וואס מען קען זיי קיינמאל נישט אפפרעגן.

האט איינער עקספיריענס מיט זיי? - קען מען זיך טאקע מיט זיי צונויפשמועסן? - אויב יא, צו וועמען איז גוט צו גיין?

יישר כח.

נשלח: פרייטאג מאי 29, 2015 1:45 pm
דורך yatzmachp
די קורצע ענטפערן איז ניין.

Re: קענען קאבאליסטן און מיסטיקער טאקע זען?

נשלח: פרייטאג מאי 29, 2015 1:48 pm
דורך ירא שמים
קען זיין סדא וואס זען אבער רוב פון די וואס זענען אין די ליין זענען זיי מיט זייערע סעילס לייט בלאפערס ווייס איך נישט וואוזוי דו קענסט אנקומען צום ריכטיגען, דאס איז מיין השערה

נשלח: פרייטאג מאי 29, 2015 1:56 pm
דורך [NAMELESS]
די עיקר איז אויב זיי קענען גוט ליינען א קויטל. מ'דארף אבער האבן שכל פאר דעם אויך.

Re: קענען קאבאליסטן און מיסטיקער טאקע זען?

נשלח: פרייטאג מאי 29, 2015 2:56 pm
דורך [NAMELESS]
עס איז א נושא ווי די פלאסיבא אפעקט קען משפיע זיין?

נשלח: פרייטאג מאי 29, 2015 3:57 pm
דורך בן נריהו
יצחק קיממעל, פון פלעטבוש, איז א גרויסע אנטשיידער. זוך גוגעל און יוטוב. פארלעסליך, לויט פילע, איז ער.

נשלח: פרייטאג מאי 29, 2015 4:17 pm
דורך פארוואס?
איך האב זייער מיטלייד מיט דיר, אבער עס איז נישט פארהאן קיין איינער וואס קען דיר העלפן מיט איבער-נאטורליכע כוחות.

עס איז אבער יא דא עקספערטן, וועלכע קענען גוט אנשטעלן דעם שפיל, אז זיי זאלן באקומען די ריכטיגע נאמען דערפאר.

נשלח: פרייטאג מאי 29, 2015 4:22 pm
דורך chusid
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=RTKJJKIsvh8[/youtube]

פארוואס? וואס זאגסטו צו אים?

נשלח: פרייטאג מאי 29, 2015 5:03 pm
דורך וכדומה..
אוי פליז, לאדעך אפ פון דעי משוגעים, פאל נישט אריין דעי לאך, סוועט דיר נאר קאסטען געלט און עגמת נפש און דו וועסט מיט גארנישט ארויסקומען סייווי מיט זיי

Re: קענען קאבאליסטן און מיסטיקער טאקע זען?

נשלח: פרייטאג מאי 29, 2015 5:12 pm
דורך ירא שמים
זיי דיך מייעץ מיטן אמשינובער רבי שליט״א כגלייב העסט נישט חרטה האבן

Re: קענען קאבאליסטן און מיסטיקער טאקע זען?

נשלח: פרייטאג מאי 29, 2015 5:16 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
אלץ איינער וואס האט ליב די זאכן אין ארום געלאפען צו אסאך.
יא סאיז וואס קענען זעהן אין טאקע וואס קענען זעהן גיין דיר נישט זאגן דעם עתיד פאר אפאר סובות.
כהאב עס שטראדירט אין אי"ה אויפן אנדערע געלעגנהייט העל איך עס מסביר זיין באריכות
אבער דער תירוץ איז יא סאיז דא אזא זאך. אין די וואס לאכן אפ אדער זענען זיי נאכנישט אונגעקומען צו די ריכטיגע אין זיך אפגעבריט ביי די פאלטשע אדער נאכקיינמאל פרובירט.

נשלח: פרייטאג מאי 29, 2015 5:36 pm
דורך berlbalaguleh
בן נריהו האט געשריבן:יצחק קיממעל, פון פלעטבוש, איז א גרויסע אנטשיידער. זוך גוגעל און יוטוב. פארלעסליך, לויט פילע, איז ער.

