ישראלי האט געשריבן:נעבעך אדער בהמה זענען קיינמאל נישט אמת אבער אז איינער וויל מ'זאל וויסן אז ער איז נישט קיין מבין דבר מתוך דבר און מ'דארף אים מער מסביר זיין ווי א צווייטן וכדו' וואס איז דער פראבלעם?
ישראלי: ווייל דער וואס איז יא א מבין דבר מתוך דבר, פארשטייט אז דאס איז א דעגראדירנדער ניק...!
אז מ'רעדט שוין: בעל עגלה, איז בכלל נישט קיין דעגראדירנדער ניק. ניטאמאל א סימן פון עניוות. ווייל פונקט אזוי ווי ס'איז דא א שוחט און א מלמד און א מקווה איד אין א שטעטל, איז אויכעט דא א בעל עגלה.
אויך. דער בעל עגלה פארט ארום אין אלע גרויסע שטעט ווי ווארשע, לאדזש, לעמבערג און בודאפעסט און ער ברענגט אהיים פארשידענע גוטע און טייערע סחורות. ווי יאנעווער אתרוגים, צפת'ער, אדער ראחמיסטריווקער הושענות אדער הדסים. און ער טיילט עס אויס פאר זיינע גוטע פריינט. פארשטייצעך פאר א פאר זלאטעס אדער רייניש...!