אמר ריש לקיש משום ר׳ יהודה נשיאה אין העולם מתקיים אלא בשביל הבל פיהם של תינוקות של בית רבן: עס איז מיר איינגעפאלען פשט אז דאס וואס קינדער לערנען דאס איז זייערע עלטערנ'ס ארבעט, די עלטערן לייגן אריין אין זיי די שאיפה, ממילא ברענגט דאס זייער שטארק ארויס די ריינע כוונה פון כלל ישראל, וואס זייערע רצונות זענען באמת, פאר עס לייגט זיך אן די שאור שבעיסה און קושי השעבוד, וע"ז העולם עומד. און ה"ה קען מען זייער שטארק זעהן אויף קינדער אין אלע ענינים וואס די עלטערנס רצונות זענען באמת.
למשל די לבוש, זעהט מען זייער שטארק וויאזוי די עלטערן ווילן עכט גיין. פארוואס האט נאך קיינער נישט נישט אנגעטוהן א ווייסע העמד אין די וואכן פאר זיין 5 יאריג אינגל וה"ה ביי מיידלעך. נאר דארטן האט עס די סיסטעם נאכנישט פארלאנגט ממילא קען מען טוהן כפי רצונו אמיתי כנלע"ד