בלאט 1 פון 1

פארוואס זיך פארכטן פונעם שפיגל?

נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 2:21 pm
דורך ברסלבער
[justify]דעם פארגאנגענעם יום טוב שבועות, וואס איז געווען א דריי טאגיגער יום טוב, איז מיר אויסגעקומען צו הערן פון עטליכע מענטשן די זעלבע זאך, אז זיי האבן נישט קיין געדולד צו אזא לאנגע יום טוב, ביים דריטן טאג יום טוב זענען זיי שוין געווען מער אינדרויסן פון די גלייזן ווי אינעווייניג, דער יום טוב איז זיי שוין באמת געגאנגען אויף די נערווען און זיי האבן קוים געווארט צו פטור ווערן דערפון און זיך צוריק געפונען אין אפיס ביי די ארבעט ווי א נארמאלער מענטש.
דאס האט מיר געמאכט טראכטן. וואס איז די סיבה אז מענטשן זאלן נישט ליב האבן א יום טוב, אזוי ווייט אז ווען דער יום טוב ווערט לענגער מיט נאך איין טאג, קענען זיי עס שוין מער נישט אויסהאלטן.
ווען איך דארף ווען נישט צוריק גיין צו די ארבעט פאר פרנסה, וואלט איך הנאה געהאט ווען דער יום טוב וואלט זיך פארצויגן פאר נאך דריי וואכן, וואס שטערט עס מיר צו פארברענגען מיט די פאמיליע ביי א שיין געדענקטן טיש? מען פארברענגט צוזאמען, מען עסט צוזאמען, מען שמועסט צוזאמען, מען שפאצירט צוזאמען, וואס קען דען זיין בעסער פון דעם?
ביי אסאך מענטשן איז עס אבער נישט אזוי, ווען זיי זיצן אויפן פאטעל מיט די פיס ארויף, שפירן זיי ווי די הויט ברענט זיי, און זיי ווילן זיך שוין זען צוריק ארבעטן און הארעווען כשור לעול וכחמור למשא.
וואס איז דער פשט פון דעם?

איך קלער אז די סיבה דערצו איז ווייל מענטשן האבן זייער מורא זיך צו טרעפן מיט זיך אליין, מענטשן האבן נישט ליב זיך אליין צו קענען, איינמאל ער וועט זיך דארפן גוט באטראכטן פון דער נאנט, ער וועט דארפן אפשאצן זיינע כוחות, ער וועט דארפן אריינקלערן וואס זענען זיינע מעלות און חסרונות, עס וועלן געבוירן ווערן פראגעס פארוואס ער לעבט און וואס זיין ציל איז דא אויף דער וועלט, דאן וועט ער מוזן טרעפן ענטפערס אויף די אלע שווערע קשיות, און צו דעם האט ער בהחלט נישט קיין געדולד.

ווען עס קומט אזא דריי טאגיגער יום טוב, פון אנהויב איז מען נאך פארנומען זיך אביסל אויסצושלאפן און צו עסן, אבער נאך א טאג צוויי ווען מען איז שוין גוט אויסגעשלאפן נאך מער וויפיל מען קען, דאס עסן רינט שוין פון דער נאז, ער זיצט שוין יעצט מיט די פיס ארויף און בלית ברירה מוז ער זיך טרעפן מיט דעם אומבאקאנטן פארשוין וואס רופט זיך 'איך'. דער 'איך' מענטש איז דער לעצטער מיט וועמען ער האט זיך געוואלט טרעפן, אבער דאס איז עס, ער איז פארשפארט מיט אים אין איין צימער, ער קען נישט אנטלויפן צו די ארבעט אדער צום טעלעפאן, ער מוז כאפן א שטיקל שמועס מיט דעם מענטש, און דאס קען היבש גיין אויף די נערווען.

'וואקאציע' האט אמאל געמיינט אז מען איז אוועק געפארן פונעם טאג טעגליכן טומעל, מען האט אלעס איבערגעלאזט אינדערהיים, און מען איז געפארן זיך אויסלופטערן מיט זיך אליין און מיט די פאמיליע, מען איז ארום געפארן צו אינטערעסאנטע פלעצער הנאה צו האבן און זיך אויסטשוכענען. דער מושג איז אבער שוין היבש פארגעסן געווארן, היינט ווען מען פארט אויף וואקאציע, וועט יעדע סטאנציע ווערן אפדעיטעט אויף פעסבוק און אינסטערגראם, יעדער זאל מיטהאלטן וואו מען איז אלס געווען און ווי אזוי איז עס געווען.

