בלאט 1 פון 1

בית יעקב סקול גערופען אין קארט פארן אהייםשיקן א מיידל

נשלח: פרייטאג מאי 29, 2015 4:35 pm
דורך ערליכער איד
א טאטע פין א מיידל וואס מען האט אהיים געשיקט פין סקול,האט גערופען די מנהל פין סקול אין קארט,
לאמיר אלע מיטשטיין מיט׳ן צובראכענעם טאטען אין אים ווינטשען הצלחה, אפשר אזוי וועט זיך ענדיגען די הפקר וועלט פין די ישיבת אין די מוסדות
אין אפשר וועלן זיך אויפהערן די אלע רציחות וואס גייט פאר שטענדיג ביי אונז אין די מוסדות

נשלח: פרייטאג מאי 29, 2015 4:39 pm
דורך רויטע וואנצעס
פארוואס האט מען איר פארשיקט

נשלח: פרייטאג מאי 29, 2015 4:40 pm
דורך שטילע אינגערמאן
נישט אזוי פשוט דא האט איר די מעשה, פארשטייט זיך אז מהאט נישט געהערט ביידע צדדים קען מען נישט רעדן
http://m.nydailynews.com/new-york/brook ... -1.2239582

נשלח: פרייטאג מאי 29, 2015 4:43 pm
דורך יואליש
פארן "באשמוצן" א מיידעל.

נשלח: פרייטאג מאי 29, 2015 4:47 pm
דורך יואב
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:נישט אזוי פשוט דא האט איר די מעשה, פארשטייט זיך אז מהאט נישט געהערט ביידע צדדים קען מען נישט רעדן
http://m.nydailynews.com/new-york/brook ... -1.2239582

דערווייל זע איך נישט קיין צוויי צדדים.
" Rabbi Shmiel Deutsch, the school’s executive director declined to comment on the suit."

נשלח: פרייטאג מאי 29, 2015 4:50 pm
דורך ערליכער איד
ביז מען קען נישט אויפווייזן אויף הינדערט פראצענט אז עס איז אמת איז עס נאר א בלבול, אזוי איז על פי תורה,
און א חוץ פון דעים וויפיל ווארפט מען ארויס ביי אונז פאר גארנישט,
עס דארף זיך ענדיגען אז מנהלים,מוסדות,קענען טוען וואס זיי ווילען,

נשלח: פרייטאג מאי 29, 2015 4:53 pm
דורך יואב
ערליכער איד האט געשריבן:ביז מען קען נישט אויפווייזן אויף הינדערט פראצענט אז עס איז אמת איז עס נאר א בלבול, אזוי איז על פי תורה,
און א חוץ פון דעים וויפיל ווארפט מען ארויס ביי אונז פאר גארנישט,
עס דארף זיך ענדיגען אז מנהלים,מוסדות,קענען טוען וואס זיי ווילען,



דער צווייטער ארגומענט איז באזירט אויף סענטימענטן, נישט יוסטיץ.

Re: בית יעקב סקול גערופען אין קארט פארן אהייםשיקן א מיידל

נשלח: פרייטאג מאי 29, 2015 5:14 pm
דורך ירא שמים
וואס איז די געזעץ ביי די זאכן א סקול האט נישט קיין רעכט ארויסצואווארפן ע״פ חוקם?

נשלח: פרייטאג מאי 29, 2015 5:26 pm
דורך [NAMELESS]
יואב האט געשריבן:
ערליכער איד האט געשריבן:ביז מען קען נישט אויפווייזן אויף הינדערט פראצענט אז עס איז אמת איז עס נאר א בלבול, אזוי איז על פי תורה,
און א חוץ פון דעים וויפיל ווארפט מען ארויס ביי אונז פאר גארנישט,
עס דארף זיך ענדיגען אז מנהלים,מוסדות,קענען טוען וואס זיי ווילען,
דער צווייטער ארגומענט איז באזירט אויף סענטימענטן, נישט יוסטיץ.


און איך זע נישט וויאזוי דער ערשטער ארגומענט האט יא צוטון מיט יוסטיץ.

אפשר 'איז עס נאר א בלבול' אז דער מנהל האט איר פארשיקט פאר גארנישט?!

