בלאט 1 פון 1

וואס זענען די זוילן?

נשלח: מאנטאג יוני 01, 2015 4:40 pm
דורך געוואלדיג
ער וואקט ארויס פונעם וואלקן און בלייבט שטיין ערשטוינט פון די נייע וועלט וואס האט זיך אנטפלעקט פאר איהם, ער זעהט די הימל לויטער קלאר און די ערד מיט איהר פולע פראכט, און פולע זוילן פון ארום און ארום,

ער שטייט פארוואונדערט און קען נישט פארשטיין, פון די הימל האט ער אלס געוואוסט, די ערד אויך פארשטייט זיך, אבער די פילע זוילן דא ארום און ארום, וואס איז דאס און ווער האט דאס אהער געשטעלט, וואונדערט ער זיך.

שטעלט ער אפ א דורכגייער און פרעגט איהם, אפשר קענסטו מיר מסביר זיין וואס די זוילן זענען, און צו וואס פאר א צוועק האט מען דאס אהער געשטעלט,

יענער קוקט איהם אן פון קאפ ביז פוס ווי איינער וואס איז פון די לבנה אהער געקומען, און ענטפערט איהם קורץ דאס איז נישט קיין זוילן דאס זענען ביימער.

- וואס? ביימער?

- יא ביימער, וואס גייט פאר מיט דיר? ווייסט נישט וואס ביימער זענען?

- אפשר ביסטו מיר מסביר וואס דו זאגסט, ווייל איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט, רופסט דאס ביימער, אקעי, אבער וואס איז דאס?

- ביימער, וואס איז דא נישט צו פארשטיין?

- טוה מיר א טובה און זיי מיר מסביר פונקטליך וואס זענען די זוילן וואס דו רופסט ביימער, און וואס זענען די באליס אויף דעם?

- אקעי, דו נעמסט מיר אויף א רייד אבער איך וועל דיר זאגן, די זוילן ווערן אנגערופן ביימער און די באליס ווערן אנגערופן פרוכט, דאס וואקסט פון קליינע קערעלעך פון די פרוכט וואס מען לייגט אריין אין די ערד און עס רעגנט אויף דעם און אזוי וואקסט ארויס א גאנצע בוים מיט פרישע פרוכט וואס האבן אין זיך אויך קערעלעך צו קענען פלאנצן נאך ביימער וואס אויף זיי וועט וואקסן נאך פרוכט וחוזר חלילה, יעצט איז אלעס קלאר?

- Wow איך קען נישט גלייבן וואס איך הער, דו מיינסט דאס אמת'דיג פון די קליינע קערעלעך וואקסן ארויס פרישע ביימער מיט נאך און נאך קערעלעך wow.

- איין מינוט, איך פארשטיי נישט דו זעהסט מיר אויס צו זיין אין דיינע הויכע צוואנציגער יארן, ווי קען זיין אז דו ווייסט נישט פון דעם, און וואס האסטו געגעסן ביז היינט?

- וואס הייסט וואס איך האב געגעסן? מן,

- וואס?! מן?

- יא, מן,

- וואס איז דאס? עס זעהט מיר אויס ווי אונז רעדן פון אנדערע וועלטן,

- וואס איז דא צו פארשטיין, יעדן טאג רעגנט אראפ מן פון הימל צום עסן און אונטער דעם און איבער דעם ליגט א ווייכע שיכט פון טוי,

- וואס הער איך דא, עס רעגנט מן וואס איז עסן פון הימל, מיט טוי??!! וואס גייט דא פאר?

[center]******[/center]

דאס איז די ענין פון טבע, נס, השגחה פרטית, טאקע גארנישט ספעציעל אבער פארט באלערנד.

נשלח: מאנטאג יוני 01, 2015 5:51 pm
דורך [NAMELESS]
[tag]געוואלדיג[/tag]ע רעיון!!!

דא קען מען אויך צוברענגען דעם ווארט - דאכצעך מיר פונעם נועם אלימלך - אויף די שינוי לשונות הפסוקים: ובני ישראל הלכו ביבשה בתוך הים, לעומת: ובני ישראל הלכו בתוך הים ביבשה. אז פשט איז, אז ביידע האבן אויסגעזען ווי דער זעלבער נס, שפאצירן אויפן יבשה איז דער זעלבער הפלא'דיגער נס ווי דער שפאציר אין ים.

וע"פ דבריך יאמר, אז דער וואס קומט פון די לבנה און זעט דעם כח משיכה פון גראוויטי, ווערט נתפעל פונקט אזוי פונעם שפאציר אויף די יבשה, ווי פונעם שפאציר אין ים. וכדבריך, מיטן מאדנעם באלי-פרי אויפן זויל-בוים.

נשלח: מאנטאג יוני 01, 2015 6:17 pm
דורך פארוואס?
ווען מ'רעדט פון התפעלות פונעם נאטור, איז אינטרעסאנט צו ברענגען די ווערטער פונעם תניא אין ח"ב פרק ב:

בעל התניא האט געשריבן:והנה מכאן תשובת המינים וגילוי שורש טעותם הכופרים בהשגחה פרטית ובאותו' ומופתי התורה שטועי' בדמיונם הכוזב שמדמין מעשה ה' עושה שמי' וארץ למעשה אנוש ותחבולותיו כי כאשר יצא לצורף כלי שוב אין הכלי צריך לידי הצורף כי אף שידיו מסולקות הימנו והולך לו בשוק הכלי קיים בתבניתו וצלמו ממש כאשר יצא מידי הצורף, כך מדמין הסכלים האלו מעשה שמים וארץ, אך טח מראות עיניהם ההבדל הגדול שבין מעשה אנוש ותחבולותיו שהוא יש מיש רק שמשנה הצורה והתמונה מתמונת חתיכת כסף לתמונת כלי למעשה שמים וארץ שהוא יש מאין והוא פלא גדול יותר מקריעת ים סוף עד"מ שהוליך ה' את הים ברוח קדים עזה כל הלילה ויבקעו המים ונצבו כמו נד וכחומה ואילו הפסיק ה' את הרוח כרגע היו המים חוזרים וניגרים במורד כדרכם וטבעם ולא קמו כחומה בלי ספק אף שהטבע הזה במים גם כן נברא ומחודש יש מאין שהרי חומת אבנים נצבת מעצמה בלי רוח רק שטבע המים אינו כן וכ"ש וק"ו בבריאת יש מאין שהיא למעלה מהטבע והפלא ופלא יותר מקריעת ים סוף עאכ"ו שבהסתלקו' כח הבורא מן הנברא ח"ו ישוב הנברא לאין ואפס ממש.


אין אנדערע ווערטער שרייבט דער תניא, אז דער נאטור איז די גרעסטע פלא, נאך גרעסער ווי קריעת ים סוף.

אז מ'קוקט צוריק, זעהן מיר אז וואס פריער אין די היסטאריע ווען מ'האט געהאט ווייניגערע ידיעות איבערן נאטור, איז די התפעלות געווען פון פרטים אינעם נאטור, און שפעטער ווען מ'איז געוואר געווארן די סיבה דערפאר, איז די התפעלות פון די סיבה.

למשל, אויב מיר וועלן רעדן פון די בליצן און דינערן, וואס היינט ווייסן מיר אז עס איז א תוצאה פון אן אנזאמלונג פון סטאטיק עלעקטריסיטי אין די וואלקענעס, איז נישט שיייך צו נתפעל ווערן דערפון מער ווי זעהן ווי א לייט ברענט. און אזוי ווייטער.

היינטיגע צייטן, נאך וואס מיר פארשטייען שוין די סיבות פאר די אלע געזעצן וואס מ'איז אמאליגע צייטן נתפעל געווארן, אז זיי שטאמען פון מער פונדעמאנטאלע געזעצן, איז די התפעלות פון אט די יסודות'דיגע געזעצן.

איך לויף גלייך צו די יסוד פון אלע יסודות, וואס דאס זענען די מאטעמאטישע געזעצן, וואס איך ווער פון דעם זייער נתפעל, נאכמער פון אלע אנדערע געזעצן. ודו"ק כי קיצרתי, במקום שאמרו להאריך.

נשלח: מאנטאג יוני 01, 2015 7:25 pm
דורך הקטן
די מאטעמאטישע געזעצן זענען די ציל-רינגלעך וואס זענען גערינגעלד געווארן ארים דעם פייל

נשלח: מאנטאג יוני 01, 2015 8:59 pm
דורך berlbalaguleh
אז מ'רעדט שוין פון די געזעצן פון די נאטור און אמונה איז כדאי צו באמערקן אז לפי זה וואלט א מעדיצין דאקטער געדארפט זיין דער גרעסטער מאמין אין מציאת הבורא והשגחתו. און ס'זענען טאקע דא פון די גרעסטע דאקטוירים, לאוו דווקא אידן, וועלכע זענען גרויסע מאמינים בה'. אבער לעומת זה זענען פאראן זייער א סאך דאקטוירים וועלכע זענען מכחיש במציאת הבורא. אנדערש פון אן ארכיטעקט אדער כעמיסט, וועלכער גייט לויט די געזעצן פון די נאטור, ווי כעמיע אדער מאטעמאטיקס. און לויט דעם באקומט ער אייביג די ערווארטעטע רעזולטאטן. איז א מעדעצין דאקטער אויסגעשטעלט צו באקומען פארשידנארטיגע רעזולטאטן דורך די זעלבע פעולות. מוז ער איינזעהן אז ס'איז דא א העכערע קראפט וועלכע קאנטראלירט די ענד רעזולטאטן.
וואס האט מיך געמאכט אריינטראכטן אין די פאקטן פון די פארשידנארטיגע סיטואציעס איז, די נייעס מיט עטליכע יארן צוריק איבער א פרוי וועלכע איז געווען אין א קאומא פאר מער פון צען יאר. און זי האט זיך ערוועקט. נאר אין די צווישנצייט איז אנגעגאנגען א העפטיגע דעבאטע צווישן די דאקטוירים און איר משפחה אויב מ'זאלל ערלויבן צו אויסשאלטערן די לעבנס אויפהאלטונג מאשינען. א טייל דאקטוירים האבן געטענה'ט אז זי איז שוין פאקטיש טויט.און זי וועט שוין קיינמאל מער נישט לעבן אן די מאשינען. אבער אנדערע דאקטוירים און אויך די פרוי'ס משפחה האבן נישט אויפגעגעבן די האפענונג אז זי וועט זיך אויפוועקן. און נאכדעם וואס דער נס איז געשעהן און די פרוי האט זיך אויפגעוועקט, האט מען גפרעגט פון די גרעסטע ניוראלאגן וועלכע האבן זי באהאנדלט וואס זייער מיינונג איז איבער דעם געשעענעם נס. האבן זיי געזאגט אז ס'איז דא א באגרעניצונג אויף וויפיל א מענטש קען טון. און דאס איבעריגע לאזט מען צום באשעפער...!

נשלח: מאנטאג יוני 01, 2015 9:26 pm
דורך געוואלדיג
פארוואס? האט געשריבן:
איך לויף גלייך צו די יסוד פון אלע יסודות, וואס דאס זענען די מאטעמאטישע געזעצן, וואס איך ווער פון דעם זייער נתפעל, נאכמער פון אלע אנדערע געזעצן. ודו"ק כי קיצרתי, במקום שאמרו להאריך.


טאקע דאס איז געווען מיין כוונה מיט די אשכול, דיין אשכול וועגן מאטעמאטיקס האט מיר דערמאנט מיין געדאנק וואס איך שרייב דא.

נשלח: מאנטאג יוני 01, 2015 10:31 pm
דורך ונבנתה העיר

נשלח: מאנטאג יוני 01, 2015 10:38 pm
דורך געוואלדיג
יישר כח פאר די מקור, איך האב געמיינט אז איך בין דער ערשטער מחדש, נאכאמאל א דאנק.

נשלח: מאנטאג יאנואר 18, 2016 8:37 pm
דורך נקודת החבדית
פארוואס? האט געשריבן:ווען מ'רעדט פון התפעלות פונעם נאטור, איז אינטרעסאנט צו ברענגען די ווערטער פונעם תניא אין ח"ב פרק ב:

בעל התניא האט געשריבן:והנה מכאן תשובת המינים וגילוי שורש טעותם הכופרים בהשגחה פרטית ובאותו' ומופתי התורה שטועי' בדמיונם הכוזב שמדמין מעשה ה' עושה שמי' וארץ למעשה אנוש ותחבולותיו כי כאשר יצא לצורף כלי שוב אין הכלי צריך לידי הצורף כי אף שידיו מסולקות הימנו והולך לו בשוק הכלי קיים בתבניתו וצלמו ממש כאשר יצא מידי הצורף, כך מדמין הסכלים האלו מעשה שמים וארץ, אך טח מראות עיניהם ההבדל הגדול שבין מעשה אנוש ותחבולותיו שהוא יש מיש רק שמשנה הצורה והתמונה מתמונת חתיכת כסף לתמונת כלי למעשה שמים וארץ שהוא יש מאין והוא פלא גדול יותר מקריעת ים סוף עד"מ שהוליך ה' את הים ברוח קדים עזה כל הלילה ויבקעו המים ונצבו כמו נד וכחומה ואילו הפסיק ה' את הרוח כרגע היו המים חוזרים וניגרים במורד כדרכם וטבעם ולא קמו כחומה בלי ספק אף שהטבע הזה במים גם כן נברא ומחודש יש מאין שהרי חומת אבנים נצבת מעצמה בלי רוח רק שטבע המים אינו כן וכ"ש וק"ו בבריאת יש מאין שהיא למעלה מהטבע והפלא ופלא יותר מקריעת ים סוף עאכ"ו שבהסתלקו' כח הבורא מן הנברא ח"ו ישוב הנברא לאין ואפס ממש.


אין אנדערע ווערטער שרייבט דער תניא, אז דער נאטור איז די גרעסטע פלא, נאך גרעסער ווי קריעת ים סוף.


בריאת הטבע.