עס איז אפשר א שיינע זאכן צו איינמעלדען פאר חברים און באקאנטע מיט וואס מען האט פארברענגט. פארוואס זאלן זיי זיך נישט מיטפרייען מיט דיין שמחה. אבער לאמיר פרובירן צו אנאליזירן וואס איז די אמת'ע סיבה פארוואס יעדע זאך מוז ווערן אפגעכאפט און ווייטער פארשפרייט.

אויבנאויף מיינט א מענטש אז ער קען זיך זייער גוט, אבער רוב מאל איז דאס נישט דער אמת, עס איז שווער צו קענען א מענטש אן צו כאפן א געהעריגע שמועס מיט יענעם, אים אויספרעגן וואס זיין ציל אין לעבן איז, וועלכע זאכן מאכן אים פרייליך און וועלכע מאכן אים טרויעריג. סתם פון זיך דרייען נעבן א מענטש, קען מען נאר אויפכאפן אביסל אויבערפלעכליך וואס יענער איז, אבער פון דעם קען מען נאכנישט ארויסהאבן קלאר יענעמ'ס מהות.
ווער האט דען אמאל געכאפט א שמועס מיט זיך אליין? נאר א משוגענער. נו, ווי אזוי זאל דען א מענטש זיך אליינס ארויסהאבן?

ווען א מענטש וועט זיך אבער יא נעמען אמאל עטליכע מינוט און כאפן א שמועס מיט זיך אליין, אדער נאך בעסער אויב כאפט ער דעם שמועס מיטן אייבערשטן, קיינער הערט זיך נישט אונטער, קיינער ווייסט נישט וואס עס ווערט אויסגעשמועסט ביי דעם מיטונג, נאר דער מענטש מיטן רבש"ע. דער מענטש הויבט אריינצוטראכטן און אויסשמועסן וואס ער וויל דא, וואס זענען זיינע נטיות, וואס האט ער שוין אויפגעטון ביז יעצט און וואס איז זיין פלאן אויף ווייטער. נאך אזא שמועס וועט ער זיך אביסל מער ארויסהאבן, און אפילו אויב אינעם שמועס וועט ארויף קומען אסאך פראבלעמען און זאכן וועלכע דארפן נאך פאראכטן ווערן, אבער איינמאל מען האט שוין אנאליזירט די זאך, קען מען שוין טראכטן פון אנהויבן פארעכטן זאכן אז עס זאל טאקע גיין אויף די גוטע ריכטונג. ווי לאנג מען האט נאכנישט געמאכט קיין דיאגנאז איז נישט שייך צו אנהויבן טראכטן פון א רפואה.

איינס פון די וועגן ווי אזוי א מענטש קען זיך בעסער ארויס האבן איז דורך דעם וואס ער באטראכט זיך גוט אין א צייט וואס ער איז פרייליך אדער טרויעריג. ער פרובירט צו ארויסהאבן וואס זענען די זאכן וועלכע מאכן אים פרייליך און פארוואס, און וואס זענען די זאכן וועלכע מאכן אים טרויעריג און פארוואס. אריינטראכטנדיג אין דעם קען דאס גאר שטארק ארויסהעלפן צו דערגיין די מדות פונעם מענטש און זיינע נטיות.

און אזוי ווי דער מענטש וויל דאס פארמיידן. עפעס אן אינערליכע געפיל לאזט אים זיך נישט טרעפן מיט זיך אליין. דעריבער וועט ער אנשטאט צו טראכטן פונעם יעצטיגן מאמענט, ענדערש טראכטן פון עפעס שפעטער. סתם צו זיצן און הנאה האבן פון א שיינע פאנאראמע איז אים נישט אינטערעסאנט, ער וועט נאר קלערן פון כאפן א בילד, ער וועט ענדערש הנאה האבן פון שפעטער איבערקוקן דעם בילד, אדער פון די רעאקציעס וואס ער וועט באקומען צו דעם בילד אויף סאשעל מידיא. קודם האט ער אפגעשטופט די הנאה אויף שפעטער, און מיט דעם האט ער באפרייט זיין מח פון דארפן טראכטן פון די יעצטיגע מינוט.

איך האב אמאל קאמפלימענטירט איינעם אז זיינע קינדער זענען צוקער זיס. זאגט ער מיר: "דאס מיינט זיס? קוק די פיקטשערס וועסטו זען וואס זיס מיינט".
אז מען קען גיין גלייך, פארוואס גיין קרום? פארוואס קענסטו נישט הנאה האבן יעצט און נעמען דעם קאמפלימענט ווי א נארמאלער מענטש?