=====
אביסל א סנאב'ישער אנהייב פאר אן אשכול.

נישט דא קיין דעקונג, נישט דא קיין ידיעות,
אבער ווילדע פלוידעראציעס, נארישע פארלוימדונגען,
זענען שוין איינמאל דא!

נשלח: פרייטאג מאי 29, 2015 5:38 pm
דורך יואליש
ירא שמים האט געשריבן:וואס איז די געזעץ ביי די זאכן א סקול האט נישט קיין רעכט ארויסצואווארפן ע״פ חוקם?


ס'איז בלויז דעם פותח האשכול'ס בטעות'דיגע קעפעל וואס זאגט אז די לאוסאוט האט מיטן ארויסווארפן. אויב ליינסטו די נייעס קוקט אויס אז זיי קלאגן פאר פארלוימדונג, פארן מוציא שם רע זיין אן באגרינדונג.

נשלח: פרייטאג מאי 29, 2015 5:54 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
וויי וויי וויי
שוין ווייטער גייט מען מסרן יודן ביי גוים
עס איז א איסור גמור מן התורה
מען דארף גיין צו א בי''ד

מען מעג זיך שעמען פארן ארויף ברענגן בכלל אזא זאך דא מען דארף באשמיצן דער טאטע פארן גיין מסרן.......

נשלח: פרייטאג מאי 29, 2015 5:57 pm
דורך יואב
אדנירם האט געשריבן:
יואב האט געשריבן:
ערליכער איד האט געשריבן:ביז מען קען נישט אויפווייזן אויף הינדערט פראצענט אז עס איז אמת איז עס נאר א בלבול, אזוי איז על פי תורה,
און א חוץ פון דעים וויפיל ווארפט מען ארויס ביי אונז פאר גארנישט,
עס דארף זיך ענדיגען אז מנהלים,מוסדות,קענען טוען וואס זיי ווילען,
דער צווייטער ארגומענט איז באזירט אויף סענטימענטן, נישט יוסטיץ.


און איך זע נישט וויאזוי דער ערשטער ארגומענט האט יא צוטון מיט יוסטיץ.

אפשר 'איז עס נאר א בלבול' אז דער מנהל האט איר פארשיקט פאר גארנישט?!

=====
אביסל א סנאב'ישער אנהייב פאר אן אשכול.

נישט דא קיין דעקונג, נישט דא קיין ידיעות,
אבער ווילדע פלוידעראציעס, נארישע פארלוימדונגען,
זענען שוין איינמאל דא!

אין א זייט געלייגט די טעכנישע גרייז ווי יואליש האט אנגעמערקט, זע איך נישט פארוואס ס'איז ווילד. דא קומט א איד און האט א טענה אז מ'האט באשמיצט זיין טאכטער. ס'איז אין די נייעס, ס'איז נייעס און ס'ברויך אדורכגיין א געריכטליכער פראצעדור.

דערווייל איז נאר דא איין צד, ווארום מצד דעם מוסד האט מען זיך כעת אנטזאגט פון קאמאנטירן.

שנשמע ונתבשר בשורות טובות.

נשלח: פרייטאג מאי 29, 2015 6:00 pm
דורך יואב
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:וויי וויי וויי
שוין ווייטער גייט מען מסרן יודן ביי גוים
עס איז א איסור גמור מן התורה
מען דארף גיין צו א בי''ד

מען מעג זיך שעמען פארן ארויף ברענגן בכלל אזא זאך דא מען דארף באשמיצן דער טאטע פארן גיין מסרן.......

וואס הייסט שוין ווייטער? כ'האב נאך אין מיין לעבן נישט געהערט אז א איד זאל גיין אין ערכאות. ביטע קומט אריין קלארער.

נשלח: פרייטאג מאי 29, 2015 6:04 pm
דורך [NAMELESS]
ס'איז ווילד, ווייל ער ווייסט דאך נישט ווער ס'איז גערעכט, ער קען נישט דעם טאטן פערזענליך און ער קען נישט די מנהל המוסד פערזענליך, און ער ליינט זיך אפ אן ארטיקל אין א גוי'שן צייטונג, און הופא! ער קען שוין בא'שגצ'ן דעם מנהל און רעדן איבער אן אומשולדיגן צובראכענעם טאטן.

