די אינוואזיע אין נארמאנדי
נשלח: זונטאג יוני 07, 2015 5:16 am
די וועלט'ס היסטאריע צייכנט אפ גאנצע איין און זיבעציג יאר פון די גאר בארימטע "די דעי" אדער באקאנט אלץ די אינוואזיע אין נארמאנדי, יעדער וואס האט שוין אראפגעלייגט זיינע אויגן אויף היסטאריע ביכער האט זיך שוין זיכער באגעגנט דערמיט, זי האט דערלאנגט דעם לעצטן טויט קלאפ פאר נאצי דייטשלאנד און געפירט צו די ענדע פון די צווייטע וועלט מלחמה.
פאר די וואס זענען אבסעסד מיטן שואה איז עס א בינטל היסטאריע וואס זיי פארשן און פרובירן דערגרונטעווען מען ווערט כסדר געוואויר נאך חידושים וואס זיי האבן נישט געוויסט ביז דאן, קוקנדיג. דאקומענטאציעס און לייענען אסאך דערוועגן.
דא אין קאווע שטיבל שרייבט [tag]קאך_לעפל[/tag]
***
"פונעם היינטיגען טאג, פאר 69 יאר צוריק, האבן 156,000 אליאירטע טרופן געלאנדעט אין נארמאנדי, א קליין שטעטל אין פראנקרייך, וואס געפינט זיך ביים ברעג פון דעם אטלאנטישן ים.
די אינוואזיע איז אנגעפירט געווארן דירוך דעם וועלט'ס בארימטען אמעריקאנער גענעראל דעווייט איייזענהאוער, מיט זיין הויפט געהילף און פערזענליכע גוטער פריינד גענעראל אמאר ברעדלי, זיי האבן אינאיינעם שטודירט אין דעם מיליטערישען אקאדעמיע וועסט פוינט, וואס געפינט זיך אין אפסטעיט ניו יארק, ביי די ברעגען פונעם האדסאן טייך.
די אליאירטע כוחות האבן גאנץ שנעל דורך געבראכן די פארטיידיגונגס ליניעס, וואס דער בריליאנטן דייטשער גענעראל ערווין ראמעל האט אויף געשטעלט צו שיצן אויף די ברעגעס, פון אייראפע, און זיך גענומען מארשירן פאראויס.
די אליאירטע טרופן האבן דורך מארשירט גאנץ אייראפע, און געיאגט די דייטשע מיליטער מיט שנעלקייט, ביז צו זייער הויפט שטאט בערלין, און באפרייט אייראפע פון טיראניע, און דערשטיקט דעם דייטשן שלאנג, ביז צו די ענדע.
אין דעם ניינטן טאג אין מאי איז דער דייטש געפאלן, און די מלחמה האט זיך גענדיגט מיט א שטארקע זיג פאר די אליאירטע כוחות."
[center]* * *[/center]
אינעם אידישן וויקיפעדיע ווערט די אינוואזיע גאר קורץ באשריבן פעלנדיג פון אינפארמאציע, אט איז וואס זיי ווייסן:
"אום יוני 6, 1944 (באקאנט אלס דער די דעי האבן די אליאירטע אויפגעעפנט א ברוטאלן און ווירקזאמער פראנט פון מערב זייט אריבערשווימענדיג פון ענגלאנד צו דעם פראנצויזישן פארט אין נארמאדיע האפפען. ווי עס הייסט היינט, זענען איבערגעבליבן פון דעם לאנדונג עטליכע הונדערט טויזנט טויטע, אבער דאס איז געווען דער פאטעלער טויט קלאפ פאר די נאציס מיט דעם גאנצן פאשיסטישן אקס, דאס איז געווען אויסגערעכנט ביזן קלענסטן דעטאל דורכך דעם בארימטן גענעראל און שפעטערדיגער פרעזידענט דווייט דעיוויד אייזנהאוער, און פון דארטן און ווייטער איז שוין אלעס געגאנגען ווי געשמירט און ביז א צירקע עלף מאנאטן אום מאי 8, 1945 האט שוין דייטשלאנד אונטערגעשריבן דעם וואפן שטילשטאנד אפמאך."
אויך ביי די בלאט פון די לעגאנדארע פרעזידענט אייזענהאוער שרייבן זיי ווי פאלגענד:
א גרויסע שטאטסמאן, ער איז געווען א גלעצענדער הויפט גענעראל אין דער צווייטער וועלט מלחמה, אסאך ווערט צוגעשריבן צו זיין קרעדיט אויף דער אויסגאנג פונעם קריג, ער האט אויספלאנירט און אויסגעפירט דער אנטשיידענער קריג 'די דעי', זיין דרשה וואס ער האט געהאלטן אנהייב טאג דעמאלטס ווערט אסאך געדענקט.
