חדש ימינו כקדם: ירמיה דמן מיט מונה רוזנבלום און רובי בנט
נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 5:01 pm
פערציג יאר איז אריבער זינט מקהלת יסידי בעלז מיט ירמיה דמן בראש האט ארויס געגעבן דער ערשטער בעלזער קאסעט, וואס איז געוועו דער ערשטער צו טוישן די סטייל פון די חסידישע אלבוםס, פון שווערע און ערנסטערע מוזיק ווי ביי מאדזיץ, חב"ד, ר' יצחק אונגאר-וויזניץ, און רובין-סטמאר, איז עס אריבער צו לייכטע ליסטיגע אוןנזאפטיגע מוזיק. וואס עד היום איז עס געבליבן דער אנגענומער סטייל ביים סטענדערט חסידישער טעיפ.
דער גרינדער פון דער מקהלה, און אחראי אויף די. גאר רייכע מוזיק אויפן ערשטן קאסעט וואס זיי האבן א נאמען געגעבן וחסד השם, איז דער זעלבער וואס האט מיט עטליכע יאר פריער אריין געברענגט א נייער סטייל ביי די אלגעמיינע אידיש רעליגיעזע מוזיק, ווי ביי פרחי לונדון-ירושלים און מרדכי בן דוד, אריין ברענגענדיג א רוח חיים אין די מוזיק לפי רוח הזמן, און דאס איז דער אלעמען באקאנטער סופער ארעינדזשער מונה רוזנבלום.
מונה, אלס גרינדער פונעם מקהלה ע"פ בקשת האדמו"ר מבעלזא שליט"א, איז געווען דער וואס האט אויסגעקליבן ר' ירמיה'ן אלס ראש המנגנים, און צוזאמען האבן זיי קאמפאזירט פרישע ניגונים וואס איז געשטעלט געוטרן זייט ביי זייט מיט אלטע גאליציאנע ניגונים וועלעכע פלעגן געזינגען ווערן ביי די פארצייטישע בעלזע קאטשעלאפעס, און מיט מונה'ס דערפרישנדע לעבנסליפולע מוזיק וואס איז געווען אפ טו דעיט אבער פול מיט טעם און אונטרעסאנטקייט, איז דאס געווען א דורך ברוך פון א אלבום.
זינט דאן איז כמעט נישט אריבער קיין צוויי יאר וואס עס איז נישט ארויס געקומען א טעיפ ניגוני חסידי בעלזא פון הבעל מנגן הרב ירמיה דמן מיט עיבודים פון משה מרדכי (מונה) רוזנבלום.
עס האט נישט געדויערט לאנג, און א פרישער אלבום "ניגוני חסידי בעלזא עם בעל מנגן ירמיה דמן עיבודים מונה רוזנבלום" איז ארויס, און עס האט זיך ארויס געוויזן אז דאס איז א געוואלדיגער פאר, יעדער ערשיינונג פון אזא טעיפ. איז אויפגענומען געווארן מיט עקזטאז ביי א גרויסער טייל חסידישער עולם, ירמיה'ס אומגעווענליכע געזאנג צוזאמען מיט מונה'ס פול ענערגעטישע מוזיק וואס האט יעדעס מאל סורפרייזט די צו הערער איז פארוואנדלט געווארן אין א מיטאלאגישער צמד מיט די באמבאסטישע קאמפיזאציעס און עיבודים ווי אדיר הוא, ותערב, אב הרחמן, אור פניך, אויף וואס טוינזענטער האבן געווארט בכליון עניים אויף א פרישע צוזאמענארבעט.
נאך צוואנציג יאר פון ירמיה מיט מונה לראוון אלפי מישראל, האט ירמיה מיטן מקהלה אנגעהויבן ניצן פארשידענע אנדערע מעבדים הגם נישט שלעכטע, און דוקא גוטע, אבער די וואס זענען געווען געוואוינט צו ערווארטן די סורפרייזעס פון מונה מיט ירמיה'ן וויאזוי זיי ארבעטן אינאיינעם. האבן ארויס געקוקט אויפן טאג ווען ירמיה מיט בעלז וועט זיך ווידער צוזאמענשטעלן מיט מונה.
באמת האט די צעזאמענארבעט פון די צוויי זיך קיינמאל נישט איבערגעהאקט, עס זענען אינצווישן ארויס געקומען די בארומטע אידיש חן גראמען אלבום'ס לחיים אידן/טאטע/ ברודער, מיט הרב ירמיה, וואו מונה איז געווען דער עיקר ארעינדזשער. אויך אויף ונאמר לפניו פון יהושע הנשטטר איז ירמיה געווען מיט מונה. און אפילו אויף בעלזע טעיפס זעלבסט איז מונה געווען א גאסט ארעידזשער דא און דארט, אזוי ווי אויף יצליח, און עטליכע ניגונים אויף באור פניך ניגוני יהושע הנשטטר פרעזענטירט דורך מקהלת בעלזא. אבער דאס איז געווען א מעט מזעיר, און עפ"י רוב נישט דער קלאסישער בעלזער ירמיה געשמאק.
ווייטער די אנדערע טעיפס ווי אידיש חן כאטש די טעיפס זענען ווי ערווארטעט געווען אויפרייסן אין די אידישע מוזיק מארק, און כאטש עס איז געווען דער זעלבער צמד וואס האבן "געמאכט" ניגוני בעלז, האט עס אבער דער ספעציעלער רייצנדער "נגוני בעלזא" טעיסט נישט געהאט.
צווישן די פארשידענע נייע ארעידזדערס מיט וועמען ירמיה האט געארבעט האט ארויסגעשטארט איין ארעידזשער פון צווישן די אלע וואס האט סורפרייזט די צוהערער מיט די זעלטענע כימיע און הארמאניע מיט ירמיה'ן און בעלז, מען האט באלד געזען אז דאס איז א זעלטענע קליק גלייך ווי מיט מונה בשעתו, און דאס איז רובי באנעט, דורך וועמענס האנט עס איז ארויס געקומען דער וועלט בארומטער אלבום צמאה לך נפשי.
אבער דאס איז נאר געווען איין איינמאליגע געשעענישט מיט א צוועלעוו יאר צוריק, און זינט דאן האט מען נישט געהערט פון דעם נייעם צמד.
והנה הגיע היום, אין א שיינעם העלן טאג איז פלוצלינג פארשפרייט געוארן די באמבע נייעס פאר די חובבי מוזיק, אז לכבוד די חתונה בבית בעלזא קומט ירמיה ארויס מיט א נייע אלבום מיט ניגונים פון אין זעלבסט (מחבר ותערב, משוך, קול דודי) און הרב פנחס פרידמאן ראש הכוללים בבעלזא (מחבר אב הרחמים, חסל סידור פסח, יברכך השם), בעיבודים של משה מרדכי מונה רוזנבלום, און טאקע בטעם של פעם, און רובי בנט. דער אלבום הייסט ארבעים שנות ניגוני בעלז. ירמיה'ס קול איז וואנדערליך ריין, און מונה'ס מוזיק איז דאס וואס מען האט ערווארטעט, און רובי אזוי ווי אויף צמאה האט געוויזן אז זיין מוזיק מיט ירמיה'ס קול זענען ווי געוואקסן צוזאמען.
חדש ימינו כקדם,