מעמוארן פון א "וואכנאכט"
- בעל מדות
- היימישער באניצער
- הודעות: 367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
- האט שוין געלייקט: 628 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל
מעמוארן פון א "וואכנאכט"
זיץ איך נעכטן ביי א וואכנאכט, בעפאר נאכטמאל, די שפייאכץ קימט מיר אין מויל אריין פון הונגער, איך מארשיר אריין דארט מיט א ליידיג מאגן גרייט צו אראפגליטשן אן אייזל מעוברת, איך בין פון די ערשטע ביים שמחה, איך ווער אויפגענימען מיט א שמייכל דורכ'ן נייעם טאטע, געפעלט מיר זיין צעמישטקייט וויאזוי צו באגרייפן א "וואכנאכט" ער איז דערשראקן און צעמישט, גייט ארום טיילן ביר פאר אלע פרישע משתתפים, איך וואש אפ מיינע הענט מורמלענדיג דעם "האמויצי," איך רייס אויף א בילקע מיט אימפעט און ווי די תהום זאל זיך מיר עפענען אין א טאג פון אומגליק, באווייזט זיך אינעם הארץ פון בילקע אזא לענגלעכיג שלענגלענדע הערעלע וועלכע איז געזיצן דארט אזוי אקאמאדירט ווי משיח אויפן אייזל, איך פרוביר מיט איבל צו ראטעווען דעם אנדערן זייט בילקע אבער דער האר קלעבט עקשנות'דיג ווי אן אפרוח צו איר מוטער'ס נעסט, איך שלעפ איר און זי ענדיגט זיך נישט, ליגנדיג אזוי שיין אריינגעדרייט אינעם מעל, געלעכל, און סעסעמי געביידע.
א פלייץ פון אפשיי האט באנעצט מיין געדערים און ווי א לייבעכע נאכן פארלירן איר קרבן, האב איך זיך א לאז געטון מיט מיינע שארפע אויגן פאר עפעס ראוי לאכילה ווען מיין גאנצע וועזן איז אויסן פאר שפייז וואס זאל מיר צופרידנשטעלן.
דאס גלאנציג הערעלע איז מיר כסדר ארויפגעשווימען אין זכרון, נישט קענענדיג אוועקמישן א צווייטע בלעטל און ניטאמאל טראכטן פון היימישע שמעקעדיגע חלות האט געהאלפן...
איך קוק אויפן טיש, קיין געטונקאכץ, קיין עסן קיין טרונקען, איך דערמאן זיך אין [tag]אפטעמיסט[/tag]'ןס אבסעסיע מיט כריין, איך נעם א טעלער אריינלייגנדיג אביסל געפילטע מיט כריין, ווען צו אלע מיינע צרות איז די כריין זיס ווי האניג און די געפילטע וואסעריג און עקלדיג ווי א מאדנע געמויזאכץ אז ניטאמאל א ברכה קען מען דערויף מאכן, די בעל שמחה מיט זיין פרייליכע געזיכט געבט א שליידער אראפ א טעלער קאלטע פאטעטע קוגל, און איך האלטנדיג נאך א רייע דורכפעלער האב דעם טעלער געשיקט ווייטער צו מיין אומבאקאנטן גאסט מיטן אויסזען ווי א משולח וואס האט שוין געהאלטן צום פערטע טעלער און די גאפל ציינער זענען שוין געווארן שטימפיג פון אזויפיל דעליווערן.
נאכן זיכן פינף מינוט פאר א פלעסטישע גלעזל האב איך ענדליך אפגעפונען דריי באהאפטענע גלעזלעך אויפן אויבן אהן, און נעמענדיג איינס דערפון האבן מיר שוין צוויי אנדערע מענטשן געווינקען אז זיי ווילן די אנדערע צוויי גלעזלעך.
אויסער ווארעמע וואסער און אויסגעוועפטע דזשינדזשער עיל סאדע איז נישט געווען מיט וואס צו טרייבן מיין גארגל אין א אומנאטירליכע דארשט האט פארפלייצט מיין געביין שפורנדיג טרוקן פון העלישע דארשט.
די בעקעריי הארטע ראלאש קעיק וועלכע האט אויסגעזען ווי די זעלב טעצל פון מיין בר מצוה האט זיכער נישט אויסגעזען אטראקטיוו און בלית ברירה איז מיר געבליבן די אפציע פון אדער שפייען קערעלעך פון א טענדזשערין אדער צו זעטיגן מיין גוף מיט הארטע וועניעס קראנטש.
