jewinthecity.com - אליסאן דשאוסעפס

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
נופת צופים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 737
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:26 pm
געפינט זיך: וואו נישט
האט שוין געלייקט: 553 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 606 מאל

jewinthecity.com - אליסאן דשאוסעפס

שליחה דורך נופת צופים »

מיט אפאר טעג צוריק האב איך געטראפן דא א מודעה איבער א נייע "שאבאטאון", רופט זיך עס "מקום". אונטער דעם שטייט אן ארגינעזאציע jewinthecity.com

וועגן דעם שבתון אליינס איז מען שוין דאן דארט אין יענע אשכול בהרחבה. צדדים לכאן ולכאן. עפן איך אויף דעם אשכול איבער דעם עצם ארגינעזאציע און געוועב-זייטל, דער איד אין שטאט.

דער גרינדערין איז א פרוי, הייסט זי Allison Josephs. זי קומט פון א פרייע פאמיליע און היינט רופט זי זיך צענטריסט ארטאדאקס. (וואס זי זאגט דאס איז מער די רעכט-נויגענדע מאדערן ארטאדאקס.)

די מטרה פון זייער ארגינעזאציע, זענען זיי מסביר, איז צו ווייזן פאר די וועלט, סיי די פרומע, פרייע און ווי אויך די נישט אידישע וועלט די פאזיטיווע חלקים פון אידישקייט און אז אידישקייט מוז נישט מיינען צוקוועטשטע, אומגעלערענטע מענטשן וואס זעען אויס מאדנע און שמעקן ווי די חלבנה.

די ערשטע מאל איך האב באגעגנט דאס פלאץ בין איך אויף דעם געזעצן א צוויי דריי שעה אין א צי. אסאך פון אירע ארטיקלען זענען זייער אינטערעסאנט מיט גוטע פוינטס. די נושאים דארט זענען אלע סארטן, פון יסודית'דיגע ביז שטותים, און אלע סארטן מענטשן פון אידן ביז גויים, פרומע און פרייע שיקן איר זייערע פראגעס און קשיות.

געווענליך איז די סוף פסוק פונע'ם פאוסט, אז ס'זענען דא אסאך אנדערע סארט ארטאדאקסן (ליין: מאדערן ארטאדאקס), און אידישקייט מיינט נישט דווקא צו גיין א הוט און רעקל 24/7, זוממער און ווינטער.

ווער עס ווייסט מער איבער דעי נושא אדער טאמער פאלט פאר אייערע אויגן אן אינטערעסאנטע ארטיקל פון דארט, איז מכובד זיך אנצורופן.
סענט פראם מיי קאושער פאון...
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

דא האט מען שוין איין מאל גערעדט פון איר. אויך מאחורי איז דא א שטיקל דיסקוסיע בנוגע אן אינטערוויו וואס זי האט געגעבן פאר די האפינגטאן פאוסט.


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
פאטעטא טשיפס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 1:08 pm
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

איר עסקנות איבער די עגונות קריזיס

שליחה דורך פאטעטא טשיפס »

איך גלייך איר - אין א געוויסע וועג - צוליב איר גלייכגילטיגקייט און נישט מורא האבן צו זאגן וואס זי האלט איז ריכטיג (אדער נישט.. ;) ).

לעצטנס איז מרת. דזשאסעפס פארנומען מיט די עגונה קריזיס.

זי דרייעט איבער א וועלט אז איידער'ן פארהייראטן זאל די צוקונפטיגע פארל אונטערשרייבן א Prenuptial Agreement -- וואס דאס איז האב איך געווארט אז ס'זאל קומען א גוטהארציגע איד און מיר דאס ערקלערן... והיום הזה האב איך דאס ענדליך געפינען אויף איר זייטל:

The Prenup is a document which was drafted by Rabbi Mordechai Willig in 1994 in consultation with other halachic and legal experts. It accomplishes two things: it forces the couple to choose a beis din (Jewish court) to get divorced by should the need, God forbid, ever arise. Second, it legally obligates the husband to pay $150 a day to his wife for every day he withholds the get.
The concepts contained in The Prenup are actually very old, dating back to the seventeenth century! In 1664, Rabbi Shmuel Ben David Moshe Halevi, the rabbi of Bamberg, Germany published a compilation of Jewish legal forms called the Nachalas Shiva. One of the forms in that book is a version of the tana’im (a Jewish wedding document) with a provision that is very similar to The Prenup. In a footnote to that provision, the Nachalas Shiva cites some authorities who held that the provision dates back to the Takanos Shum, the authoritative communal enactments adopted in the early Middle Ages by the leaders of the German communities of Speyer, Worms and Mainz.
The financial disincentive delineated in The Prenup is based upon a husband’s obligation according to the ketubah (marriage contract) to provide food, clothing, and shelter to his wife so long as they remain married. So The Prenup tells a husband “if don’t want to give your wife a get, then you must support her as outlined in the ketubah until you terminate the marriage by giving a get.” The Prenup has been endorsed by a number of leading poskim (adjudicators of Jewish law), including Rabbi Zalman Nechemia Goldberg, Rabbi Gedalia Dov Schwartz, Rabbi Ovadia Yosef, and Rabbi Osher Weiss.


Read more: http://jewinthecity.com/2014/06/this-ha ... z3bmHMNEtP


און זי שרייבט דארט ווייטער אז זי האט אנגעפרעגט ביי דזשערעמי שטערן, די אנפירער פון די ORA - Organization for Resolution of Agunot וואס האט איר באשטעטיגט אז אין 100 פערצענט פון ד פעלער אין וואס זיין ארגאניזאציע איז געווען פארמישט, און דער מאן האט אונטערגעשריבן דעם צעטל (און עס איז פארבליבן א קאפיע דערפון! :roll: ) האט דאס געהאלפן אז ער זאל תיכף ומיד געבן א גט כהלכה.
פארשפארט