טשולדיגץ, פרעג דיך נאך, זיי מברר, און נאכדעם שיס חיצים ובליסטראות. אבער אזוי? אן וויסן קיין כי הוא זה? בלויז פאר דעם חטא עון ואשמה ורשע אז דער מנהל האט נישט געוואלט מגיב זיין צו א גוי'שע צייטונג?!

א שאנדע און א בושה! ס'שוין היינט געווארן אין סטייל אראפצורייסן יעדע מנהל - אפגעזען די פאקטן. ס'שוין לאנג אין סטייל אנצונעמען שטותים פון גוי'שע צייטונגען אלס אמת ויציב. מ'קען שוין ניטאמאל פארשטיין א מנהל וואס האלט זיך נישט ביים מתייחס זיין צום גוי'שן צייטונג! וואו האלטן מיר אויפן וועלט???!!!

און ניין, כ'זאג נישט 'טאטע שולדיג, מנהל אומשולדיג'.
כ'זאג 'ווארטס א מינוט, לאז דאס בילד זיך אויסקלארן'.
אבער שוין צו פארלוימדען דעם מנהל?!

Re: בית יעקב סקול גערופען אין קארט פארן אהייםשיקן א מיידל

נשלח: פרייטאג מאי 29, 2015 6:04 pm
דורך א איד
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:וויי וויי וויי
שוין ווייטער גייט מען מסרן יודן ביי גוים
עס איז א איסור גמור מן התורה
מען דארף גיין צו א בי''ד

מען מעג זיך שעמען פארן ארויף ברענגן בכלל אזא זאך דא מען דארף באשמיצן דער טאטע פארן גיין מסרן.......

איך גלייב אז די טאטע האט נישט געפענט דעם אשכול דא, התם האסט געפרעגט דעם טאטן היתכן ער איז געגאנגען אין קאורט? אפשר האט ער באקומען א היתר?
איך זאג נישט אז אזוי איז געווען, אבער פארן באשמוצן אין קלאגן, טראכט אריין אויפן צווייטן זייט.

נשלח: פרייטאג מאי 29, 2015 6:05 pm
דורך [NAMELESS]
יואב האט געשריבן:
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:וויי וויי וויי
שוין ווייטער גייט מען מסרן יודן ביי גוים
עס איז א איסור גמור מן התורה
מען דארף גיין צו א בי''ד

מען מעג זיך שעמען פארן ארויף ברענגן בכלל אזא זאך דא מען דארף באשמיצן דער טאטע פארן גיין מסרן.......

וואס הייסט שוין ווייטער? כ'האב נאך אין מיין לעבן נישט געהערט אז א איד זאל גיין אין ערכאות. ביטע קומט אריין קלארער.

:lol: :lol: :lol:
נאדיר, צדיק'ל: :like

נשלח: פרייטאג מאי 29, 2015 6:08 pm
דורך berlbalaguleh
יואב האט געשריבן:
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:נישט אזוי פשוט דא האט איר די מעשה, פארשטייט זיך אז מהאט נישט געהערט ביידע צדדים קען מען נישט רעדן
http://m.nydailynews.com/new-york/brook ... -1.2239582

דערווייל זע איך נישט קיין צוויי צדדים.
" Rabbi Shmiel Deutsch, the school’s executive director declined to comment on the suit."

יואב: מזל טוב צו דעם געבורט פון דיין נייעם אוואטאר. דו ביסט אפשר געווען אין די זאמדן פון סאהארא מדבר, וואו דו האסט דיך אפגעבאקן. מיין פרעדיקשן איז, אז דו וועסט אינש'אללאה ווייט גיין אין אמעריקע (אפריקען אמעריקע) אלע קאלידזשעס, בעסקעטבאלל און פוטבאלל טיעמס זענען אפן פאר דיר. א סאך הצלחה...יעה, בראדהער...! האו טעפ...!