פארגעסן צו באטאנען אז מיר זענען געקימען צו פארן פונעם סיטי צו דעם הייליגן שמחה צו א געגנט וועלכע פארמאגט נישט קיין אלטערנאטיווע מיטלען, און די בעל שמחה האט ארויסגעשלעפט צענדליגע פאמיליע'ס צו אנטיילנעמען אינעם שמחה עצומה.
ווען איך האב ענדליך אראפשפאצירט די שטיגן מיט מיין ווייב האב איך איר באטאנט אז איך פארשטיי די אידן אין אוישוויץ וואס האבן געגעסן גראז, צו וועלכע זי האט גרימאסירט מיט א פאקס ווי איך זאל ווען זיין מאדנע.
אויפן וועג צוריק האב איך גענימען די עטליכע פעקעלעך וואס איך האב מיטגענימען פונעם וואכנאכט, און איר פארפארטיגט, לאכט נישט, איך האב די פאטעטע טשיפס פעקלעך אנטבלויזט און די לאליפאפ'ס אפגעלעקט, אנקימענדיג אינדערהיים מיט א בלויע מויל, און א ליידיגע מאגן וועלכע פראטעסירט מיט הונגער, זיך דערמאנענדיג צו די צייטן פון ישיבה.
זאלעך האבן טענות? ניין איך גיי נישט, איך וואלט געדארפט קומען זאט, אבער דאקומענטירן? דאס יא, בעזר השם ביי מיין קומענדיגן וואכנאכט זאל איך האבן צו ווייזן פאר מיין ווייב אז קוק "בעל מדות" פון קאווע שטיבל האקט אויף נישט געבן עסן ביי וואכנאכט'ס....

מ'מאכט זאכן מעגליך.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1512
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
- האט שוין געלייקט: 5973 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
איך בין נישט קיין כראנישער לויפער, און אזא עקספיריענס ממש האב איך אויך קיינמאל נישט געהאט, כ'גלייב אז בעל מדות טרייבט אביסל איבער, אבער שוין גענוג הייסע קוגלען באקומען וואס מען האט נישט געקענט אין מויל נעמען, מסתמא ווייל די אומגעלונגענע שלימזל שכנ'טע האט ברוב טובה זיך אנגעטראגן צו מאכן א קוגל פאר אומזיסט.. און דער פרישער יונגערמאן האט זיך צוגעכאפט דערצו בשתי ידים...
וירח ה' את ריח הניחוח
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
פארוואס קומט א נועם המידות צי יענעם'ס וואכנאכט אויסגעהינגערט ווי א האריג אייזל, איז ער דען א גילגל פון כלבא שבוע.
ובפרט היינטיגע צייטן נאך וואס איך האב שוין אזויפיל דעטע פארגאסן אויף די פרעסעריי'ס וואס גייט פאר ביי די נאכט סעודה'לעך, ווערט איר נאך אמאל פארבעיטן צי איבערטראכטן די בייכל סיטאציע, און נעמען ערענסט אז נישט יעדע זאך וואס פארדייט זיך ברויך אראפ גיין דיין געדערעם

Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 138
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 26, 2015 3:06 pm
- האט שוין געלייקט: 8 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל
- נופת צופים
- ידיד ותיק
- הודעות: 737
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:26 pm
- געפינט זיך: וואו נישט
- האט שוין געלייקט: 553 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 606 מאל
Re: מעמוארן פון א "וואכנאכט"
פונקט ביו איך נעכטן אויך געוועהן ביי א וואכנאכט, אנגעקומען בין איך אויף א מאגען אזוי ליידיג ווי יוספ'ס גרוב, די שפייעכטס רינט מיר ווי די וואסערן פון ניאגרע, גרייט איינצושלינגען א בוים מיט א לאנג-האלזיגע דשיראפע.
קום איך אריין, באקום איך אזא ברוך הבא פונע'ם בעל שמחה, אן עקספערט אין וואך נאכטס, (ער מאכט איינס יעדעס יאר) מיט אזא קען ביר, גרויס ווי דעם אייפעל, און קאלט ווי די מקוה אין סיביר ,ארויס פון אזא באקעט פוהל מיט קאלטע שטיינער.
איך הייב מיר אן ארומצוקוקן און כ'ווייס נישט וואו מ'הייבט אן. לענגאויס די רעכטע וואנט זיצן אויסגע'שורה'ט אקסן, קוען, שאף און רינדער, סאלאמי, פאסטראמי, ספער ריבס און פרענקס און בלענקס. פון די לינקע זייט א רויזן-גארטן מיט סאשי פון רויע ביז געקאכטע, פון אראנדש ביז פערפל, און נאך אפאר טעצער געפילטע פיש דיק ווי א תניא און נאס ווי די ים סוף.