אויף א"וו שרייבט "שמאטע" זייער שיין איבער די דעי. אט שרייבט ער:
די דעי, די טאג פון די אינוואזיע ווען די אליאירטע ארמייען אנגעפירט דורך "גענעראל דווייט אייזענהאוער" דער שפעטערדיגער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטען - האבן זיך אריבערגעריקט דעם 'ענגליש טשענעל' אריבער צי פראנקרייך, מיטן ציל צו עפענען א מערב פראנט אנטקעגן די דייטשן (נאך די נאכאנאנדע געבעטן פון רוסלאנד) און אזוי ארום האפענטליך פארשנעלערן די ענדע פון די מלחמה, און אפשטעלן די קאפריזן פון היטלער'ן.
די אליאירטע האבן געלאנדעט אין "נארמאנדי" (דאס איז אויף דרום-מערב זייט פון פראנקרייך), און פון דארט האבן זיי אנגעהויבן מיט די מארטש מיטן ציל אויסצולייזען פראנקרייך, און דערנאך זיך צו נעמען צו דייטשלאנד.
די ארמייען זענען געווען אנגעפירט דורך די גענעראלן: "אומאר ברעדלי" פאר די אמעריקאנער, און פיעלד מארשעל "מאנטגאמרי" פאר די בריטישע און קאנאדישע.
די פראנט איז בעיקר באשטאנען פון דריי סעקשאנס, די בריטישע און קאנאדישע זענען געווען פלאצירט אויף א דריטל פונעם פראנט אויף די צפון זייט, און די אמעריקאנע זענען געווען פלאצירט אויף די אנדערע צוויי דריטל פונעם פראנט, דאס הייסט די סענטער, און אויף די גאנץ דרום זייט פונעם פראנט. אלעס אינאיינעם איז די פראנט געווען א שיינע פאר 100 מייל אויסגעצויגן פון צפון צו דרום.
אין אוגוסט 1944 האבן די אליאירטע שוין כמעט געהאט באפרייט גאנץ פראנקרייך, און מען האט זיך גענומען גרייטן אויף די שווערסטע פאזע פונעם קריג, ווען מען וועט אריבערגיין די דייטשע גרעניצן.
די גרעסטע שוועריגקייט וואס איז געשטאנען פאר די אליאירטע גענעראלן און סטראטעגיסטן אויפן מחשבה איז געווען די "טייך רהיין", דאס האט זיי זייער באאומרואיגט...
די טייך רהיין לויפט דורך כמעט גאנץ דייטשלאנד (פון צפון צו דרום) וואס דאס האט געמיינט אז די דייטשן גייען זיך דערמיט באנוצן אלס א 'נאטירליכע מויער' אין פאל זיי דארפן זיך צוריקציען טיפער אריינציהר אין לאנד. און אויב דאס פאסירט, דאן מיינט עס אז מען קען זיך רישן אויף נאך טויזענטער טויטע און פארוואונדעטע סאלדאטן ביי די שלאכטן אריבער דעם רהיין!
איז מאנטגאמרי אויפגעקומען מיט א פלאן, וואס האט געלויטעט אז די אליאירטע זאלן אנשטאט גיין גראד צו "מזרח" אריין אין דייטשלאנד, וואס דאן האבן זיי די 'רהיין' פארנט פון זיי, זאלן זיי פרובירן צי שיקן אן ארמעי ארויף צו צפון... און אזוי וועלן זיי אנקומען העכער ווי די רהיין הייבט זיך אן... און אזוי וועלן זיי אויסקרויזן דעם רהיין! און מען איז אין דייטשלאנד אסאאאך פריער!
צו פארשטיין דעם פלאן, נעמט למשל א שטרוי און לייגט עס פארענט פון אייך אויף די ברייט – פון לינקס צו רעכטס – יעצט, די פלאן פון מאנטגאמרי איז געווען, אז אנשטאד גיין גראד פאראויס אריין אינעם שטרוי, זאל מען קודם זיך דרייען לינקס, ביז מען קומט אן ווייטער פון די שפיץ פונעם שטרוי, און דאן וועט מען זיך צוריקדרייען צו פארנט!
למעשה איז אבער אייזענהאוער נישט געווען עפעס איבעריג ענטוזיאיסטיש איבער די פלאן, און אויך האבן די אמעריקאנע גענעראלן נישט געהאלטן דערפון, ווייל דאס וואלט פארלאנגט אז זייער אסאך סופליי (בעיקר געז און עמיונישען) וואס וואלט געדארפט גיין צו זיי זאל יעצט ווערן געשיקט צו די בריטישע... אבער צום סוף האט ער נאכגעגעבן.
די סטראטעגיע האט געזאלט זיין ווי פאלגענד.
