ווי אזוי באגייט מען זיך מיט אים

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
האמת לאמיתו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 02, 2015 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

ווי אזוי באגייט מען זיך מיט אים

שליחה דורך האמת לאמיתו »

אי"ה קומענדיגע וואך מאכט הר"ר מ"מיזליש חתונה אין מאנסי און זיין זון די צה"ל'ניק קומט צו פליען פון א"י
דערציילט מיר א פריינד אז און ספינקא ביהמ"ד אויף בעדפארד קאר. קיעפ קומט פאר א יעדע נאכט א שיעור דורך ז"ל טייטלבוים אייניקל פון מהר"א און ער האט דארטען ארום גערעדט ווי אזוי מ'דארף זיך אומגיין מיט אזא איינעם ער האלט אז עס איז צוטיללט אין 2 בנוגע סיי וועלכע שמועס ער מאכט פון זיינע אויפטוען און צה"ל וכדו' טאר מען אים ניטאמאל געיבען א שמייכל נאכמער אינמיטען די חתונה וועט ער דאך אוודאי געיבען די הענט פאר מהר"א און מהר"א וועט אים אוודאי געבן מיט א שמייכל פון דא ביז קאנארסי.. האט ער געפסקנט פאר זיין שיעור אז קיינער זאל נישט כאפן א בילד דערפון און עס ארום שיקען
אבער טאמער ער רעדט פון סתם אקטולע טעמע'ס איז מען מחיוב אים מקרב צו זיין ע"כ וואס ז"ל טיטלבוים האט בערך געזאגט
וויל איך הערען די עולם'ס מיינונג דערויף. וייל למעשה איז דא נאך א צד אין די ענין אפשר דארף מען אים מקרב זיין לגמרי אז ער זאל זיך בכלל נישט פילן אומבאקוועם כאטשיק פון צווישען זיין אייגענע משפחה.
אדער אפשר זאל מען אים דווקא אינגאנצען איגנארירען צוליב 2 סיבות 1 ווייל למעשה האט דער קירוב מהלך פאר OTD'ס נאך קיינעם נישט צוריק געברענגט און אויך למעשה איז אזוי געווען די מהלך פארען קריג מיט א אפגעפארען קינד און אויך למעשה דארף ער משפחה און אטענשען און אפשר אז ער וועט וויסען אז ער מיז זיין ערליך עס צו באקומען וועט דווקא דאס אים צירוק ברענגען
געדענק'טס ביטע שרייבן נאר אביעקטיוו און נאר דעים ריינעם אמת אנע זייטיגע געפילען און חשבונות....
און אויב די אליינס ביסט אויך אן OTD ביטע גיי ווייטער און קאמענטיר נישט ווייל דייל מיינונג איז לכאורה נישט רעלעוואנט (ווייל איך ווייס סייווי וואס די האלטסט.......)
אויך דער אמת מיז זיין מיט אן אמת
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אקעי, כ'וועל עם פרעגען וואס ער וויל.
פארשפארט