עט דיס פאוינט גריצלט שוין דארט פון אינעווייניג קומט צו א קליין יונגעלע מיט א טעלער אין גרויס פון א בייק טייער, מיט דריי סלייסעס הייסע פאטעיטע קוגעל, א פארציע יאפטשיק, מיט א שלל פון פיקעלס.
אה, דער אפעטיט ביים אריינבייסן אינע'ם פרישן בילקע קען מען מיט ווערטער נישט ערציילן. הייסע פאסטראמי מיט מאסטערד אין די זייט. מעין עולם הבא.
צו דעם אלעם האבן נאך צוגעשפילט דריי פידלער מיט א טרומפייט אז די עסן זאל זיך גרינגער אראפגליטשען.
אט דאס איז געוועהן מיין וואכנאכט עקספיריענס. ווארט נאר ווארט ביז מיין ווייב פארלאנגט פון מיר צו מאכן אזא וואך נאכט אזויווי דער נופת פון קאווע שטיבל האט געהאט.

סענט פראם מיי קאושער פאון...
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1512
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
- האט שוין געלייקט: 5973 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל
- נופת צופים
- ידיד ותיק
- הודעות: 737
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:26 pm
- געפינט זיך: וואו נישט
- האט שוין געלייקט: 553 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 606 מאל
Re: מעמוארן פון א "וואכנאכט"
לית דין בר נש האט געשריבן:נופת צופים האט געשריבן:אנגעקומען בין איך אויף א מאגען אזוי ליידיג ווי יוספ'ס גרוב
הבור ריק: מים אין בו אבל נחשים ועקרבים יש בו
ברוך שכוונת לכוונתי.
סענט פראם מיי קאושער פאון...
- בעל מדות
- היימישער באניצער
- הודעות: 367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
- האט שוין געלייקט: 628 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל
[tag]לית דין בר נש[/tag] קודם איז מיר זייער אינטערסאנט צו הערן אז די ביזט א כראנישע וואכנאכט אפזיצער, איך מיין אז cnn האט לעטצענס עדווערטייזט אז זיי זיכן צו אינטערוויוען א כראנישע וואטעווער.
עניוועיס איז מיר א חידוש צו הערן אז מיר פארמאגן היימלאזע דא אויף קאווע שטיבל, דאס איז עפעס וואס עפנט מיינע אויגן ברעמען און שטעלט זיי אויף וואונדער מאוד, קום אינישי אפשר קען מען דיר שאפן א vip אריינטריט קארטל צו משביע קאך...
דאך אבער טוה א טובה און שרייב נישט אזאנע סטעיטמענט'ס ווי כלל ישראל געבט גוטע וכדו' ווייל דער יא און דער נישט.
[tag]וכדומה..[/tag] גוטע פונקט שכח פארן זיך אנעמען...
[tag]שמעקעדיג[/tag] איך טרייב טאקע איבער, די האר איז געווען א ווייסליכע קאליר און די קוגל איז יא געווען ווארעם... לול איך פרוביר צו אראפמאלן א סצענע פילפארביג און די פוינט איז נישט צו עס יא אמת אדער נישט, מען איז דא צו מאכן אידן זאלן הנאה האבן און ארויפציען א שמייכל אויפן געזיכט, און גראדע איז עס געווען אמת.
[tag]פליקער[/tag] א קשיא אויף א מעשה...מאכט זיך ביי יעדן א שווערע טאג און דאס אז מיר פארמאגן א פאמיליע שמחה האט מיר באוואויגן צו אויסלאזן נאכטמאל מיטן געדאנק אז מען וועט זיך שוין דארט אנייצע געבן.
[tag]נופת צופים[/tag] איך רייס מיך פאר געלעכטער, פארדעם אליין האט זיך שוין געלוינט די גאנצע וואכנאכט...
[tag]אפטעמיסט[/tag] שכח פארן קאמפלימענט, עס מיינט פאר מיר א געוואלד.

הצד השוה פון [tag]בעל מדות[/tag] און [tag]נופת צופים[/tag], אז ביידע פון זיי האבן אפגעמאלן א בילד וואס איז נישט אמת, אדער קרוב לאמת, און ביידע פון זיי האבן פשוט ארויסגעברענגט א גוטע נקודה אויף זייער א הומאריסטישן אופן.
און דאס איז א סימן פון א בעל מדות, אז ער שרייבט דברים וואס זענען נופת צופים פשוט כדי מהנה צו זיין דעם עולם.
אכן בהאי שעתא דקא מעיינין בשמעתין הדין, הוו קא בדחו רבנן טובא, ובהאי זימנא אישתמע קלא דלא פסיק מאשפגת"א דאשפג"י רבנן, וכל עלמין דלעילא ותתא אמרי 'בשכמל"ו'.