בלאט 1 פון 1
ספרי' תורנית-מדעית בברוקלין?
נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 12:37 am
דורך רוסישער
איך זוך א ספרי' וואו מ'קען ארויסנעמען ספרים תרניים-מדעיים (למשל בעלמא ספרי פרופ' שפיגל, תא-שמע, שציפינסקי, סולוביציק וכן ע"ז הדרך) אין בורו פארק אדער פלטבוש, און דוקא מיט א לינק צו זייער וועבסייט, יש"כ. ( Jewish youth library האט אזעלכע ספרים? )
נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 2:01 am
דורך בן עזאי
רוסישער, דוכט זיך אז אין Brooklyn Jewish Center וועט איר טרעפן וואס איר זיכט.
זיי האבן אסאך שיינע און זעלטענע ספרים וואס איר וועט נישט טרעפן ערגעץ אנדערש.
אט האט איר די מראה מקום צו זייער אתר ברשת:
אתר ברשתמערקט איך רעד צו אייך מיט א חשובע שפראך, אזויווי די תקנת הפארום זיך אויפצופירן אויף א העכערע ניווא אין תורה אשכול.
אז איך טרעף אייך שוין יא מיין פריינד רוסישער, וויאזוי מאכט מען אויף די יודישע קיבאורד איין אויבער שטרעכל? איך קען נאר מאכן צוויי כזה: " דורך די קנעפל וואס געפינט זיך די רעכטע זייט פון Enter.
אויב דו וועסט מיר קענען העלפן מיט דעם וועל איך דיר קויפן א פיינע קאפאטשינאו דא אין קאפי מאשין פון קאווע צימער.
אוי, כהאב נאר גרויס געלט. איינער האט צו קראכן א צוואנציגער? ... .... וואס זאגסטו משולח, נאר אויב דו קענסט האלטן $19? גיי דיר צוריק קיין ירושלים, איך דארף נישט דיין טובות.
אהה, דא איז דער שמש, זיי מוחל קראך מיר די צוואנציגער. ייש"כ. דא רוסישער דיין קאפאטשינאו איז גרייט. לאמיר לויפן מהאלט שוין ביי הודו.
נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 2:07 am
דורך [NAMELESS]
בן עזאי האט געשריבן:וויאזוי מאכט מען אויף די יודישע קיבאורד איין אויבער שטרעכל? איך קען נאר מאכן צוויי כזה: " דורך די קנעפל וואס געפינט זיך די רעכטע זייט פון Enter.
[tag]בן עזאי[/tag],
דאס געפונט זיך אויבן ביים לינקן זייט, איינס נאכן אות ק [לינקס פונעם ק'].
Re: ספרי' תורנית-מדעית בברוקלין?
נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 2:33 am
דורך [NAMELESS]
@בן עזאי דיין לינק ארבעט נישט,
נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 2:46 am
דורך בן עזאי
לינק פארראכטן.
שקויעך גראדע מעכעלע פאר'ן אויפמערקן. זאל דיר גאט בענטשן.
נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 8:35 am
דורך רוסישער
בן עזאי האט געשריבן:רוסישער, דוכט זיך אז אין Brooklyn Jewish Center וועט איר טרעפן וואס איר זיכט.
זיי האבן אסאך שיינע און זעלטענע ספרים וואס איר וועט נישט טרעפן ערגעץ אנדערש.
אט האט איר די מראה מקום צו זייער אתר ברשת:
אתר ברשתמערקט איך רעד צו אייך מיט א חשובע שפראך, אזויווי די תקנת הפארום זיך אויפצופירן אויף א העכערע ניווא אין תורה אשכול.
במחילה, דאס זענען זייער פאפירן אין jts,
דו לייענסט אינגליש?
נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 3:08 pm
דורך בן עזאי
גערעכט רוסישער, די לינק ברענגט דיר צו זייער היים בלאט ווי מין זעהט זייער פאפירן און רעקארדס.
אויף די לינקע זייט קליק אויף "THE LIBRARY" צו זעהן מער איבער זייער ביבליאטעק. זיי האבן א קאלעקציע פון איבער 000 ,425 ביכער, וואס מאכט זיי פאר די גרעסטע אידישע ביבליאטעק אין די ראיאן.
קליק
דא צו אנקומען דירעקט צו די בלאט.
צו ארויסנעמען ביכער דארף מען זיין א מעמבער, אבער צו ליינען אויפ'ן פלאץ פארשטיי איך קען יעדער. בין איך גערעכט?
נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 7:30 pm
דורך רוסישער
קען עמיצער העלפן? איינער וואס לייענט יא ענגליש...