זכרונות, ס'בענקט נאך די קאנטרי

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 759 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 568 מאל

זכרונות, ס'בענקט נאך די קאנטרי

שליחה דורך Kool man »

הוי הוי,
ס'בענקט דאך אזוי..
צו די אלטע קראצעדיגע טישלעך די גרינע,
צאמגעשטעלט מיט העלצלעך דינע,
מ'דערמאנט זיך די זמנים די זיסע,
ווען מ'איז געזיצען מיט די גרופע די גאנצע חברותא,
אויף ריפעל פאטעיטא טשיפ מיט א אפענע פעקעל פאפקארען,
מיט דעהם איז מען זאט געווארען,
צוגעטרונקען א קאלט גלעזעל סאראטאגע שפריץ,
און דערביי זיך געווארפען פאר געלעכטער אויף דעם חבר'ס וויץ,
אונטער'ן שאטען פון די ביימער שיין און גרין,
זיך שוצען פון די שטארקע שטראלען פון די זון,
א שפינעלע האט זיך צו אונז אראפגעלאזט מיט זיין געוועב פון צייט צו צייט,
ער האט האט געוואלט זיין אויף אונזער זייט,
צוזאמען האמיר געלערענט שיעורי תורה,
פארדעהם און נאכדעהם האט יעדער אויסגעפאקט זיינע זיסע סחורה,
'שטייצעך פארען לערנען א מילתא דבדיחותא אנצוהייבען,
דערנאך די נייעס אלט און ניי נישט הינטערשטעליג צו בלייבען,
געזיצען און אזוי שיין גאנצע טעג פארבראכט,
מ'האט קוים געכאפט אז ס'פאלט שוין צו די נאכט,
ווען די טונקעלקייט הייבט אהן צופאלען,
דארפען מיר זיך נעמען צואיילען,
צו מנחה מעריב זיך גענומען יאגען,
אז צו טרעפען א מנין זאל מען זיך נישט דארפען נאכדעהם פלאגען.

ביינאכט אז די שטערען הייבען שוין אהן צו גלאנצען,
נעמען די פרויען איבער קאנטראל אינגאנצען,
זיי פארעמען א גרויסען רינגעל אונטערען בוים,
און די זאפטיגע פלוידערייען הייבען אהן פליסען אז ס'רינט די שוים,
מרס. פלוידערזאק קומט צו קריכען מיט איר ספעשעל בענקעל,
ווען פרוי עהרליך ברענגט ארויס א חפץ חיים פון שענקעל,
נאך צוויי הלכות אין חפץ חיים,
קען מען רעדען אויף אלעם חי וקיים,
מ'דארף נאר כסדר דערמאנען אז ס'יז אלעס נאר לתועלת,
אזוי מאכט מען זיך נישט אליינץ ללעג ולקלס,
היינט האט יענטע געכאפט דעהם סאמע בעסטע ארט,
אזוי קען זי גלייך דאס ערשטע נעמען דאס ווארט,
אן קיין לאנגע הקדמות גייט מען צו צו דער זאך,
און הייבט אהן רעדען אן צו ווארטען קיין סאך,
פון - נעבעך - די נערווען קראנקע יאכנע וואס האט האט זיך גע'גט אפאהר וואכען צוריק,
מיט איר מאן וואס מ'זעהט אויף איהם די רשעות בלויז מיט איין בליק,
פאר זיינע ווילדע התנהגות און שיינע מעשים האט מען איהם שוין פון ישיבה פארשיקט,
און דא האט ער דעהם אומשולדיקען יאכנע פאר'אומגליקט,
אבער זי איז גארנישט אזוי ריין און אומשולד,
האקט דעוואשע איבער די ראש המדברות - און מאכט קלאר דעהם בילד,
זי האט איר יונגעל'ס האנט מיט א מארקער אנגעשריבען,
און מיט א שטומפיגער שיילער די צוויבעל געריבען,
געוואשען די ווענט מיט נעגעל וואסער גאהר,
אויסגיסענדיג אויף די ערד די גאנצע לעוואהר,
זי האט אזוי געטוהן פוטשען,
אז זי האט געשלאגען איר זוהן מיט פאפוטשען,
איר מאנ'ס וועקער זייגער מיט צארען געווארפען אין מיסט,
דערנאך ווען ער שטייט אויף שפעהט איר כעס אויף איהם זי שיסט,
פון דא איז א שפרינג אריבער צו עלקא די שלימזל,
וואס האט אן איבערגעקערטע הייזעל,
קען נישט מענעזשען צו האלטען ריין,
הילף דארף שטענדיג ביי איר זיין,
איר מאן איז איר שקלאף אגאנצען טאג,
ער ווייסט נאר פון מוטשעניש און פלאג,
אבער דאך - גיט מרס גרויסמויל א האק אריין,
- קומט עס נישט צו זאלקא דער ארעמאן,
א רחמנות אויף זיין פרוי אביגיל,
כ'ווייס נישט וויאזוי זי טראגט עס דורך, ממש אן אשת חיל,
זי ערווארט גארנישט פון אים אינדערהיים,
ער ברענגט נישט אריין אפילו א דיים,
פליהט פון איין זשאב צו צווייטען ווי א פינג פאנג,
מיט איהם איז עפעס ריעללי ראנג,
פון גומלי חסד, קרן עזר, תומכי יו"ט, ביז ברודער סופפארט,
אלע ארגאניזאציעס שיקען זייערע נדבות דארט,
פאר'ן שידוך האט מען איהם אזוי געפארשט,
ווייל נאר נאך א חשובע בחור האט זי געדארשט,
גאלדענע אינפארמאציע איז געפלאסען אויף איהם פון אלע קוואלען,
ווער האט געקלערט זי וועט אזוי אריינפאלען,
אזא געלונגענע מיידעל געוועהן,
וויאזוי האט דאס צו איר געקענט געשעהן,
כ'קען מיך שוין נישט איינהאלטען גיט מרס טשילער א געשריי,
איך בין גאנץ גוט באקאנט וואס גייט פאהר ביי זיי,
די פרוי איז א געזונטע מכשיפה פון אלעמאהל,
איך קען איר גוט נאך פון סקוהל,
זי פייניגט אויס איר מאן און קינדער,
זי איז נישט קיין אפגעבריהטער נאר גאהר די צינדער,
דא מוז זיך שוין אריינמישען רעביצין שיינער,
מ'טאהר נישט רעדען לשון הרע אויף קיינער!
לאמיר רעדען פון די שיינע וועטער און ביימער,
די הערליכע בלומען און גראזען,
די זיסע חי'לעך ווועווערקעס און האזען.