יארן צוריק בין איך געווען ביי א חתונה, נאך די חתונה האט דער שפילער דערלאנגט פארן מחותן א הויפן קאסעטעס, זאגענדיג אז דאס איז אן אומזיסטע סערוויס וואס ער שטעלט צו, אז מען באקומען אויפ'ן פלאץ די רעקארדירונג פון די חתונה אויף קאסעטעס.
דער מחותן קוקט אים אן מיט ברייטע אויגן און פרעגט: "ווער האט דאס באשטעלט?" זאגט דער שפילער אז דאס דארף מען נישט באשטעלן, דאס געבט ער פאר יעדן איינעם. דער מחותן טענה'ט אבער אז ער האט דאס נישט באשטעלט און ער דארף דאס נישט האבן, און ער געבט עס צוריק במתנה גמורה פאר דעם מוזיקאנט.
אויף דער מינוט האט מיר דער מחותן אויסגעזען זייער קוריאז, און דאס איז טאקע אביסל עקסטרעם גערעדט. אבער פון די אנדערע זייט איז נאך מער אינטערעסאנט די מענטשן וואס זייער גאנצער קאפ און מח ביי א חתונה ליגט זיי נאר אין די רעקארדירונגען. אנשטאט זיך צו פרייען מיט די שמחה וואס פאסירט אצינד, וועט ער ענדערש אוועקלייגן די שמחה אויף שפעטער, און דאן וועט ער שוין טרעפן א צווייטע וועג צו שטופן נאך ווייטער.

פארוואס זאל א מענטש זיך פארכטן צו קוקן אין שפיגל? פארוואס האט ער אזוי מורא צו טראכטן אביסל מער פון זיך אליין? צו באטראכטן פון דער נאנט און הנאה האבן פון זיך בעת שמחה. אדער ח"ו אין א פארקערטע צייט, צו ארויסהאבן די סיבות וועלכע מאכן אים יעצט טרויעריג?[/justify]

נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 6:14 pm
דורך מצטמק ויפה
א גרויסן דאנק ברסלבער פאר דיינע שיינע ווערטער.
פאר די עצם שאלה פארוואס זיך פארכטן פונעם שפיגל? איז די תשובה ליידער זייער ביטער. ווייל ליידער זייער ווייניג זענען ציפרידן מיט זייער זיך ווי אזוי עס קוקט אויס, ממילא איז אסאך געשמאקער צו זיין פארנומען מיט ארבעט וכדומה און נישט האבן קיין צייט צו טראכטן פון זיך.
דער זיך פארמאגט א געוואלד פון שלבים און פרטי פרטים. קודם איז דא דער זיך אליין וואס דאס איז כולל רוחניות און גשמיות. נאכדעם איז דא דער זיך ווי אזוי עס קוקט אויס ביי יענעם וואס דאס איז ליידער א גרויסע פאקטאר אונעם זיין ציפרידן פונעם זיך.
נו ווער קענען דען זאגן אז ער איז טאקע באקוועם מיט אלע הינזיכטן פונעם זיך?

נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 6:22 pm
דורך פישלע העררינג
[tag]ברסלבער[/tag], ס'האט זיך מיך געלוינט זיך אוועקכאפן פון די על המחיה פאר אזא שיינע סורפרייז ארטיקל.

תחילת נפילה - ניסה! דעס אז מ'קען זיך נישט קוקען אין פנים אריין, מען אנטלויפט פונעם אני, איז דעס אנהויב פון א מענטשענ'ס נפילה.

יישר כוח!

Re: פארוואס זיך פארכטן פונעם שפיגל?

נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 6:29 pm
דורך א איד
@ברסלבר ביזט הייליג גערעכט יעדעס ווארט איז טויזענט מאל אמת, וביודע ובמכירי קא אמינא, עס איז זייער שווער צו אריינקוקן אינעם זיך.
אבער מיט דעם אלעם ענדזשוי איך דעם יום טוב, אין איך דארף טאקע אן עצה, ווי אזוי נישט צו אנטלויפן פונעם זיך.

נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 6:51 pm
דורך קאמענטירער
מצטמק ויפה האט געשריבן:א גרויסן דאנק ברסלבער פאר דיינע שיינע ווערטער.
פאר די עצם שאלה פארוואס זיך פארכטן פונעם שפיגל? איז די תשובה ליידער זייער ביטער. ווייל ליידער זייער ווייניג זענען ציפרידן מיט זייער זיך ווי אזוי עס קוקט אויס, ממילא איז אסאך געשמאקער צו זיין פארנומען מיט ארבעט וכדומה און נישט האבן קיין צייט צו טראכטן פון זיך.
דער זיך פארמאגט א געוואלד פון שלבים און פרטי פרטים. קודם איז דא דער זיך אליין וואס דאס איז כולל רוחניות און גשמיות. נאכדעם איז דא דער זיך ווי אזוי עס קוקט אויס ביי יענעם וואס דאס איז ליידער א גרויסע פאקטאר אונעם זיין ציפרידן פונעם זיך.
נו ווער קענען דען זאגן אז ער איז טאקע באקוועם מיט אלע הינזיכטן פונעם זיך?

א גרויסע און ריזיגע שקויעך קומט זיך פאר ברסלבר פאר אזוי גוט ארויס ברענגען און שיין ביישרייבען די נושא. אבער איין פראבלעים איז דא אין די ארטיקעל אז האסט נישט ארויס געברענגט די סעלושאן ממילא וואס אזא לאנגע יו״ט האט מיר אפגעטון האסטו מיר עס צוריק געברענגט מיט איין ארטיקעל.....

שנית כמיין אז צום סוף רירסטו צו צי א צווייטע נקודה דהיינו אז היינט לעבט נישט א מענטש ״פאר יעצט״ נאר פאר שפעטער מאיז פארנומען מיט אפכאפען און אפפיקטשערן און באמת די לעבן פארט היינט אזוי: משטייט אויף צו גיין און מקווה, און מקווה כאפט מען א טבילה צו קענען מאכען די מנין, די דאווענען כאפט מען אפ צו קענען. לויפען צו די ארבעט צו קענען ברענגען געלט צו האבען א דאך איבערן קאפ, צו קענען שלאפען, צו קענען אויפשטיין, וחוזר וחלילה אא״וו

כמיין אז דער מיטעלער ליבאבוטשער רבי זי״ע האט אמאל געגעבן א שיחה ווי ער האט מסביר געווען אט די גאזיגע נקודה ״אז א מענטש דארף לעבן מיט די צייט״ האט ער באמערקט ווי די בחורים שטופען זיך צו הערן, האט ער זיך אנגערופען ״בחורים, די שיחה וואס מהערט דארף מען עס אויך הערן פאר יעצט און נישט פאר שפעטער....״ויפען

נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 7:23 pm
דורך וכדומה..
יא, צוויי עקסטערע נקודות, ביידע אמתע טיפע ענינים וואס מען ארומרעדן און פארברענגען שעות דערויף

נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 8:27 pm
דורך קאצקע ציקער
די תירוץ איז איין זאך, סעלף עסטיעם!!! דאס איז די נקודה און אן דעם אז א מענטש האט עס נישט האט ער זייער א שווערע לעבן ווייל ער לויפט אוועק זיין גאנץ לעבן פון זיין לעבן.

מען דארף זיך אויסלערנען צו הנאה האבן פון די "זיך" דעמאלטס איז די לעבן געשמאק און מעדארף אפילו נישט קיין וועקעישאן ,די סיבה פארוואס מען דארף א וועקעשאן איז ווייל מאיז שוין מיד פון אוועקלויפן פון די לעבן לויפט מען אוועק פון לעבן צו א וועקעישאן, אבער די פראבלעם איז נאר אז דער "זכר" לויפט עים ווייטער נאך צום וועקעישאן אויך.... נאכדעם דארף מען א וועקעישאן צום וועקעישאן און אזוי ווייטער פארט די לעבן ביז משטארבט.

