בלאט 1 פון 1

א מענטשליכע הונטל

נשלח: זונטאג יוני 07, 2015 10:54 pm
דורך נופת צופים
ביימער הויך,
בא'חנ'ט און לאנג,
הויך אויפפראגענד.
גראזן זאפטיג,
ווי א קונצלער'ס טעפיך,
אויפ'ן האריזאנט צושפרייט.
פרישע שפרענגן,
ווי שלענג זיי ציען,
צווישן דשונגלען און וועלדער.
אימענסיווע בערג,
דעפטיגע קייטן,
ווי גראנדיעזע מויערן.

א פארביגע ליינוואנט,
פאר אונזער געניס,
טאלאנטפול געשאפן.

אנשטאט די בערג,
געביידעס הויך,
הונט-הייזעלעך קליינע, פארפאקט אין זיי.
אין פלאץ פון די ביימער,
א פענסטער פארשטעקט,
וואו די שטראלן פון זון, פארשטעקן זיי שפילן.
אנשטאט די טייכן,
שלענגלען זיך שטראזן,
געשריי פון פארקער, באדרויען צו טייבן.
אין פלאץ פון די גרינס,
מיסט אנגעלייגט,
דאס געשטאנק אין די לופטן, צו אטעמען נישט פאסיג.

וואו זענען די ביימער,
די בערג און די גראז,
צו וועל איך אויף אייביג,
ווי א הונטל לעבן?