נשלח: פרייטאג מאי 29, 2015 6:28 pm
דורך יואב
berlbalaguleh האט געשריבן:
יואב האט געשריבן:
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:נישט אזוי פשוט דא האט איר די מעשה, פארשטייט זיך אז מהאט נישט געהערט ביידע צדדים קען מען נישט רעדן
http://m.nydailynews.com/new-york/brook ... -1.2239582

דערווייל זע איך נישט קיין צוויי צדדים.
" Rabbi Shmiel Deutsch, the school’s executive director declined to comment on the suit."

יואב: מזל טוב צו דעם געבורט פון דיין נייעם אוואטאר. דו ביסט אפשר געווען אין די זאמדן פון סאהארא מדבר, וואו דו האסט דיך אפגעבאקן. מיין פרעדיקשן איז, אז דו וועסט אינש'אללאה ווייט גיין אין אמעריקע (אפריקען אמעריקע) אלע קאלידזשעס, בעסקעטבאלל און פוטבאלל טיעמס זענען אפן פאר דיר. א סאך הצלחה...יעה, בראדהער...! האו טעפ...!

בערל, ערשט יעצט פאלט מיר ביי אזא שטיקל פראקטישער געדאנק. צו וואס זאלסטו ברויכן אינעם דאזיגן אשכול שרייבן איבער מיין אוואטאר און ביי דעם "קאמאנטארן איבער אוואטארס" אשכול שרייבן איבער דער בית יעקב סאמאטוכע, קענסטאך דא שרייבן איבער דער "בית יעקב" סאמאטוכע און דארט איבער מיין אוואטאר.

איך כאפ מיך יעצט אז ס'איז נישט דוקא דא ביים אוואטאר, נאר אזא געדאנק קען אפשר ארבעטן איבער די ראמען פון אנדערע אשכולות אויך.

וועסטו פרעגן וואס איז שלעכט אזוי? דער אמת איז ס'איז בכלל נישט שלעכט. נאר פשוט להנאתך, אז דער לייענער וועט זיך אנשטויסן אין א תגובה וואס באציט פערצופאל זיך צו דער נושא פונעם אשכול, די שאנסן זענען אז יענער וועט דאס ענדערש לייענען. טינק עבאויט איט.

פאר איך פארגעס: בעריכעמטיע.

אגב, וואס טייטש געגאנגען אין די זאמדן אין אפריקע, עפעס רעדסטו צו מיר פרעמד. האט דאס זיין שווארץ נישט צו טאן מיט'ן שטאמען פון חם, און די קללה פון נח'ן?

נשלח: פרייטאג מאי 29, 2015 6:40 pm
דורך שטילע אינגערמאן
יואב האט געשריבן:
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:נישט אזוי פשוט דא האט איר די מעשה, פארשטייט זיך אז מהאט נישט געהערט ביידע צדדים קען מען נישט רעדן
http://m.nydailynews.com/new-york/brook ... -1.2239582

דערווייל זע איך נישט קיין צוויי צדדים.
" Rabbi Shmiel Deutsch, the school’s executive director declined to comment on the suit."

איין זייטיג האב איך געמיינט די daily news,

נשלח: פרייטאג מאי 29, 2015 7:24 pm
דורך berlbalaguleh
יואב: לאמיך דיר ענטפערן על ראשון אחרון ועל אחרון מפטיר. (קרעדיט בערל בעל עגלה). יעצט איז שוין א ספק צו מיין תגובה באלאנגט גאר אין "שמייכל" פארום...! בשעת איך זעה אן אינטרעסאנטע פיקטשער אדער סקעטש, און ס'כאפט מיך אן א התלהבות מגיב צו זיין דערויף. ביז איכ'ל אויפזוכן דעם ריכטיגן אשכול וועט מיר די התלהבות, אדער קעלבערנע התפעלות פאריבער גיין. איז בעסער אז איך שרייב אפ א תגובה אויפ'ן פלאץ. די סיבה פארוואס דו קומסט ארויס מיט א טונקעלן קאליר, איז נישט ווייל דו שטאמסט פון די בני חם...נאר ווייל דיין פרינטער האט די ריכטיגע קארטרידזש...! אבער דו ביסט נאכאלץ ווייטער א וואוילער איד...!

נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 10:11 am
דורך יענער פויגעל
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:וויי וויי וויי
שוין ווייטער גייט מען מסרן יודן ביי גוים
עס איז א איסור גמור מן התורה
מען דארף גיין צו א בי''ד

.......