3 עירבארען דעוויזשאנס (Airborne) וועלן אריבערפליען די דייטשע פראנט אויף צפון זייט פון די אליאירטע, און זייער ציל וועט זיין צו פארזיכערן אלע ברידזשעס וואס זענען אין יענע געגענט.
אין די זעלבע צייט וועלן אפאר "טענק דעוויזשאנס" און "אינפענטרי דעוויזשאנס" זיך ארויסלאזן אין א סורפרייז אטאקע און פרובירן אדורכברעכן די דייטשע פראנט, און זיי וועלן צילן ארויף צו צפון (כדי אנצוקומען ביזן שפיץ פונעם רהיין טייך).
די טאנקען האבן געדארפט פארן אויף די וועגן וואס פירט צו די ברידזשעס וואס די עירבארן טרופן וועלן פארזיכערן.
די דריי הויפט אבדשעקטיווס איז געווען:
1) די שטעטל "איינדהויווען", דאס איז די ערשטע שטעטל צו צפון פונעם פראנט,
2) ארויפציר צו צפון איז די שטעטל "ניימעגהען",
3) און די לעצטע שטעטל איז "אהרענהיין".
די דריי שטעט זענען געווען די צילן פאר די עירבארן, וואס אין די שטעט איז געווען בריקעלעך וואס זיי האבן געדארפט זיכער מאכן אז די דייטשען רייסן עס נישט אויף, כדי אז די טאנקען זאלן קענען אנקומען צום שפיץ.
סעפטעמבער 17 האבן זיך די עירבארן דעוויזשענס אויפגעהויבן פון זייערע באזעס אין פראנקרייך, און זיך געלאזט אין מלחמה!
די ערשטע פאזע – די חלק פון אראפלאזן די פערעטרופערס – איז געלונגען זייער סוקסעפול! ביז א קורצע צייט האבן זיי באוויזן צו איבערנעמען קאנטראל אויף "רוב" פון די ברידזשעס. יעצט איז געקומען די צווייטע פאזע פון די טאנקען, זיי האבן יעצט געדארפט עפענען א וועג און אנקומען איבערנעמען די פערעטרופערס.
למעשה איז די אקציע געווען א גרויסע דורכפאל, די טאנקען זענען אנגעקומען שפעט, דערווייל האבן די פערעטרופערס זיך געשלאגן מיט זייערע לעצטע כוחות, ביז מען האט צום סוף געמוזט ארויסיאגן פון דארט עוד נשמתם בם...
אסאך זאכן זענען נאך ביז היינט נישט פארשטענדליך, ס'הייסט אז די גענעראלן האבן פארזעהן וויכטיגע שפיאנאזש אינפארמאציע, און נאך זאכן וואס די פלאנירער האבן נישט גענומען אין אכט.
מיר ווייסן אבער אז מאת ה' היתה זאת, דער אייבערשטער האט געוואלט אז די מלחמה זאל זיך ציען פאר כמעט נאך א גאנצע יאר! און דעריבער איז די אקציע געווען א דורכפאל.
[center]* * *[/center]
מיינע אויגן זענען געפאלן אויף א שיינע ארטיקל פון די קאנאדישע נעיווי וואס שרייבט אראפ אינטערסאנטע נאטיצן איבערן אינוואזיע.
אט איז עס, איך לייג צו מיינע ידיעות און פאקטן פון אנדערע ערטער.
מיט איין און זיבעציג יאר צוריק, האבן טויזענטער קאנאדישע און אנדערע אליאירטע קרעפטן געשטורעמט די ברעגעס פון נארמאנדי צו שטעלן אן ענדע אויף די אקופאציע פון היטלער אויף אייראפע.
קאנאדישע טרופן האבן אנטיילגענומען אינעם מיסיע אינאיינעם מיט די בריטישע און די אמעריקאנע אליאירטע אטאקירנדיג די גערמאנישע ברעגעס צילנדיג דערמיט די דייטשע טרופן זייענדיג גוט אויסגעשטעלט איבעראל, מיט מאכטפולע פאזיציעס, די קריג האט אנגעהאלטן פאר לאנגע מאנאטן מיט מער פון ניינציג טויזנט פאטאליטעטן סערווירנדיג דעם קאמפיין.
פארגאנגענע יאר האט פרעמיער מיניסטער סטיוון הארפער אנטיילגענומען ביי א צערעמאניע פון די זיבעציג'סטע יארטאג פון די דעי אין נארמאנדי אינאיינעם מיט די לעצטערע וועטעראנען פון קאנאדע וואס האבן דאן געקעמפט אויפן פראנט און איבערגעלעבט, דער פ"מ האט אויסגעלויבט די טויזענטער טרופן וועלכע האבן געקעמפט פאר קאנאדע'ס פרידאם, און ער האט געאנערט מער פון פינף טויזנט בראווע קענעדיענס וואס האבן איינגעשטעלט זייערע לעבנ'ס דורכאויס די קריג.
