בלאט 1 פון 1

נשלח: דינסטאג מאי 03, 2016 9:00 pm
דורך שצם_חנכל
מאוויס פאר פרויען, דורך פרויען ביי חרדים, און איבער די צוקונפט פון פרומע סינעמע:
http://www.al-monitor.com/pulse/origina ... applenews#

נשלח: מיטוואך יוני 16, 2021 6:53 pm
דורך טיכטיגער
ס'איז שוין פארלאפן זעקס יאר זינט דער אשכול איז געגרינדעט געווארן, אבער די טעמע איז נאך אלץ גילטיג.

אין דער היימישער חסידישער וויליאמסבורג איז נעכטן פארגעקומען א דורכברוך, ווען עס האט זיך געעפנט די ערשטע ארט געלעריע אין שטאט.

"שטעטל גאלעריע" איז געעפנט געווארן דורך דער ארטיסט זלמן גלויבער (וועלכער האט אגב געמאכט דעם מסיבה, די ערשטע פאוסט פון דעם אשכול), א היימישער חסידישער וויליאמסבורגער אינגערמאן, וועלכע בויעט קונסטליכע סקולפטורן. גלייכצייטיג שטעלט די גאלעריע פאר קונסט פון אנדערע היימישע חסידישע ארטיסטן, ווי פינחס לאנדא - א מעלער, ליפא שמעלצער, י. וואלדמאן און נאך עטליכע.

עס איז פארגעקומען א שיינעם "ריבאן קאטינג" צערעמאניע מיט דער באטייליגונג פון פילע פאליטיקאנטן, חובבי קונסט, גוטע פריינט און סתם עמך אידן.

עס איז דערפרישענד צו זען ווי מענטשן הייבן אן אנערקענען קונסט, אזש אז נישט נאר וואס מען מאכט עס נאר עס האט זיך געעפנט א גאלעריע מיט עטליכע קונסטלער ביינאזאם.

נשלח: מיטוואך יוני 16, 2021 10:46 pm
דורך דערוועקט
סאיז דא נאך א חסידישער ארטיסט - אשר גאלדהירש, א מייסטער ארטיסטישער מעלער.
זיין נאמען איז אויך ערשינען צווישן אנדערע אויף די ליסטע ביי די פארגאנגענע קונסט צוזאמקומפטן אין וויליאמסבורג און קראון הייטס.
סאיז ווערד א בליק טון אויף זיינע אויג-פארכאפנדע פארטרעטן.
instagram.com/ushergoldhirsch

נשלח: דאנערשטאג יוני 17, 2021 6:16 am
דורך berlbalaguleh
איך ווילל נישט זיין דער ..."נעי סעיער"... אדער ..."קילל-דזשאוי"...! אבער ביי סקולפטורן איז דא אן ערנסטע שאלה פון דעם לאו פון די עשרת הדיברות..."לא תעשה לך פסל וכל תמונה"...! ווייל ס'איז א צורה בולטת...!

נשלח: דאנערשטאג יוני 17, 2021 8:30 am
דורך תרמב
מ’מאכט א קראץ אין די אויער אדער די נאז

נשלח: דאנערשטאג יוני 17, 2021 10:36 am
דורך berlbalaguleh
תרמב: ייש"כ. או. קעי. דו האסט פארענטפערט. א איד געט זיך אלעמאל אן עצה. אדער לייגט ער צו א פלייצע...!