בלאט 1 פון 2
אבא האיך מעשרין את המלח אשכול
נשלח: פרייטאג יוני 05, 2015 7:51 pm
דורך ישמעאל הכהן
איינער ווייסט וויאזוי מנעמט ארויס די ראדיא פון א סאני טעיפרעקארדער אויב סבכלל שייך?
נשלח: פרייטאג יוני 05, 2015 8:06 pm
דורך רויטע וואנצעס
מיר האבן בקבלה פון אונזערע קדמונים, אז מ'בייסט אראפ די אנטענע, ודי בזה בשעת הדחק.
Re: אבא האיך מעשרין את המלח אשכול
נשלח: מוצ"ש יוני 06, 2015 10:08 pm
דורך [NAMELESS]
ווי קען מען קויפן דיקע סטיקערס (נישט וואס מ'קען דורכזעהן) ארויפצוקלעבן אויף די פעמפער'ס פעקלעך?
Re: אבא האיך מעשרין את המלח אשכול
נשלח: מוצ"ש יוני 06, 2015 10:17 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
א יינגערמאן מיט א פיש געשעפט דערציילט מיר. א פרוי איז געקומען אין זיין געשעפט פאר פסח מאכען איהר ארדע''ר לכבוד יו''ט. פרעגט זי איהם אויס ווי זיין געשעפט פיהרט זיך אויף פסח, וועלכע פאטעט''א סטארט''ש ער ניצט וכדו'. דען פרעגט זי אויפ'ן זאלץ. זאגט ער אז ס'איז עדה החרדית. זאגט זי 'אוי, פון א''י? איך מוז פרעגען מיין מאן, ווייל ער איז שטארק מקפיד וועגען תרומות ומעשרות וכדו''!
נשלח: מוצ"ש יוני 06, 2015 10:58 pm
דורך רויטע וואנצעס
ווען וועט שוין זיין צובאקומען קארס וואס דרייווען אליינס? וועט זיין מהודר בתכלית הכשרות. קודם אלץ שמירת עניים, נאכדעם וועלן די בעלזע מאמעס אין לונדון שוין קענען נעמען די קינדער אין חדר.
אז מרעדט שוין, (און דא וויש איך אריין מיין נאז אין מיין ערמעל..) וועט די אויסטרעף פון זעלבס פארענדע קארס, גוט ארבייטן מיט'ן באקאנטן חפץ חיים אז טעכנכלאגיע איז א משל אויף רוחניות. מיט דעם וואס מיט סתם א קאר מיינט א מענטש אז ער פירט די וועלט, די קאר איז אבער א רמז אז ער איז נישט אין קאנטראל.
שוין, כ'שיק שוין אריין די בליציגע רעיון צו דער בלאט. איינער האט א סטעמפ צו בארגן? איך נוץ נישט די טרייפענע וואטסאפ סמארט פאן געוועב אימעיל.
נשלח: מוצ"ש יוני 06, 2015 11:08 pm
דורך ישמעאל הכהן
איינער האט די טעלעפאן נומבער וואו מ'קען באשטעלן אלטע נומערן פון 'מעלות'?
נשלח: זונטאג יוני 07, 2015 2:50 am
דורך יואליש
ווייסט איינער אויב אייכלערס האט שוין אריינבאקומען היי יאר די וואלענע שווים ציצית?
נשלח: זונטאג יוני 07, 2015 8:30 am
דורך [NAMELESS]
וואס איז דאס שווים ציצית ? ס'כשר בכלל?? קיינמאל געהערט פון אזא מאדערנע געדאנק, אונז ווייסט מיר נאר פון שווימען מיט'ן שלאף ציצית...

נשלח: זונטאג יוני 07, 2015 10:25 am
דורך יאיר
כקלער אז די נייע סארט פלאסטיק גלעזער זענען אן איסור דאורייתא פון לא תלכו בחוקות הגוי. וואס האלט דער עולם?
נשלח: זונטאג יוני 07, 2015 10:27 am
דורך קאך_לעפל
אויטש... ווען איז היינט סויף זמן קרישמע?
נשלח: זונטאג יוני 07, 2015 11:05 am
דורך berlbalaguleh
קאך_לעפל האט געשריבן:אויטש... ווען איז היינט סויף זמן קרישמע?
קורץ פאר די שקיעה..ווען דו וועסט זיין אויף די פארם און וועסט טרונקען חלב סתם...!
Re: אבא האיך מעשרין את המלח אשכול
נשלח: זונטאג יוני 07, 2015 11:14 am
דורך נופת צופים
וואו קען מען קויפן געזופטע מעהל און באקוקטע אייער?
נשלח: זונטאג יוני 07, 2015 11:53 am
דורך געוואלדיג
איז נאך דא צו באקומען טייטס 70 איך געדענק שוין נישט וואס.
נשלח: זונטאג יוני 07, 2015 11:56 am
דורך [NAMELESS]
איך קען דיר אוועקגעבן אפאר בחינם, וויפיל דארפסטו ?