איך האב געהערט פון דר' ר' אברהם טווערסקי ער דערציילט אז אין זיינע יונגע יארן איז ער געווען טרוד אין זיין ארבעט ביז איין טאג האט ער מחליט געווען אז ער פארט אויף וואקאציע אומר ועושה ער פארט זיך אויסליפטערן ערגעץ אויפן בערג איז ער איינמאל געווען אין א ספא קיצור ער איז געזעצן אין א פאל און ער האט געדארפט זיצן דארט אין וואסער פאר א רילעקסעישאן, זאגט ער אז נאך 5 מינוט זיצן דארט האט ער געשפיערט ווי די הויט טאנצט עים אינטער ער האט עס נישט געקענט אויסהאלטן ער האט געוואלט ארויסטאנצן פון דארט.
דעמאלטס איז עים שווער געווארן א געוואלדיגע קשיא, פאר 5 יאר האט ער געקענט אויסהאלטן אלע מצבים אלע סטרעסס און דא קען ער נישט איינזיצן פאר 5 מינוט?? ער איז ארימגעלאפן צו אלע מיני פרעפאסארן פרעגן פשט קיינער האט עים נישט געקענט אנטשיידן די רעטעניש, ביז איינער האט עים געזאגט ר' יוד די זאך איז זייער סימפל!! אין די אלע יארן האסטו טאקע געהאט סטרעסס מיט אלע זאכן אבער מיט דיין דיך האסטו נישט געדארפט דיעלן... יעצט פליצלינג דו זיצט אין וואסער אליינס און רוהיג האסטו זיך פליצלינג געטראפן מיט דיין ערגסטע שונא!! אוודאי שפרינגסטו פון די הויט

Re: פארוואס זיך פארכטן פונעם שפיגל?

נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 8:54 pm
דורך נופת צופים
די סעלושען האט דאך שוין ברעסלעבער דערמאנט. זעה צו מאכן פון צייט צו צייט אביסל צייט פאר זיך אליינס. גיי אויף א דעיט מיט דעם שרעקעדיגע "איך". כאפ א שפאציר, גיי אין אייז קריעם סטאר, אדער רעד צום באשעפער( קרעדיט : ברעסלעבער ).

Re: פארוואס זיך פארכטן פונעם שפיגל?

נשלח: מאנטאג יוני 01, 2015 12:34 am
דורך נולד מאוחר
ברסלבער כהאב שוין מיט געהאלטן מיט אפאר מענטשען ווינאר זיי האבן זוך דערוויסט אז ממעג זוך שויערן און יו"ט, האבן זיי דאס אנגעהיובן ליעב האבן.
גיין דריי טאג אן וואשן פאר א מענטש וואס איז ציגעווינט יעדען טאג צי שויערן, מאכט דאס שפיערן זייער אומבאקוועם. יו"ט מיט אומבאקוועמליכקייט איז אין א געוויסע זון א שטיקעל סתירה.

נשלח: מאנטאג יוני 01, 2015 12:42 am
דורך וכדומה..
איך מיין ממישט דא אויס צוויי נקודות,

איין פוינט איז אז ווען א מענטש האט רואיגע צייט צו טראכטען, ווערט מען אנגעזעצט, פון אזעלכע מחשבות ווי וואס איז מיין מצב, ווי שטיי איך, מכאפט אז צייט רוקט זיך, די יארן לויפן וכו'

נאכדעם איז דא נאך א נקודה, אן עקסטערע זאך, אז אפילו ווען א מענטש איז נישט אין א ליידיגע מינוט מיט מחשבות, נאר אדרבה ער טוט יעצט א געוויסע אינדשומענט און הנאה, וואס סקען אמאל זיין ער חלומט שוין פון דעי הנאה, וועיקעשען, חתונה, אדער וואס אימער, פאר א לאנגע צייט, ווי גוט סוועט זיין און ווי ער גייט עס אינדשויען, ווען סקומט אבער למעשה שפירט מען נישט די הנאה נישט קיין צענטעל אדער נאך ווייניגער פון דעיס וואס א מענטש טראכט אז דאס איז, וויל דער מענטש איז שוין פארנומען טראכטען פונעם קומענדיגען הנאה און פון סתם טויזנט אנדערע זאכן, א שטייגער ווי די טעיפס פאר נאך די חתונה ווי גוט סאיז, ווי איידער יעצט די חתונה אליין, און למעשה בשעת א הנאה גייט אדורך שפירט גארנישט דאס וואס די הנאה איז באמת (?, אדער וואס מטראכט אז סאיז)

סאיז אביסל שווער ארויסצוברענגען די נקודה, אבער די פוינט באמת איז אז קיין שום הנאה אויפן וועלט איז נישט באמת די הנאה פון וואס מטראכט אז סאיז און וואס דער מענטש האט אין קאפ וואס דעי הנאה איז, ווייל בשעת מעשה פונעם הנאה לויפט עס דורך און די מענטש ענדשויט עס נישט קיין פארגלייך צו וואס דער הנאה איז אין דמיון ווען מטראכט דערפון

נשלח: מאנטאג יוני 01, 2015 12:54 am
דורך זוכער
ברסלבר, פיין געזאגט. אבער מ'קען גיין פשוט'ער.

