בלאט 1 פון 24

פראגעס און ענטפערס איבער ניקס

נשלח: דינסטאג מערץ 06, 2012 10:23 am
דורך באריסטא
צוליב א שאלה וואס האט זיך געשאפן ווילן מיר קלאר מאכן אז עס איז נישט אויסגעהאלטן צו מאכן א ניק אויפ'ן נאמען פון א מענטש, און האבן א בילד פון דעם מענטש אלץ אן אוואטאר. פערזאניפירן א צווייטן איז אויך נישט קיין אויסגעהאלטענע זאך.

Re: פראגעס און ענטפערט איבער ניקס

נשלח: דינסטאג מערץ 06, 2012 10:25 am
דורך באריסטא
ביי דער געלעגנהייט ווילן מיר אויך קלארשטעלן אז צוליב כבוד האדם און כבוד הציבור אקטיוויזירן מיר נישט קיין ניקס וועלכע פארמאגן דעגראדירנדע ווערטער ווי "פערד", "טיפש", "נעבעך" וכדומה.

Re: פראגעס און ענטפערס איבער ניקס

נשלח: דינסטאג מערץ 06, 2012 11:31 am
דורך שנאפס
למשל "ציוני" וועט ווערן אנגענומען?

Re: פראגעס און ענטפערס איבער ניקס

נשלח: דינסטאג מערץ 06, 2012 12:40 pm
דורך באריסטא
ניקס וואס מ'קען אננעמען אז דער וואס שטייט דערונטער האלט אז עס איז נישט דעגראדירנד קענען מיר אננעמען. דעריבער אקצעפטירן מיר אזעלכע ניקס ווי "ציוני" אדער "סאטמארער".

Re: פראגעס און ענטפערס איבער ניקס

נשלח: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 2:27 am
דורך Java
״פארחאזערט'ער״ און ״שמאק״ קענען נישט אקטיוויזירט ווערן.

Re: פראגעס און ענטפערס איבער ניקס

נשלח: זונטאג מערץ 11, 2012 1:22 am
דורך Java
מיר קענען נישט אננעמען א ניק וועלכע פארמאגט בלויז נומערן.

Re: פראגעס און ענטפערס איבער ניקס

נשלח: זונטאג מערץ 11, 2012 3:18 pm
דורך באריסטא
מיר קענען נישט אננעמען א ניק מיט'ן נאמען "דוד קאהן".

Re: פראגעס און ענטפערס איבער ניקס

נשלח: מאנטאג אפריל 09, 2012 8:26 pm
דורך באריסטא
"דיקטטור" קענען מיר נישט אננעמען. עס ווערט פאררעכנט ווי א דעגראדירנדער ניק.

Re: פראגעס און ענטפערס איבער ניקס

נשלח: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 3:39 pm
דורך הניק שלי
באריסטא האט געשריבן:"דיקטטור" קענען מיר נישט אננעמען. עס ווערט פאררעכנט ווי א דעגראדירנדער ניק.

Serious now?

Re: פראגעס און ענטפערס איבער ניקס

נשלח: פרייטאג אפריל 20, 2012 2:55 pm
דורך באריסטא
yidele קענען מיר נישט באשטעטיגן ווייל מיר פארמאגן א מיטגליד יידל.

Re: פראגעס און ענטפערס איבער ניקס

נשלח: זונטאג אפריל 22, 2012 3:17 am
דורך גבאי שני
דער ניק ״פאפא רב״ קענען מיר נישט אננעמען.

Re: פראגעס און ענטפערס איבער ניקס

נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 4:30 pm
דורך באריסטא
דער ניק "ביי אייך אויף שמחות" קענען מיר נישט אקטיוויזירן ווייל מיר פארמאגן שוין א ניק "ביי דיר אויף שמחות".

Re: פראגעס און ענטפערס איבער ניקס

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 1:58 am
דורך גבאי שני
א ניק מיט'ן נאמען "לאגיק" קענען מיר נישט אננעמען ווייל מיר פארמאגן שוין "לאגיש".

Re: פראגעס און ענטפערס איבער ניקס

נשלח: דינסטאג מאי 01, 2012 12:05 am
דורך גבאי שני
מיר קענען נישט אננעמען "א יודל'ע" ווייל מיר פארמאגן שוין "א איד" און "יידל".

Re: פראגעס און ענטפערס איבער ניקס

נשלח: דינסטאג מאי 01, 2012 10:32 am
דורך באריסטא
ווי שוין דערמאנט פריער, קענען מיר נישט באשטעטיגן ניקס וועלכע פארמאגן בלויז ציפערן. דעריבער קענען מיר נישט אקטיוויזירן דעם ניק ״1234״.

Re: פראגעס און ענטפערס איבער ניקס

נשלח: דינסטאג מאי 01, 2012 11:06 am
דורך אבי גערעדט
איך וויל באמת מיך נישט אריינמישן אין הנהלה ווירטשאפט, אבער וועם שטערט אז עס איז דא צוויי אביסל ענליכע ניק'ס

Re: פראגעס און ענטפערס איבער ניקס

נשלח: דינסטאג מאי 01, 2012 11:58 am
דורך ידען
אבי גערעדט האט געשריבן:איך וויל באמת מיך נישט אריינמישן אין הנהלה ווירטשאפט, אבער וועם שטערט אז עס איז דא צוויי אביסל ענליכע ניק'ס

סע מאכט א צומישעניש אין די עולמות...(ביים עולם)

נשלח: מיטוואך מאי 09, 2012 1:59 am
דורך גבאי שני
"ימח שמוניק" איז נישט אקצעפטירבאר.

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2012 1:03 pm
דורך גבאי
meshugener קען נישט אנגענומען ווערן.

נשלח: פרייטאג מאי 18, 2012 12:24 pm
דורך באריסטא
עס וואלט גוט געווען אז "פעטער יאנקעל" קומט אויף מיט אן אנדערן ניק, צוליב דעם וואס מיר פארמאגן שוין א "יאנקל".

נשלח: מאנטאג מאי 21, 2012 11:11 am
דורך באריסטא
Goilem קען נישט אנגענומען ווערן.

נשלח: מיטוואך מאי 30, 2012 4:27 pm
דורך באריסטא
״שמעלקע״ קענען מיר נישט אקטיוויזירן וויבאלד מיר פארמאגן שוין א ״שמעלקא״.

נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2012 5:13 pm
דורך באריסטא
"וועד הרבנים" קען נישט אנגענומען ווערן.