בלאט 1 פון 1
אכשר דרא אין די סעקולארע וועלט
נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 1:45 am
דורך אפטעמיסט
[justify]מיר זענען פארנומען אפשרייען די אכשר דרא עפידעמיע אין אונזערע לאגערן, און אונז האמיר ליב אנצונעמען מיט א פשטות אז אין דער אלגעמיינער וועלט איז פונקט פארקערט — דער עולם פארט אויפ'ן לינקען ריכטונג. למעשה לייען איך יעצט אויף ערוץ 2 אז אין ארצינו הק' איז דא אזא שטיקל ראבעריי צווישן די מיידלעך סטודענטן אין הויעך-שולע און די הנהלה, מיט דעם אז מען ערלויבט נישט די מיידלעך גיין קורצע הויזן אדער קליידער (מי כעמך ישראל) אין שולע.
ערוץ 2 שרייבט אז דאס איז אכשר דרא, און אין די בראשית יארן פון דאס יידישע לענדל זענען אונזערע באבעס געגאנגען מיט קורצע קליידער ולא פצה פה וציפצף.
אבי מיר רעדן זיך אפ.
בעוד בימינו, כמעט 70 שנה לאחר קום המדינה, נאלצות נערות רבות בישראל להיאבק על זכותן להתהלך במכנסיים קצרים בבית הספר - האימהות והסבתות שלהן עשו זאת בחופשיות ומבלי שאסרו זאת עליהן: בכיתה, בשדה - וגם בפעולה בתנועת הנוער
http://mobile.mako.co.il/news-israel/lo ... d41004.htm[/justify]
נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 2:30 am
דורך בן עזאי
אקדמית מילין, אז דו וועסט אינז ערלויבן אפטעמיסט, וועלן מיר חברי הקאווע שטיבל צולייגן צו די ליסטע פון אכשר דרא וואס איז נישט געווען אינדערהיים.
- חדר פאר אלע קינדער אהן אויסנאם ביז די בר מצוה.
- ישיבה פאר אלע בחורים ביז די חתונה.
- א מיידל וויל נאר נעמען א בחור וואס לערנט. א רייכער בחור וואס ארבעט וועט שווער טוהן א לייטישע שידוך.
- אלע חסידישע אידן דאווענען אגאנץ יאר מיט מנין. א קרעטשמער אמאל פלעגט אריינפאהרן צום הייליגן מעזריטשער נאר אויף א ספעציעלן שבת.
- ברוינפן מוז האבן א הכשר. אמאל האט מען געטרינקען אין יעדע קרעטשמע אויב איז נאר דער גוי געווען משיח לפי תומו אז סבלויז וואסער און ווייץ. (שו"ע סי ק"ו סעיף ט)
- בחורים קענען נישט זיין קיין מלמדים פאר קינדער. (אוי האט זיידי געהאט מיט זייינע בחורים מלמדים)
- שרהלע די אלמנהס קינדער, גייען אנגעטאהן די זעלבע ווי משה ראש הקהלס קינדער. צאמגעשטעלט דורך גוטהארציגע אידן.
- נייע ספרים קומען ארויס עה"ת די לעצטע 50 יאר, מער ווי עס זענען ארויסגעקומען די לעצטע טויזנט יאר בעפאר דעם.
- יאקאב דער זינגער האט נישט קיין נסיון צו טוהן א שידוך מיט די פרוצס טאכטער. וועלכער בור היינט וועט אויסהערן א שידוך שלא מעשרה יוחסין?
- ביקור חולים שטיבער אנגעפילט מיט עסן, תומכי שבת, בוני עולם, RCCS, און אלע מוסדות החסד אויף א פארנעם וואס איז נאך קיינמאל נישט געווען.
שוין, איך האב שוין געטרינקען 2 קאפיס, פיין געווען, בורא נפשות וכו,
יעצט ליבע חברי השטיבל, לייגטס צו. ווער קען צאמשטעלן די לענגסטע ליסט, געגאנגען...
נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 9:55 am
דורך שמעון וואלף
[tag]בן עזאי[/tag], ביסט נאך ניי דא וועל איך דיר מגלה זיין אז מיר פארמאגן אן
אכשר דרא אשכול באלד אזוי דיק ווי מסכת בבא בתרא ווי ס'ווערט אויסגעשמועסט אכשר דרא'דיגע ענינים אין די חרדישע געזעלשאפט. די אשכול איז געשטעלט פאר "אכשר דרא אין די סעקולארע וועלט".
די ברענגסט ארויס זייער גוטע נקידות אבער ס'אשאדט אז ס'איז נישט געשריבן אין די פאסיגע אשכול.
קיעפ איט אפ
די סעקולארע וועלט אכשר דרא אין ר
נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 10:32 am
דורך קאמענטירער
אויפן ערשטען מינוט וואלט איך געזאגט אז דאס איז טרענס פעט וואס אונזער אבאמא יר״ה וויל אסר׳ען אויף אונז
און בכלל די אלע היינטיגע מעדיצינען איז א זאך וואס מען איז לעצטענס אויפגעקומען ואטו כי רוכלא וכו׳ ואידך זול גמור פון וואס מהאט אלץ משנה געווען
נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 11:23 am
דורך שמעקעדיג
אפשר קען מען צולינקען מיין אשכול אויכעט
viewtopic.php?f=24&t=8218
Re: אכשר דרא אין די סעקולארע וועלט
נשלח: זונטאג מאי 30, 2021 7:09 pm
דורך החוקר
האב איך היינט געזען אויף אן אראבישער יוטוב טשענעל ווי טייל פון די בילדער האבן פארמאגט אומצניעות'דיגע פרויען, האבן זיי זיכער געמאכט צו פארדעקן די חלקים פון קערפער וואס די קליידער זענען נישט 100% אויסגעהאלטן לפי די גדרי צניעות.
לא אלמן ישמעאל
Screenshot_20210530-190145_YouTube.jpg
נשלח: זונטאג מאי 30, 2021 8:15 pm
דורך berlbalaguleh
איך האב ערגעץ געליינט אז 70 יאר צוריק איז געווען משגיחים אויפ'ן ביעטש צו מעסטן אויב די קליידער זענען נישט צו קורץ...!
Re: אכשר דרא אין די סעקולארע וועלט
נשלח: זונטאג מאי 30, 2021 8:23 pm
דורך פאליטיקאנט
בערל: אסאך מדינות איז געווען אזוי בעיקר די אזיאנע, דא האט איר א בילד פון די זיבעציגער יארן.
(כ'האב אויך געטראפן בילדער ווי מ'מעסט די פרויען.....אבער איך ווייס נישט צו ס'פאדט ארויפצולייגן דא)