סאיז נאך בכלל דא א בי״ד ווי מקען גיין היינט?
וואס רעדסטו פון?
זאג מיר די לעצטע מאל א אינגעל אדער מיידעל האט זיך אפגערעדט אז מהאט זיי געטאטשט אין איינע פון די גרויסע רבנים אדער דיינים זאלען ארויסקומען זיך אננעמען פארען וויקטים? וואס דען טוען זיי? זיי באשמוצען גאר די וויקטים

נשלח: דינסטאג מאי 25, 2021 4:02 am
דורך הירץ אייכל גומפרץ
א בית יעקב תלמידה האט מיר פארציילט אז מרס שטערנבוך איר העדמיסטרעס אין בית יעקב לונדון האט יעדן טאג אין לויף פון א חודש צייט איידער זי האט אנגעהויבן איר חומש שיעור פאר די קלאס, פון 44 מיידלעך, אויסגערופן:

"ווער עס האט א טיווי אינדערהיים אדער וואטשט טיווי זאל זיך אויפשטעלן פון פלאץ!"

און ווי זי האט זיך אויפגעשטעלט האט איר מרס שטערנבוך אויסגעשיקט פון די קלאס.

נאך א מאנאט, האט די מיידל זיך איין צומארגנס נישט אויפגעשטעלט. האט איר מרס שטערנבוך געפרעגט:

"דו קוקסט מער נישט טיווי?"

האט זי געענטפערט:

"ניין, די טיווי איז צעבראכן עט די מאמענט אבער איך האף שטארק עס צוהאבן פארראכטן בקרוב!"

מרס שטערנבוך איז אזוי אין כעס געווארן אז זי האט דאס מיידל ארויסגעשיקט און אנגעזאגט מער נישט צוריקצוקומען צו דעם חומש קלאס.

אן אנדערע מאל, איז די מיידל איין צופרי געקומען מיט איר מאמע'ס סקוירט ווייל איר'ס איז שמוציג געווארן. האט די סקוירט, כאטש גאר לאנג, אבער פארמאגט א קליינעם ספליט (שפאלט\שניט - סטייל) פון אונטן. איז פונקט אויסגעקומען אז מרס שטערנבוך איז ארויפגעגאנגען די טרעפן הונטער דאס מיידל און באמערקט דעם שפאלט. האט זי אויסגעשריגן:

"שלומית בת דברי! שלומית בת דברי! קום נאך מיר!"

זי האט דאס מיידל מיט צארן ארייגעפאדערט אין איר אפיס און מיט ווילדע אימפולס ארויסגעכאפט א ריזיגע סטעיפלער. די מיידל, היינט שוין א פרוי, פארציילט מיר זי האט זיך אזוי דערשראקן. זי האט נישט געוויסט וואס צו טראכטן וואס קומט נעקסט. גייט איר מרס שטערנבוך אטאקירן דערמיט?

מרס שטערנבוך האט א כאפ געטאהן איר סקוירט, אריינגעטאהן אינעם סטעיפלער און מיט איין כעס א סטעיפל געגיבן דעם ספליט.. "נאר א שלומית בת דברי קען האבן די העזה זיך צו באווייזן אין די סקול מיט אזא סקוירט!" ווען זי האט פרובירט איר מסביר צו זיין אז דאס באלאנגט צו איר מאמע און איר'ס איז שמוציג געווען האט די מנהלת איר אריינגעגעבן אז איר מאמע מעג זיך שעמען צו גיין אנגעטאן מיט אזאנס און אז זאל עס זאפארט ארויסווארפן פון הויז!

די פרוי זאגט מיר אז אזעלכע מעשיות זענען געווארן אזוי אפט, יעדן צווייטן טאג מיט אן אנדער געשיכטע. זי האט געפילט אז מרס שטערנבוך פרובירט זיך ארויפצוכאפן אויף איר וואו זי קען נאר כדי איר אריינציצווינגען אין סובמישען ביז זי האט מחליט געווען גענוג איז גענוג און זיך אפגעפיצט צו א מער אפענע און פארגעשריטענע סקול.