3 טעג שבועות מיינט 3 טעג אן א סעלפאן.
3 טעג אן וואטסאפ.
3 טעג אן וויסן נייעס.
3 טעג אן קאווע-שטיבל
3 טעג אן קוקן אפילו איין קליפ אדער שיקן א פאני פיקטשער.

דאס מאכט מענטשן וואס זענען אדיקטעד דערצו ממש צערודערט און מ'שפרונגט פונעם איינגענעם געוויסן.

איך געדענק ימים טובים 30 און 40 יאר צוריק - עס איז געווען רואיגער. קיין שום פראגע דערוועגן.

נשלח: מאנטאג יוני 01, 2015 1:32 am
דורך יאיר
ווי אלט ביסטו, מר. זוכער?

נשלח: מאנטאג יוני 01, 2015 9:59 am
דורך לית דין בר נש
זוכער די גייסט נישט פשוט'ע נאר די זאגסט די זעלבע זאך
ברסלבער איז סך הכל מסביר וואס איז טאקע די פראבלעים אז די האסט נישט דריי טעג וואטסעפ/וויסן נייעס/קאווע שטיבל/שיקן פאני פיקטשערס? עס וואלט בעצם געדארפט זיין די בעסטע זאך די קענסט פלעין זיצן און רילעקסן אהן זיין ביזי מיט אלע די זאכן נאר. נאר די האסט א פראבלעים צו רילעקסן און טראכטן פון זיך.
און לכאורה איז דאס טאקע די סיבה אז 30 40 יאר צריק איז יו"ט גיוועהן רואיגער ווייל דער וואס איז אגאנצע טאג פארנומען מיט וואטסעפ/וויסן נייעס/קאווע שטיבל/שיקן פאני פיקטשערס האט אסאך א גרעסערע פראבלעים מיט די זיך ווי אידן פון 30 40 יאר צריק וואס האבן געמוזט אנפולן די צייט מיט עפעס מער תוכן ווייל ווען נישט וואלטן זיי געהאט א פראבלעים מיט די זיך א גאנץ יאר

נשלח: מאנטאג יוני 01, 2015 1:43 pm
דורך ברסלבער
א דאנק פאר אלע מגיבים. לאמיר אביסל צונעמען די נקודות וואס דער עולם האט אויסגעשמועסט.

[tag]קאמענטירער[/tag] און [tag]וכדומה..[/tag] זאגן אז דא איז אויסגעמישט צוויי וויכטיגע נקודות, איינס אז מענטשן האבן נישט ליב זיך אליין צו באטראכטן פון דער נאנט, און די צווייטע אז מען לעבט נישט מיט די צייט, מען אינדשויט נישט די יעצטיגע מינוט, מען טראכט נאר פון שפעטער.
איך האב עס צאמגעשטעלט ווייל איך קלער אז ביידע קומען פונעם זעלבן שורש. איינס פון די הויפט וועגן ווי אזוי א מענטש קען זיך אליין קענען, איז דורך דעם וואס ער באטראכט זיך אין א צייט וואס ער ווערט פרייליך אדער טרויעריג. אין די צייטן קומען ארויס די אינערליכע געפילן פונעם מענטש, און ווען ער וואלט זיך דעמאלט גוט באטראכט, וואלט ער זיך מער געקענט קענען. און אזוי ווי דער מענטש וויל דאס אויסמיידן, וועט ער ענדערש אוועקשטופן די שמחה אויף שפעטער, און אזוי איז ער פטור פון זיך אליין באטראכטן.

