בלאט 1 פון 1

מוז מען דען פארן אין די קאנטרי?

נשלח: מאנטאג יוני 01, 2015 9:06 am
דורך קאך_לעפל
עת הזמי''ר הגיע, דער הייסער זומער שפאנט שוין מיט גרויסע פוס טריט צו אונזער ריכטונג, די היץ כוואליעס מיט וואס ניו יארק איז געבענטש געווארן הייבט זיך שוין אן צו שפירן אין די ליפט, מען הערט שוין די פויגלך זינגען און קרייען אין די פריע-פארטאגס שעה'ען, די ביימער זענען שוין ווידער באדעקט מיט בלעטער, און די הערליכע בלומען געבן שוין ארויס זייער איינגענעמענער ריח, דער גאנצער בריאה לעבט, אלעס איז פיל מיט חיות און לוסט, דער העל-בלויער הימעל שמייכלט צו אונז, און דער זון שיקט אירע הערליכע איינגענמענע שטראלען, מה רבו מעשיך ה'...

און יא! די הכנות צו דער קאנטרי זענען שוין אין פולן שוואנג, די גאנצע הויז געצייג ווערט פארזיכטיג פארפאקט אין אייער שאכטלעך, די רענצלך און די פילע באגדשען ווערן גוט פארבינדן און פארקלעבט, און דער גאנצער הויזגעזינט ווארט שוין מיט שפאנונג בכליון עניים אויף דער גליקליכער טאג, וואס מען גייט איבערלאזן דער הייסער שטאט, און זיך לאזן אין וועג אריין צו די הויעכע ליפטיגע קעסקל בערג, און זיך פלאצירן אין א דירה סריחה אויף גאנצע צוויי חדשים!

דער גזירות הקאנטרי איז שוין א איר אלטער, וואס פלאגט שוין דעם אמעריקאנעם אידענטום לאנגע דורות, דער חוב קדוש פון גלות ליידען אין די זומער חדשים איז שוין אזוי אלט ווי אידישקייט אין אמעריקא זעלבסט, אבות אבותינו האבן דאס לכאורה מקבל געווען מסיני, און אויף איר איז געזאגט געווארן וכל המשנה ידו על התחתונה, ומנהג ישראל תורה הוא. אפגעזעהן צו עס לייגט זיך אויפן שכל צו נישט!

ווען א זייטיגער צושויער האלט ווען מיט דעם מאסיווען יערליכען זומער ארויסוואנדערונג פון די שטאט, קען זיך אים אדש צודאכטען אז דאס איז גאר א גזירות המלכות, אז דער אמעריקאנער רעגירונג צווינגט פשוט אירע אידישע בירגער זיך ארויסצוציען פון די פיינע באקוועמע שטאטישע דירה, און זיך ארויסצולאזן אין גלות אריין, און זיך אריין ציען אין א קליינע ענגע דירה דירה סריחה ערגעץ ווי אין ליבערטי.

לאמיר זיך ווען פארשטעלן אויב עס וואלט ווען טאקע ווען געוועזען אזוי, אז דער קאנטרי וואלט ווען געווען א גזירות המלכות , א רעגירונג רעגולאציע, דער געזעץ פינעם לאנד, און מען וואלט מיט דער געוואלד ארויפגעצווינגען דעם עולם אויף די וואגאנען און אפגעפירט צו די הרי הקעסקעלים מיט די געוואלד, און פלאצירט דעם עולם אין ענגע האלב איינגעפאלאנע באראקען, וויפיל כוחות וואלטן ווען אונזערע העראישע עסקנים אנגעוואנדן אפצושרייען דער ביטערער גזירה? וויפיל קרעדיט קארטעלך וואלט ווען זיך ווען דירך געגלישט דעם סטאפסעקירטער קאמפיוטער סיסטעם פינעם הייליגען תהילים כולל? די טעלעפאן ליניעס פינעם חצות כולל וואלטן ווען נישט געקענט דערהייבן דער פלייץ פון די מיליאנען אריינריפער, אז די חצות אויפשטייער זאלן מבטל זיין את רוע הגזירה.

און ווינדער איבער ווינדער דא גייט דער עולם גולם ווי קעלבער פון זיך אליינס, קיינער צווינגט גאר נישט, מען פייניגט זיך דער גוף און דער נשמה און מען גייט אן קיין צוואנג אין גלות אריין, זיך אפלאגען פאר גאנצע צוויי חדשים, און די נאכווייען שפירן זיך ביז פסח, דאס דארף דאך האבן עפעס א שטיקל הסבר, ניין? מיר זענען דאך א קליג פאלק, מה לנו לשטות זה?