דא קומט ענדליך מרס אלץ-ווייסער צו גיין מיט איר גרויסען וואסער פלעשעל,
זי קומט שטענדיג אהן שפעהט אבער אייביג א מיט א נייע סקופ סאמטינג ספעשעל,
זי נעמט באלד איבער דאס ווארט נישט ווארטענדיג אויף כיבודים,
זי ווייסט אז וויבאלד אירע פערעל ווערטער פאנגען אהן גיסען ווערט דארט ליהודים,
היינט גייט זי אויך נישט דיסעפוינטען די אוידיענץ,
זי וועט גוט בארייכערען די קאנפערענץ,
נאך זיך אומקוקען כה וכה אויף אלע זייטען ותרא כי אין איש,
די קאוסט איז קלאהר און מ'קען גיין צום טיש,
ציהט אהן די געמיטער אז עכט וויל זי נישט רעדען פון דעהם,
אבער זי הייבט אהן שפילען די אחריות געים,
זי מוז עס פשוט דערציילען צו רייניגען איר געוויסען,
זי מוז דעהם ווייטאגליכען פרשה אין פאבליק אויסשמועסען,
עטץ האטס געוויס געהערט פון די רומערס וואס דרייען זיך דא ארום,
יא, דא אין אונזער פלאץ, קוקט מיך נישט אהן קרום,
זאגטס נישט אז איר ווייסט נישט דערפון,
די וועד הצניעות איז שוין טיף פארמישט דערין,
איר ווייסט דאך זיין אויפפירעכץ לעצטענס איז זייער פארדעכטיגט,
מ'ווייסט נישט קלאהר וואו און ביי וועהם ער האט גענעכטיגט,
מ'האט דעהם זונדל געזעהן פון ערגעץ ארויסקומען,
און זיינע תירוצים און אליבייס טוען אינגאנצען נישט שטימען,
איך בין איהם גארנישט מקנא אויף די וועלט דא,
און אוודאי נישט זיין הייסע גיהנם אין עולם הבא,
און אפשר... וויל תירצה איהם פרובירען בארעכטיגען מיט איהר גוטסקייט,
אין די הייליגע ספרים שטייט....
אבער ווערט תיכף פארשריגען, נעם דיך נישט אייביג אהן פאר שלעכטע לייט,
ביסט עכט זייער זיס,
ביסט אייביג יעדעם דן זיין לכף זכות,
אבער דאס איז נישט יעצט דער שמועס,
מ'דארף זיך לערנען צו גלייבען די מציאות,
ס'איז נוגע פאר יעדען פון אונז באזונדער,
אונז דארפען וויסען צו היטען אונזערע קינדער,
די מוזרות בלבנה האבען אים דן געוועהן צום שלעכטען,
און נישט געלאזט די צדיקת'לעך איהם דן זיין צום רעכטען,
אלץ-ווייסער גיט בחכמת נשים צו ערקלערען,
איך וויל אויך נישט קיין לשון הרע רעדען אדער הערען,
איך וואלט נישט סתם אזוי פארפיהרט,
ווען נישט דא אויף אונזער פלאץ האט דאס פאסירט,
איך האף ס'שטעלט זיך ארויס צו זיין א נישט אמת'ע מעשה,
און ער קומט ארויס א ריינער און א ווייסע,
א נאמען האט ער זיך שוין אנגעמאכט,
צוריק צו ווערען ווי אמאל זאל ער נישט נעמען אין באטראכט,
איך שוין איהם און ווינטש איהם אסאך הצלחה,
אבער ס'ליידער א ביטערע רחמנות אויף זיין משפחה,
זיי קענען שוין מאכען א נאך ברכה,
און איך גלייב נישט ער וועט נאך האבען די זכיה,
צו באקומען דא אין קאנטרי אן עליה...