[tag]א איד[/tag] פרעגט וואס איז די עצה דערצו? דער אמת איז אז דאס אוועק לויפן פון זיך פאסירט הונטערן באוויסטזיין, דאס טוט נישט א מענטש בדוקא, זיין אינסטינקט זאגט אים צו אנטלויפן פון זיך אליין. דעריבער איז די ערשטע סטעפ צו וויסן פון דעם אז דער מח זוכט צו אנטלויפן, דערנאך דארף מען טאקע פרובירן אנצוהויבן זיך צו קענען.
ווי [tag]נופת צופים[/tag] זאגט, ווען מען האט אמאל א רואיגע מינוט זאל מען כאפן א שמועס מיטן רבש"ע, און אויסשמועסן פונטקליך בפרטי פרטיות וואס מען וויל און וואס מען טוט, מען דארף לאזן דעם שמועס לויפן פריי, קיינער הערט זיך סיי ווי נישט אונטער, לאז עס לויפן און שמועס אויס אלעס, אבער טאקע ממש אלעס, וואס ליגט דיר אויפ'ן הארץ, נישט אייביג קומען אלע זאכן ארויף גלייך, וואס דו וועסט פארפעלן דאס מאל וועסטו משלים זיין אן אנדער מאל. און אזוי צוביסלעך וועסטו באקומען א שטיקל בילד אויף דיר אליין.
פארשטייט זיך אז נאך אזא שמועס וועט ארויסקומען א גאנצע ליסטע פון זאכן וואס דארפן ווערן פאראכטן ווערן, אבער דאס איז נישט פאר יעצט. קודם דארף מען זיך פשוט ארויסהאבן, מיט אלע פעלערן וואס מען האט. אזויווי א קינד דארף ליבשאפט אן קיין תנאים, מען דארף אים ליב האבן אפגעזען וואס זיינע מדות און נטיות זענען, די זעלבע דארף מען זיך אליין אויך ליב האבן, מען דארף זיך קענען ליידן אפילו ווען מען ווייסט אז מען איז נישט הונדערט פראצענט קארעקט.
די ידיעה אז מען מעג האבן חסרונות, דאס העלפט אז מען זאל נישט אזוי שטארק וועלן אנטלויפן פון זיך.

[tag]זוכער[/tag] טענה'ט אז די סיבה פון די אומרואיגקייט פונעם יום טוב איז דאס זיין אפגעריסן פונעם טעלעפאן און סאשעל מידיא, און דאס איז טאקע אמת, און ווי [tag]לית דין בר נש[/tag] זאגט שוין איז דאס היינו הך, די גאנצע סאשעל מידיא איז דאך געמאכט געווארן פאר דעם ציל צו אנטלויפן פון זיך אליין.

[tag]נולד מאוחר[/tag] האלט אז דאס גאנצע אומבאקוועמליכקייט פון יום טוב איז נאר דאס אז מען קען נישט נעמען א שויער. ס'איז אמת אז דאס מאכט אויך אומבאקוועם, אבער נישט 'נאר' דאס איז די סיבה. דער אמת איז אז דער יום טוב וואס כ'האב אנגעכאפט איז נאר איין דוגמא, מען קען דאס זען ביי נאך פילצאליגע פלעצער, אז מענטשן האבן נישט קיין געדולד צו זיצן רואיג און צופרידן מיט די פיס ארויף, ער וויל זיך נאר זען צוריק פארנומען און נישט דארפן טראכטן פון זיך.

נשלח: מאנטאג יוני 01, 2015 1:47 pm
דורך פלאוויוס
הערליכע ווערטער! ס'איז דא אזויפיל אמת אין דעם. א דאנק ברסלבער!

Re: פארוואס זיך פארכטן פונעם שפיגל?

נשלח: מאנטאג יוני 01, 2015 11:07 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
נולד מאוחר האט געשריבן:ברסלבער כהאב שוין מיט געהאלטן מיט אפאר מענטשען ווינאר זיי האבן זוך דערוויסט אז ממעג זוך שויערן און יו"ט, האבן זיי דאס אנגעהיובן ליעב האבן.
גיין דריי טאג אן וואשן פאר א מענטש וואס איז ציגעווינט יעדען טאג צי שויערן, מאכט דאס שפיערן זייער אומבאקוועם. יו"ט מיט אומבאקוועמליכקייט איז אין א געוויסע זון א שטיקעל סתירה.

איך בין איינע פין די מענטשען.

ווי אויך ווענד זיך עס ווי זוי מאיז אויפגעוואקסן אויב א קינד איז אויפגעוואקסן אז די טאטע איז אונגעצויגען פינעם זמן אין פין נאך ברכו שרייט ער ני נא נא נאא אויף קינד ווייל מטאר נישט רעדן אזא איינער וויל אנטלויפען פינעם יו"ט.
אבער איינער וואס איז אויפגעוואקסן אין א שטוב אז די טאטע איז בשמחה אין ער קומט אהיים נאך מעריב פאטשט ער מיט די הענט מיט א שמייכעל א הייליגע יו"ט אין האט פיינער וויין פלייש מיט טשיס קעיק אין קורצן א ריכטיגער "לכם" אזא קינד ווען ער וואקסט אויף איז ער זיך מחיה מיט א יום טוב געב מיך 4 טעג יו"ט מיט א חול המועד

נשלח: מאנטאג יוני 01, 2015 11:16 pm
דורך געוואלדיג
ביי מיר איז פארקערט, ביי מיינע עלטערן איז זייער אנגעצויגן שבתים און יו"ט, און ביי מיר איז ממש פארקערט ב"ה, השי"ת זאל העלפן ווייטער.