דער אמת איז, אז דער אלגעמיינער מענטשהייט וואלט ווען טאקע ווען פארבליבן דא אין די שטאט אויפן זומער, און מען וואלט זיך ווען באגעניגנט מיט א צוויי וואכענדיגע הערליכע אוואקאציע אין ניו העמטשער, אריזאנע, צו אויף די הערליכע ראקי בערג, וואס איז פול ביליגער און געשמאקער ווי די קאנטרי, נאר וואס דען? יעדער פארט דאך אין קאנטרי....מען מוז זיך אהערשטעלן.. די בהמה... וואס גייט דיך אן וואס יענער טוהט? די הרג'עסט דיך פאר יענעם? וואס טוהסטו נישט וואס עס איז גוט פאר דיר? ווידער איז פארהאן א טייל פינעם עולם גולם וואס פארט אין קאנטרי, פאר די ב''ב די ב''ב מיז פארן אין קאנטרי זיך אויסצוטשוכענען פון די 10 חדשים שווערע שטוב ארבייט, איז טאקע קאנטרי דער לעזונג צו דעם? גארנישט אזוי זיכער..

פאר די דאזיגע וואס פארן פאר יענעם אין די קאנטרי ווייל ער מיז אהערשטעלן, איך האב פאר אייך גרויס נייעס, יענער פארט אויך נאר אין קאנטרי ווייל איר פארט. איינער פאפט זיך דעם צווייטען, א גאנצע פאפאראציע שפילט זיך אפ. דער ריינער אמת איז: אז נישט די, און דער וועם די ווילסט נאכמאכן האבן איבריגע 5 אלפים אין די קעשענע פאר דער פאפאראציע שפיל, עס שפייטס ענק נעבאך אויס די גרינע גאל פאר ליפטיגע השערות.

און פאר די דאזיגע וואס פארן אין קאנטרי צילוב די ב''ב.

דער יונגערמאן לעבט זיך ווי א בחור, ער איז אליינס אינדערהיים בשעת די בני בית זיינער זיצט זיך געמיטליך אונטער די גרינע ביימער אין די קאנטרי און פלוישט אוועק גאנצעטע נעכט מיט אירע פרענד'ס, (וואס האבן זיי דען אזוי פיל צו רעדן? גיי ווייס! ) דער הויז זעהט אויס ווי נאך א צינאמי, אפפאל פון געקויפטע עסנווארג זענען אנגעלייגט אין יעדן ווינקל, אז עס גייט א ריח כמו שכתוב, א גאנצע בארג פון אומאויסגעוואשענע וועש געפינט זיך אין שלאפ-שטוב, דער בית הכבוד זעהט גארנישט בעסער אויס ווי א בית כיסא אינעם באן סטאנציע.. אדש עס איז א גרויל צו מאכן א ישיבה דעראויף..

פרייטאג מיטאג לאזט ער זיך ארויס צו דער קאנטרי, נאכן ארום לויפן איינקויפן נאך און נאך זאכן, וואס דער ב''ב האט אים געווארענט מיטן לעבן אינצוקויפן, און אז ער זאל זיך נישט וואגען צו קומען אין די קאנטרי אן די איינגעקויפטע זאכן, זעהט אויס אז די 75 באקסעס וואס מען האט ארויסגעשלעפט אנפאנג זומער איז געווען ווייט פון גענוג, און ענדליך נאכן זיצן אין טרעפיק א האלבער טאג, ריקט ער זיך אן אינגאנצען פארמאטערט און אויסגעשעפט ברוח ובגשם אין די קאנטרי, און נאך בעפאר ער האט אפילו צייט זיך דער אטעם צו דערכאפן, באפאלט אים תיכף דער ב''ב מיט די גאנצע פרויען פאליטיק פין קאנטרי, און זי וויל הערן זיין מיינונג איבער דעם וואס יענטי האט געזאגט, און אויף וואס גיטי האט צירק גענפערט, און פארוואס מען האט איר נישט מיטגענומען צו די פיצא סטאר, פייגי איז דאך אזא סנאב, עס גריצעלט אים שוין די אויערן, אבער ווער וויל זיך דען קריגן מיטן ווייב נאכן א גאנצע וואך לעבן ווי א היימלאזער באשעפעניש?, ער פאלט אריין אין פארצוויייפלינג אין ער שווערט הייס אז מער פארט ער נישט אין קאנטרי! גענוג איז גענוג אלעס האט א שיעור!

זייער פיין טאקע, אבער די שבועה האלט טאקע בלויז אן ביז דעם אנדערן יאר זומער, און ווי נאר ער הערט אז משה יוקל הייבט אן צו פלאנירן דעם קאנטרי, פארגעסט ער שוין פון די הייסע שבועה און הייבט אויך אן מיט די קאנטרי פלענער...