"...עס איז שווער צו פארשטיין די בראווקייט דורכצוגיין מינע פעלדער אונטער א האגל פון פליעדיגע פייער און ראקעטן, ווערנדיג געצילט דורך טויזענטער שונאים מיט מאשין געווער ביים אנדערן זייט, פארן געברויך דורכצושטורעמען היטלער'ס אטלאנטישע וואנט... און דאס איז פונקטליך וואס די קענעדיענ'ס האבן געטון..." האט דער פרעמיער מיניסטער אויסגעפירט אין זיין הארציגע באערונג'ס רעדע.
אן עלטערער וועטעראן, וויליאם טונגער, שילדערט זיין ראלע ביים קריג מיט זיבעציג יאר צוריק: "מיר האבן געלאנדעט אום ניין אזייגער ביים דזשאנא אינזל נעבן בורנייערס, אראפטרעטנדיג אויף די ערד האט אונז אפגעווארט א שרעקליכע סצענע ווי אלע אונזערע פלי מאשינען און טאנקען זענען געליגן אויסגעשפרייט אין פארשידענע שטאפלען פון אומבאנוץ... מיינע ערשטע מחשבות זענען דאן געווען... וואס האט פאסירט מיט מיינע פולע פריינט?..."
פולע קאנאדישע זעלנער אין די נארמאנדי קריג זענען געווען יונג און ניי צו מלחמה, און זייער קוראזש און סקילס האבן געהאלפן די שטופן די אליאירטע געווינס.
סקאט טולוך, א זיבעצן יעריגער קאנאדיש אינגל איז אויך פרעזענטירט געווארן ביים צערעמאניע, ווי ער האט געשילדערט ביי זיין אויפטריט ווי שרעקעדיג עס איז צו טראכטן פון זיין יארגאנג מענטשן וואס האבן אוועקגעשאנקען זייער יונגע לעבנס פארן וואוילזיין פון זייער לאנד און קעמפפן פאר פרייהייט אין א פלאץ ווי זיי זענען קיינמאל געווען בעפאר. "עס איז עכט עמעיזינג פאר מיר צו טראכטן אז איינער אין מיין יארגאנג זאל קענען מאכן אזא סארט באשלוס" האט ער געזאגט.
די דעי איז געווען איינע פון די וויכטיגסטע מיליטערישע גאטונגען פון די צוואנציגסטע סענטערי פאר קאנאדע און פאר די גאנצע וועלט, סיגנאליזירנדיג די אנהויב פון די ענדע אויף די נאצישע אקופאציע איבער אייראפע.
"עס איז א קוואל פון נאציאנאלע שטאלץ אז קאנאדע האט געשפילט אזא וויכטיגע ראלע אין דעם קריג פארזיכערנדיג די סוקסעס אויף די די דעי לאנדונגען, איינע פון די מערסט מאסיווע שלאכטן אין די צווייטע וועלט קריג און אפשר פון די וועלט היסטאריע גאר", האט דער קאנאדישע פריים מיניסטער געזאגט.
נאך פיל קען געשריבן ווערן, איך האב אינ'אמת'ן געפלאנט צו אפשרייבן לענגער די עצם אינוואזיע בפרטי פרטים, און למעשה ארבעטנדיג אויף דעם פראיעקט האבן זאכן גענומען לענגער ווי געפלאנט, און עס ווערט שוין באלד צו שפעט צו כאפן דעם יארטאג...
איך בעט מען זאל נישט צוזאם שטעלן דעם אשכול.
וויקיפידיע אין ענגליש האט א גאר אויספירליכע ארטיקל איבערן אינוואזיע און אויך דא קען מען טרעפן נאך אינטערסאנטע דעטאלן איבער די היסטארישע טאג
אין אידיש איז די דעי געווארן זייער שיין באשריבן אין די ביכער פון "די צווייטע וועלט מלחמה" פון די דייטש פאמיליע, דריי בענדער, געלע ביכער, וועלכע זענען גראדע היבש געזיכט און נישטא מער צו געפונען.
אביסל צו פארשטיין די דעי קען מען זען דא א קורצע אדער דא פאר א לענגערע דאקומענטאציע אויף יוטוב, עס זענען פאראן נאך פולע דאקומענטאציעס, ביכער, און פארשידנארטיגע מאוויס נאכצושפילן דעם היסטארישן טאג און טראץ וואס דער טאג איז נישט געווען די קלימאקס פונעם געווינס און פארקערט, אסאך פאטאליטעטן זענען פארגעקומען, איז עס דאך די טאג וואס מען צייכנט אפ די דעי, ווי סטיוון הארפער די קאנאדישע פרעמיער מיניסטער שרייבט דא אויף טוויטער.