Re: פארוואס זיך פארכטן פונעם שפיגל?

נשלח: מאנטאג יוני 01, 2015 11:26 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
געוואלדיג האט געשריבן:ביי מיר איז פארקערט, ביי מיינע עלטערן איז זייער אנגעצויגן שבתים און יו"ט, און ביי מיר איז ממש פארקערט ב"ה, השי"ת זאל העלפן ווייטער.

סקומט דיך אסאך קרעדיט נישט יעדער איז אזוי "גיוואלדיג" ווי דיר.

סקען זיין אז מזאגט אז אפ די טאטע איז א קארגער ספענדען די קינדער מער נאכן חתונה.
איז די זעלבע זאך די ווילסט נישט אויסזעהן ווי איהם.

Re: פארוואס זיך פארכטן פונעם שפיגל?

נשלח: מאנטאג יוני 01, 2015 11:29 pm
דורך chaims
נולד מאוחר האט געשריבן:ברסלבער כהאב שוין מיט געהאלטן מיט אפאר מענטשען ווינאר זיי האבן זוך דערוויסט אז ממעג זוך שויערן און יו"ט, האבן זיי דאס אנגעהיובן ליעב האבן.
גיין דריי טאג אן וואשן פאר א מענטש וואס איז ציגעווינט יעדען טאג צי שויערן, מאכט דאס שפיערן זייער אומבאקוועם. יו"ט מיט אומבאקוועמליכקייט איז אין א געוויסע זון א שטיקעל סתירה.

איך וואלט צוגעלייגט נאך א זאך אז יום טוב פראגראם פון שוהל חלה פיש זופ פלייש שלאפן שוהל וכו איז נישט אזוי געשמאק נאך צוויי טאג

Re: פארוואס זיך פארכטן פונעם שפיגל?

נשלח: מאנטאג יוני 01, 2015 11:35 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
אוי קאם אן.......

ווייסט וויפיל מיני פישען מקען מאכן אפאר מיני זופס פלייש איז אפגערעדט.
שול היינט הערט מען די חזן מארגען א אנדערע

Tell your spouse to speedup

Re: פארוואס זיך פארכטן פונעם שפיגל?

נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 1:56 am
דורך נולד מאוחר
ברסלבער האט נישט אינזין געהאט די אשכול זאל זיין צי דריי טאג יוט איז גוט אדער שלעכט, ער האט דאס נאר געניצט אלץ א ראיה אז מענשטען זענען נישט ציפרידען מיט גארנישט טאן. סא לעטס סטעי אן טרעק. איך בין נישט גבאי אדער אחראי, איך בין פשוט שולדיג ווייל כהאב ארויף געברענגט די שויער נושא.

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2015 5:18 pm
דורך שמעקעדיג
ברסלבער כ'האב ערשט יעצט געלייענט דעם וואונדערליכן אשכול, ושפתים קישאק,

איך האב שוין געשריבן דא וועגן דעם ענין פון "ענזשויען דעם מאמענט", עס איז פאראן אזויפיל ביכער און פסיכאלאגן וואס פרובירן צו טרענירן דעם מענטש צו ענדזשויען דעם מאמענט בשעת מעשה, הלואי קען מען זיך דאס דערלערנען. אבער אויך איז וויכטיג זיך אויסצולערנען זיך אליינס ליב צו האבן - אדער לכה"פ זיך צו אקצעפטירן אויף וואס מען איז, און נישט זיין רעזענטפול מיט זיך אליינס! מען קען דאך אנדערש נישט מקיים זיין דעם "ואהבת לרעך כמוך", אז מען האט זיך אליינס ליב קען מען יענעם אויך ליב האבן, עס העלפט סיי צווישן חברים און סיי ביי שלו' בית.

אפשר טאקע, ברסלבער?? המתחיל המצוה אומרים לו גמור, דו ביסט דער פאסיגער קאנדידאט דערפאר, עפן אן אשכול ווי אזוי זיך אליינס ליב צו האבן, זיך אליינס צו קענען, זיך אליינס פארשטיין וכדו' (זיך נישט טועה זיין, מען רעדט נישט דא פון זיין סעלפיש). אויב וועלן מיר זיך דערלערנען וועט אונזער לעבן זיין אזויפיל געשמאקער ברוחניות ובגשמיות.

נשלח: מיטוואך יוני 10, 2015 6:16 pm
דורך לולקע-ציבעך
הערליך שיין, ברסלבער :like