הער נריה בן: זי מיינען ווארשיינליך דען הערר קיממעל דזשימי, וועלכער שפרעכט אונד טוט אונטערהאלטן די מענגעס אאוף די טעלעוויזיאן שטאציאן א.בע.צע. (גאט באהיט) דען די שאצונגען אאוף דען הערר קיממעל זינד זעער האוך...!... :roll: :roll:

נשלח: פרייטאג מאי 29, 2015 5:59 pm
דורך berlbalaguleh
חקרן: וועגן דיין שאלה איבער מיסטיקער און פעיקיקער. עיין הגה"צ מ'מישקאלץ שליט"א ביי די דריי געהרג'טע ישיבה בחורים, ר"ל...! ער איז טאקע געבליבן לעקיש, אבער ס'דא נאך גענוג סאקערס וועלכע גלייבן נאכאלץ אין איהם...!... :roll: :o

נשלח: פרייטאג מאי 29, 2015 6:13 pm
דורך [NAMELESS]
berlbalaguleh האט געשריבן:חקרן: וועגן דיין שאלה איבער מיסטיקער און פעיקיקער. עיין הגה"צ מ'מישקאלץ שליט"א ביי די דריי געהרג'טע ישיבה בחורים, ר"ל...! ער איז טאקע געבליבן לעקיש, אבער ס'דא נאך גענוג סאקערס וועלכע גלייבן נאכאלץ אין איהם...!... :roll: :o

דארפסט נישט קריכן ביזן מלאך ממישקאלץ, קענסט מאכן א פריערדיגע סטאפ ביים מיסטישן גורל הגר"א, געמאכט דורך הרב אלישיב'ס זון, וואס האט זיך אויך אויסגעלאזט א בוידעם ביי די דריי ישיבה בחורים.

נשלח: פרייטאג מאי 29, 2015 6:19 pm
דורך berlbalaguleh
אדנירם האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:חקרן: וועגן דיין שאלה איבער מיסטיקער און פעיקיקער. עיין הגה"צ מ'מישקאלץ שליט"א ביי די דריי געהרג'טע ישיבה בחורים, ר"ל...! ער איז טאקע געבליבן לעקיש, אבער ס'דא נאך גענוג סאקערס וועלכע גלייבן נאכאלץ אין איהם...!... :roll: :o

דארפסט נישט קריכן ביזן מלאך ממישקאלץ, קענסט מאכן א פריערדיגע סטאפ ביים מיסטישן גורל הגר"א, געמאכט דורך הרב אלישיב'ס זון, וואס האט זיך אויך אויסגעלאזט א בוידעם ביי די דריי ישיבה בחורים.

אדנירם: דאס איז אויך איינס פון די זאכן (און מענטשן) וועלכע זענען אווער-רעיטעד און אוווער-סאולד...עיין עוד הרב וואזנר שליט"א ו---"-!

Re: קענען קאבאליסטן און מיסטיקער טאקע זען?

נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 2:31 am
דורך גרויסע מענטשעלע
לאמיך אביסעל פארשטיין געבן פארן עולם מיין פוינט אוו ויא פין קאבאליסטען שטערן זעהרס ערליכע אידן וויפיל כהאב עס שטראדירט.

יא סאיז דא אזא זאך ביי אידן אין להבדיל ביי גוים
ביי אידן איז עס צוטיילט סתם א ערליכע איד א עובד השם אין ער קען מתפלל זיין אדער געבן זיין תורהדיג בליק
נאכדעם איז דא וואס מקען זיך לערנען חכמות היד והפרצף אין דורכדעם זעהן זיי אין זאגן זאכן
נאכדעם איז דא א קאבאליסט וואס זאגט אין זעהט זאכן דורך א כח וואס לכו' איז עס געשאנקענע מתנה פינעם אייבירשטען, אין ער זאגט נאר פינעם עבר למשל ער קען מתפלל זיין פאר דיר ער קען דיר זאגן אז די זאך וואס איז געשעהן צי דיר קומט וועגן די טוסט נישט דאס א משל דיין פרנסה איז שוואך ווייל די דאווענסט נישט מנחה (סווערט געברענגט אז מנחה איז מסוגל פאר פרנסה ) איצטער האט ער דיא צוגעזאגט אז דיין פרנסה גייט ווערן בעסער ניין סך הכל האט ער געוויסט צו זאגן אז די דאווענסט נישט אין ער פארעכט דיך.
יעצט אזוי פארשטייט זיך סאיז א גוטער ביזנעס ווייל ליידער נעבעך אין בית שאין שם עפעס א פראבלעם אין נאכמער ביי די גלויביגע ספארדישע קען מען מאכן אסאך געלד.
איז דארפסט דיך נאכפרעגן צו וועם יא צוגיין אין צו וועם נישט.