אוי, מיין בעיבי וויינט אזוי ביטער,
ווער ווייסט וואס גייט פאר, ס'כאפט מיר א ציטער,
איך לויף אהיים כאפען א בליק,
כ'ווייס נישט אויב כ'קום נאך צוריק,
כ'קען נישט גלייבען - אוי וויי,
שוין זייגער דריי!
ווען איז דאס געשעהן?
ס'איז נישט פלעין.

א נייע טאג מארגען,
די קינדער בארדערען ארום אן קיין זארגען,
מ'שפרינגט און מ'טאנצט ארום,
מ'לויפט אין סווימינג פול כאפען א שווים,
מ'שפילט קעטש מיט'ן קאץ,
מ'יאגט איהם נאך איבער'ן גאנצען פלאץ,
דער בעל הבית קומט צו פארען מיט זיין אלטען אלדסמאביל,
ער קוקט זיך אום זיכער מאכען אז די קינדער מאכען נישט קיין טראביל..

אוי, ווי קען מען פארגעסען פון די קעמפ פייער,
די זכרונות זענען דאך אזוי ליב און טייער,
די עלטערען מיט די קינדער צוגלייך פלעגען ארויסקוקען דערויף זייער,
די מינוטען ווען מ'האט אנגעצינדען דעהם שייער,
און מ'פלעגט בראטען דארט פראנקפוטערס און אייער,
די חכמים פלעגען צולייגען צימעס - פיינעפעל מיט מייער,
געזיצען אויף די גראז ארוהם דעהן גרויסען פלאם,
און געזינגען ווארעמע לידער מלא רגש וטעם,
די הערצער זענען פון מתיקות צוגאנגען,
בשעת די פייער קנאקט און עסט אויף די טרוקענע זאנגען,
שירים פון בענקעניש אויף די גאולה און די הייליג לאנד,
ווילאנג נאך וועלען מיר זיך דרייען אין גלות מיט שאנד,
דערנאך פרייליכע לידער נעמען איבער דעהם טאן,
ניגונים פון שמחה טאנצען יעצט פון אויבען אהן,
און די זיסע מעלאדיעס האבען זיך געהעכערט מיט יעדע מינוט,
דאס זענען דאך צייטען אזוי לעכטיג און גוט,
דער עולם ווערט טרוקען און הייס פון דעהם פייער,
ס'הייבט יעדען אהן צו דורשטען זייער,
ווי א מלאך קומט משולם צו קריכען מיט א גרויסען טאפ,
קאלטע לימאנאדע מיט אייז באקומט יעדער אין א קאפ,
יבנה המקדש גייט דער עולם ארויס אין א פייערדיקען טאנץ,
לאמיר האפען אז מיט משיח בקרוב וועט די שמחה שוין זיין באמת גאנץ.

המשך יבא אי"ה

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר