בלאט 1 פון 1
טויזנט ווערטער
נשלח: דינסטאג פעברואר 28, 2012 1:00 am
דורך Starbucks
מ'זאגט אז א בילד רעדט טויזענט ווערטער. גיט א קוק אויף דעם בילד און זאגט וואס דאס בילד דערציילט. דאס קעפל ליינט "טענצל ביי דעם סיום - התורה אין דאבראוונער אלטער שול."
http://www.yivoencyclopedia.org/search. ... ypes%3Dimg
Re: א טויזנט ווערטער
נשלח: דינסטאג פעברואר 28, 2012 1:16 am
דורך Starbucks
יאנקל האט געשריבן:שמחת התורה מיט דעם אמאליגן חן. איי, מי יתנני ירחי קדם.
איך בין נייגעריג וואס ס'האט זיך אלץ אפגעטוהן אין דעם שטעטל/דערפל. די ווענט זעהן אויס רייך באצירט אבער די אידן דארט זעהן אויס נעבעך ווי בלוטיגע ארימעלייט, איין קינד גייט בורפוס..
Re: א טויזנט ווערטער
נשלח: דינסטאג פעברואר 28, 2012 2:32 am
דורך רואיק
אינטערעסאנט, נאר איינער פארמאגט גלעזער.
Re: א טויזנט ווערטער
נשלח: דינסטאג פעברואר 28, 2012 11:00 am
דורך דבילה
די אויסוואל פון היטלעך זעט אויס גאר אינטרעסאנט! ס'איז מיר א וואונדער וואס די היטל פארציילט אויף דעם מענטש וואס טראגט עם - ווי רעליגעז ער איז? אין וועלכן שטיבל ער דאווינט? וואס איז זיין פאך? אין וועלכן ארבעט פאריין ער איז אנגעקנופט? אדער אפשר סתם גארנישט!
Re: א טויזנט ווערטער
נשלח: דינסטאג פעברואר 28, 2012 11:48 pm
דורך דבילה
'ך זע נישט קיינע פרויען, הסבר?
Re: א טויזנט ווערטער
נשלח: מיטוואך פעברואר 29, 2012 12:03 am
דורך טעמפא
דבילה האט געשריבן:'ך זע נישט קיינע פרויען, הסבר?
קוקט אייך איין אינעם עולם וואס שטייט אויף די טרעפ פון ארון קדוש און העער דעם עמוד. יא יא, אזוי צניעות'דיג זענען די אמאליגע פרויען געווען...
Re: א טויזנט ווערטער
נשלח: מיטוואך פעברואר 29, 2012 1:13 am
דורך Starbucks
דבילה האט געשריבן:'ך זע נישט קיינע פרויען, הסבר?
אפשר ווייסט איינער וויאזוי צו downloadען די פיקטשער כדי מ'זאל עס קענען דא פואסטן נארמאל?
Re: א טויזנט ווערטער
נשלח: מיטוואך פעברואר 29, 2012 1:56 am
דורך Starbucks
קארל האט געשריבן:...
how about די אריגינעל פייל מען זאל קענען אריינזומען?
Re: א טויזנט ווערטער
נשלח: מיטוואך פעברואר 29, 2012 12:45 pm
דורך טעמפא
Starbucks האט געשריבן:קארל האט געשריבן:...
how about די אריגינעל פייל מען זאל קענען אריינזומען?
איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס דיין בקשה איז. דער אריגענעלער פייל קענסטו זיין אויף די לינק צו ייוו"א. דארט קען מען אויך אריין- און ארויס-זומען.
Re: א טויזנט ווערטער
נשלח: מיטוואך פעברואר 29, 2012 1:43 pm
דורך געפילטע פיש
טעמפא האט געשריבן:דבילה האט געשריבן:'ך זע נישט קיינע פרויען, הסבר?
קוקט אייך איין אינעם עולם וואס שטייט אויף די טרעפ פון ארון קדוש און העער דעם עמוד. יא יא, אזוי צניעות'דיג זענען די אמאליגע פרויען געווען...
טאקע זייער צניעותדיג... שומר נגיעה אויך...
Re: א טויזנט ווערטער
נשלח: מיטוואך פעברואר 29, 2012 2:11 pm
דורך טעמפא
געפילטע פיש האט געשריבן:טעמפא האט געשריבן:דבילה האט געשריבן:'ך זע נישט קיינע פרויען, הסבר?
קוקט אייך איין אינעם עולם וואס שטייט אויף די טרעפ פון ארון קדוש און העער דעם עמוד. יא יא, אזוי צניעות'דיג זענען די אמאליגע פרויען געווען...
[img]
טאקע זייער צניעותדיג... שומר נגיעה אויך...
ס'קען געמאלט זיין אז דאס איז זיין ווייב. איי וועסטו פרעגן וועגן די אייגענע האר? אדער איז דאס עפעס אן אלט-מאדישער ווערסיע פון א יומען-העיר שייטל, אדער קען גאר יין א דאס איז זיין טאכטער כאטשיג ער זעט אויס צו יונג צו זיין איר טאטע.
Re: א טויזנט ווערטער
נשלח: מיטוואך פעברואר 29, 2012 4:51 pm
דורך משה זוכמעך
ס'איז דאך זיין ליבע מאמע דעס, זעסטו נישט?
Re: טויזנט ווערטער
נשלח: זונטאג מערץ 04, 2012 4:53 am
דורך רואיק
איך האב הנאה פון דעם יונגערמאן ווי ער האט ארויפגעשטעלט זיינע קינדער אינדערהייעך זיי זאלן קענען זעהן. ליידער זענען רוב פון די (אויב נישט אלע) אידן אומגעקומען ביים קריג.