ווען גייט זיך שוין דער קאנטרי נאנ-סענס אויפהערן?

Re: מוז מען דען פארן אין די קאנטרי?

נשלח: מאנטאג יוני 01, 2015 9:32 am
דורך וויל קענען
זייער שיין קאךלעפל מיין לחיים היינט האט געהאט אן אנדערע טעם ליינענדיג בשעת מעשה די ארטיקל כמיין אז די תשובה אויף די שאלה ליגט אין דיינע ווערטער ווייל נאר ווער סאיז אשתו מושלת עליו גייט אין קאנטערי.......
אדער דער וואס האט א באגע בא קעריטש .........

נשלח: מאנטאג יוני 01, 2015 10:03 am
דורך שמעון וואלף
קאך לעפל איז ביהיינד אפאר יאר. גערעכט, אמאל פלעגט זיין אזוי אז מ'איז ארויס געפארן צו א דירה סרוחה און מ'איז אנגעקומען פרייטאג נאכמיטאג. היינט אבער איז אכשר דרא און דער עולם איז מקיים מצות קאנטרי בהידור. טויזענטער זימער הייזער און נייע באנגעלאס זענען פארשפרייט בכל תפוצות הקעטסקילס ווי מ'פארברענגט געשמאק. אנשטאטס פרייטאג נאכמיטאג קומט רוב עולם ארויס דאנערשטאג נאכט און מ'פארט צוריק זונטאג נאכט אדער מאנטאג. אסאך חסידים פאלגן רצון קדשו פון קאך לעפל'ס רבי און קומען ארויס דינסטאג נאכט צו "פארברענגען" מיט די בני בית.

חוץ מזה איז נעריש חוזק צו מאכן פון דאס גיין אין קאנטרי. יא, איינער וואס פאר'חובות'ט זיך וועגן די קאנטרי איז טאקע א פערד, אבער אסאך יונגעלייט קענען זיך עס ב"ה ערלויבן און ענזשויען עס זייער שטארק. און אפילו די וואס בלייבן אין שטאט זענען אויך נהנה דערפון בעיקופין. פרעג נאר די וואס זענען אין שטאט וואספארא רואיגקייט און פריינטליכקייט ס'הערשט שבת ווען די שול איז דריי פערטל ליידיג און יעדער וואלונטירט ארויסצוהעלפן.

און די וואס פארן יא ארויס צו א דירה סרוחה איז אויך נישט אוועק צו מאכן. קוק דיך ארום אין קאנטרי און באטראכט דעם עולם. רוב מענטשן זענען פשוט נישט צו דערקענען. דער נערוועזער פון א גאנץ יאר ווערט רואיג, דער סנאב ווערט אן עסקן דער באם וואס עפענט נישט א ספר ווי גרויס די יאר איז, איז זיך משתתף אין שיעורי תורה, דער וואס איז נישט מקפיד אויף מנין איז גאר פון די עשרה ראשונים א.א.וו.

עכ"פ, רוב מענטשן וואס גייען, טיען די ריכטיגע זאך

נשלח: מאנטאג יוני 01, 2015 10:27 am
דורך לית דין בר נש
קודם איך פאר טאקע און קאנטרי פאר יענעם אבער דער יענעם איז מיינע אייגענע קינדער און וואס זאל איך דיר זאגן עס איז ווערד יעדע פענ"י אפי' מען שפירט עס אין טאש ביז פסח (און אודאי פאר דער וואס שפירט עס נישט) די ווייסט וואס מיינט פארן די בייק אויף די זעלבע גאס וואס איז לאנג פונקטליך 300 פיס פאר פינף חדשים (אייר-אלול) און די ווייסט וואס מיינט שפילן באלל און דארפן יעדע זעקס סעקונדעס לויפן עקראס די סטריט עס צריק ברענגען יא איך וואוין אין די סיטי נישט מאנסי מאנרא איך מיין עס קומט זיי אביסל לופט צו שפילן חוץ די לופט פון די לאבי פון די אפארטמענ"ט בילדינ"ג און די 80 פיס אינפראנט פון די בילדינ"ג.
און צו די צווייטע נקודה יא איך פאר פאר מיין ווייב אויך אז זי זאל קענען פלויזשען אונטער די בוים א גאנצע נאכט וואס גייט עס מיר אהן און עס קומט זיך איר א צוויי חדשים ברעיק פון די שווערע ארבעט. און בנוגע ווי אזוי מיין דירה אין שטאט זעהט אויס ווענד זיך ווי אזוי איך האלט עס און אויב איך לאז עס אויסזעהן ווי נאך א הוריקעי"ן מיינט אז עס באדערט מיר נישט ווייל איך קען עס אייביג צוזאם נעמען.