נשלח: זונטאג יוני 07, 2015 11:58 am
דורך געוואלדיג
גענוג פאר אלע וואס צורייסן זיך שנעל פון די נישט גוטע סחורה,
נשלח: זונטאג יוני 07, 2015 12:07 pm
דורך [NAMELESS]
איין מינוט, כ'האב נאך נישט געפרעגט מיין ווייב רשות. איך מיין זי וויל עס אפשרקודם אוועק געבן פאר איר מומע און מאנארא.
נשלח: זונטאג יוני 07, 2015 12:08 pm
דורך berlbalaguleh
נופת צופים האט געשריבן:וואו קען מען קויפן געזופטע מעהל און באקוקטע אייער?
ביי עסטרייכער און אבערלענדער'ס קוקיס...

נשלח: זונטאג יוני 07, 2015 2:57 pm
דורך יואליש
וויאזוי גיט מען זיך אן עצה מיטן קול באשה פונעם זשי פי עס? כ'בין נישט קיין ספעציעלע פרימער, אבער פארט, כל הדרכים בחזקת סכנה, והשטן מקטרג.
נשלח: זונטאג יוני 07, 2015 3:02 pm
דורך יואליש
ס'האט מיר אנגעכאפט אן התערורות צו נזהר זיין בעניני קמח ישן. כ'בין נישט זיכער אויב דאס קומט מצד הקדושה, ווי נישט ווי שפיר איך ווי כ'בין משנה און מזלזל אין מיינע פריערדיגע רבי'ס וועלכע האבן נישט מקפיד געווען. כ'שפיר זיך אביסעל קיל. אבער דאס איז אלעס א געפיל.
מיין שאלה איז אויב ס'גייט נישט אריין בגדר איסור דאורייתא פון בל תוסיף?
Re: אבא האיך מעשרין את המלח אשכול
נשלח: זונטאג יוני 07, 2015 3:04 pm
דורך [NAMELESS]
יואליש האט געשריבן:וויאזוי גיט מען זיך אן עצה מיטן קול באשה פונעם זשי פי עס? כ'בין נישט קיין ספעציעלע פרימער, אבער פארט, כל הדרכים בחזקת סכנה, והשטן מקטרג.
ס'דא וואס מ'קען אנשטעלן א מאן קול, וכן אני נוהג
נשלח: זונטאג יוני 07, 2015 3:05 pm
דורך [NAMELESS]
יואליש האט געשריבן:ס'האט מיר אנגעכאפט אן התערורות צו נזהר זיין בעניני קמח ישן. כ'בין נישט זיכער אויב דאס קומט מצד הקדושה, ווי נישט ווי שפיר איך ווי כ'בין משנה און מזלזל אין מיינע פריערדיגע רבי'ס וועלכע האבן נישט מקפיד געווען. כ'שפיר זיך אביסעל קיל. אבער דאס איז אלעס א געפיל.
מיין שאלה איז אויב ס'גייט נישט אריין בגדר איסור דאורייתא פון בל תוסיף?
בחדא מחתא זיי שוין אויך מברר צו מען מעג דאווענען שבת פאר זמן תפילה,
נשלח: זונטאג יוני 07, 2015 3:08 pm
דורך יואליש
ראשעקאל האט געשריבן:יואליש האט געשריבן:וויאזוי גיט מען זיך אן עצה מיטן קול באשה פונעם זשי פי עס? כ'בין נישט קיין ספעציעלע פרימער, אבער פארט, כל הדרכים בחזקת סכנה, והשטן מקטרג.
ס'דא וואס מ'קען אנשטעלן א מאן קול, וכן אני נוהג
ווייסט איימיצער צו מ'קען אנלאדענען אויפן זשי פי עס דאס שטומע פון ר' יוסף חיים גרינוואלד. ולמצה גדולה יחשב
נשלח: זונטאג יוני 07, 2015 3:26 pm
דורך רויטע וואנצעס
יואליש האט געשריבן: אויפן זשי פי עס דאס שטומע פון ר' יוסף חיים גרינוואלד.
"נעם די נעקסטע לינקס צום רומבניצער'ס ציון איינרייסן ביים בורא כל עולמים"
"און 3 מייל געפונט זיך די ציון פון ר' יחזקאלע מערץ, היינט איז די יארצייט"
"דא האט דער בעש"ט מחיה מתים געווען דער בעל עגלה אלעקס"
"די גאז סטאנציע מיט געפילטרעטע וואסער, 46 מייל"
"נעם די נעקסטע רעכטס צום לעיקוואדער פרה אדומה"
"האלט די אויגן אויף די ראוד, נשים פרוצות אויף די זייטן"
"נעקסטעמאל פאר נישט דורך מאנהעטן גאסן, נעם די נעקסטע לינקס צום פ.ד.ר."
"תפילת הדרך אין דריי מייל"
"היימישע בית כסא אין די גראז, די נעקסטע עקזיט"