יעדער קאבאליסט קען האבן פלאפס אויך מזאגט נאך פין עפעס א פריערדיגע רבי אז אויף יעדער מופת וואס געלונגט איז 2 נישט געלונגען.

קיין נעמען ווער סיא גוט ווער נישט האבאיך נישט ליב צו רעדן דא סאם הוים ווארק.
אז די מאכסט א גרויסער אינוועסטמינט קענסטו צאלן אפאר אלפים צו טרעפען די ריכטיגע סך הכל אסאך דערפון זענען א גוטע קויטש סתם אזוי.

נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 11:15 am
דורך ברסלבער
די מיסטיקער וועלן געווענליך ענדערש וויסן זאכן וואס איז געווען ביז יעצט ווי זאכן וועלכע גייען זיין בעתיד. א קלוגער מיסטיקער וועט נאכן רעדן צו דיר עטליכע מינוט, שוין גאנץ גוט ארויסהאבן דיין מהות, און ער וועט דיר קענען אנצייגן אויף דיינע שוואכקייטן און שטארקייטן, און מיט דעם וועט ער דיר אפקויפן אז דו וועסט אים שוין גלייבן זיינע עתידות וואס ער וועט דיר זאגן.

ביי מיר האט די בעסטע געארבעט ווען איך האב זיך געוואנדען צום אייבערשטן, איך האב א זאק מיט מעשיות ווען איך בין געווען אין שווערע דילעמאס און נישט געוואוסט צי איך זאל טון אזוי צו אזוי, איך האב עס אויסגעשמועסט מיטן אייבערשטן אויף אידיש, און דערנאך געטון וואס עס האט מיר געשיינט, און אין 99% פעלער האט זיך עס אויסגעארבעט וואונדערבאר.

נשלח: מאנטאג יוני 01, 2015 12:21 am
דורך זוכער
איך וואלט אייך געראטן צו גיין צו איין חכם. (נישט כאכאם)

ער הייסט ר' שמעון גלאי.
פראביר אים אויס. ער איז נישט קיין געלט-פרעסער און זייער אן ערנסטער קלוגער איד. קענסט גארנישט דערלייגן. זייער אסאך מענטשן האט ער געהאלפן מיט ראט און טאט.

ביטע לאז זיך הערן.

נשלח: מאנטאג יוני 01, 2015 12:30 am
דורך קאצקע ציקער
ווי וואוינט ער?

נשלח: מאנטאג יוני 01, 2015 12:38 am
דורך [NAMELESS]
דאכצעך מיר אין ב"ב.
אביסל ליטוויש געשטימט.

אויב איך רעד פונעם ריכטיגן מענטש, קען איך צולייגן מיין רעקאמענדאציע. ער הייסט גאר אן ערנסטער מענטש, און זוכט נישט קיין כבוד אדער געלט.

Re: קענען קאבאליסטן און מיסטיקער טאקע זען?

נשלח: מאנטאג יוני 01, 2015 12:55 am
דורך נולד מאוחר
סדא געניג און נאך ניקים דא וואס קענען דיר עצה'נן אזוי גוט ווי ר'שמעון גלאי. כמיין נישט עם אוועק צימאכן.

נשלח: מאנטאג יוני 01, 2015 1:23 am
דורך יאיר
איך בין נישט א מקובל און נישט א מיסטיקער אבער איך האב ב"ה אפענע אויגן און איך זע גאר ווייט. פרעג, מיין קינד, פרעג.

נשלח: מאנטאג יוני 01, 2015 1:27 am
דורך [NAMELESS]
יאיר, איין מינוט. כ'האב מיך דערמאנט. הרה"צ ר' חיים דוד שטרן פון ב"ב. א ליטווישער מקובל. און אויך, זייער אן ערליכער, עניו, און א בעל צדקה. מ'זאגט אז ס'דא מופתים פון עם. און כ'האב געהערט אז הרב אלישיב און להבל"ח בעלזער רב שליט"א האבן געשיקט צו עם