בלאט 1 פון 1
HELP!!! לעפטאפ עפענט זיך נישט אויף - windows 7
נשלח: דינסטאג יוני 19, 2012 7:15 pm
דורך [NAMELESS]
העלפט מיר מורי ורבותי. איך האב א ערנסטע פראבלעם. מיין לעפטאפ האלט זיך נישט ביים עפענען!! אויף דעם ליגט מיין גאנצע ביזנעס און אלע מיינע וויכטיגע פאולדער׳ס אין פייל׳ס.
וואס עס געשעהט איז אזוי. די לעפטאפ צינדט זיך אן געהעריג. עס קומט ארויף די סימנים אז ווינדאו׳ס גייט זיך אנצינדען. אבער ביי דעם בלייבט עס. דערנאך טוישט זיך די סקרין צו דאס:

אפילו נאכדעם וואס די פראסעס פון startup repair גייט דורך, געשעהט די זעלבע זאך נאכאמאל. די זעלבע זאך געשעהט אויב איך וויל אריינגיין דורך סעיף מאוד.
טייערע חברים! עס איז מיר זייער וויכטיג צו קענען ניצן מיין קאמפיאטער ווי פריער. יעדע מינוט איז א שאד. ביטע העלפט.
נשלח: דינסטאג יוני 19, 2012 7:32 pm
דורך אברעמעל
נשלח: דינסטאג יוני 19, 2012 8:19 pm
דורך [NAMELESS]
א דאנק אברעמעל פאר די לינק. זייער עצה איז נישט גוט פאר מיר. עס איז נישט געקומען קיין שום CD's מיט מיין לעפטאפ.
נשלח: דינסטאג יוני 19, 2012 8:38 pm
דורך געפילטע פיש
ראשעקאל האט געשריבן:א דאנק אברעמעל פאר די לינק. זייער עצה איז נישט גוט פאר מיר. עס איז נישט געקומען קיין שום CD's מיט מיין לעפטאפ.
קוק אויב דו קענסט נאך ניצן "Last Known Good Configuration" גלייך ביים אנצונדען האלט אין איין דרוקען F8, דערנאך גיי צו Advanced boot options וועל אויס Last Known Good Configuration.
אויב דאס ארבעט נישט וועסטו מיזן נוצן א Boot disk צו פיקסען די פראבלעם, מוז נישט זיין דיין אייגענע, גען זיין א חבר'ס אינסטאלעישען דיסק.
(אדער אן אנדערע Bootable disk אבער דאס איז נישט געמאכט פאר יעדעם.)
נשלח: דינסטאג יוני 19, 2012 8:44 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב געטרייט לעסט נאון קאנפידערעישען אין אלעס איז געוועהן פינקט ווי פריער
וואס איז א boot disc?? ווער דארף צו האבען אזא זאך??
איז דא נאך עפעס וואס איך קען אליין טרייען?
נשלח: דינסטאג יוני 19, 2012 8:48 pm
דורך געפילטע פיש
ראשעקאל האט געשריבן:איך האב געטרייט לעסט נאון קאנפידערעישען אין אלעס איז געוועהן פינקט ווי פריער
וואס איז א boot disc?? ווער דארף צו האבען אזא זאך??
איז דא נאך עפעס וואס איך קען אליין טרייען?
א ווינדאוס 7 אינסטאלעישען דיסק.
אויב דו פרעגסט מיין אפיניאן איז אז זאלסט זאפארט אראפ רופן א טעקנישען, ס'ברויך נישט נעמען לאנג, אויב ס'נישט דא עפעס א ערגערע פראבלעם וואס האט דאס גורם געווען, אזוי ווי א וויירוס.
נשלח: דינסטאג יוני 19, 2012 8:54 pm
דורך [NAMELESS]
אזא ווינדאוס אינסטאלעישען דיסק וועט אויך האלטן אלע פייל׳ס אין זיי נישט פארמעקען?
אז איך גיי מארגען צו א טעקנישען וויפיל דארף עס צו קאסטען?
נשלח: דינסטאג יוני 19, 2012 8:59 pm
דורך געפילטע פיש
ראשעקאל האט געשריבן:אזא ווינדאוס אינסטאלעישען דיסק וועט אויך האלטן אלע פייל׳ס אין זיי נישט פארמעקען?
אז איך גיי מארגען צו א טעקנישען וויפיל דארף עס צו קאסטען?
איך רעד נישט פון ריאינסטאלען ווינדאוס, מיט א אינסטאלעישען דיסק קען מען צוקומען צו ריפעיר אפציעס און צו א קאממענד פראמפט, פון דארט קען מען ראנען אסאך קאממענדס צו ריפעירען די קאראפטירטע boot פיילס.
ווענט זיך אין די טעקנישען, עניווער פון 75 צו 125 פאר די ערשטע שעה הייסט עוורידש. (ווי שוין געזאגט, דארף עס לכאורה נישט נעמען לאנג)