בלאט 1 פון 1

זינגערס קאמפאוזערס ביאגראפיע

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 4:14 pm
דורך Milk shake
שוין דא אומצאליגע אשכולות איבער זינגערס, נייע אלבומס סי די'ס און סינגל'ס, איבער נייע ניגונים, קאנצערטן און קומזיצן, ס'דערקענט זיך אבער א גרויסע חלל אין ידיעה פון זייער ביאגראפיע, ווער זענען די זינגערס / קאמפאוזערס? אין וועלכע לאנד וואוינט ער? אין וועלכע שטאט? פון וואו שטאמט ער? ווער זענען די עלטערן? צו וועלכע קהילה באלאנגט ער?

איך האלט ס'קען זיין גאר אינטרעסאנט און באלערנד, די יודעי דבר ווערן געבעטן צו מיטטיילן זייערע ידיעות מיט'ן חשוב'ן ציבור.

תודה.

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 5:32 pm
דורך לית דין בר נש

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 5:36 pm
דורך Milk shake
א דאנק פאר לית דין בר אינש פאר זיך מטריח זיין און ברענגען די הערליכע לינקס, זייער שיין און רייכע אפהאנדלונגען,

דער עולם קען באשטיין אויך צו הערן מער וועגן די פערזענליכע אפשטאם און אויפברענג פון די זינגערס און קאמפאזערס, אלס א "מענטש", (נישט אלס א סעלעב/זינגער), וואו זענען זיי געבוירן, געלערנט, אן איידעם געווארן, וועלכע קרייז דרייען זיי זיך, וואו וואוינען זיי יעצט וכו'.

יישר כח

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 5:40 pm
דורך לית דין בר נש
אמת אבער לכאורה וואלט כדאי גיוועהן צו באשררייבן יעדעם אין די אשכול וואס זיי פארמאגן שוין אויף זייער נאמען.
נישט מאכן דא א ספיציעלע אשכול פאר יעדעם'ס ביאגראפיע עס וועט ווערן א ריזיגע טשולענט און היסטארי האט געוויזן אז עס ארבעט זיך נישט אויס

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 7:03 pm
דורך moshav zekeinim
איך האף אי"ה אנצופילן די אשכולות וואס לית דין האט געליסטעט מיט די ביאגראפיע פון די בעלי נגינה, און א שטיקל אפהאנדלונג איבער זייער מוזיק עד שידי מגעת. איך האב עס באמת געקלערט צו טון באלד נאכן עפענען די אשכולות, אבער דערווייל איז עס נישט געשען. יעצט אזוי ווי מילק שעיק מיט לית דין האבן ארויף געברענגט די נושא האף איך זיך אונטערצוגארטלען. אבער אנדערע קענען אויך שרייבן און איך וועל צו לייגן וואס איך ווייס און האב צו זאגן איבער זיי

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 8:25 pm
דורך ישמעאל הכהן
שלמה כהן פון איזריעל און שלמה שמחה פון טאראנטא