די צוויי הויפט זארגן: "גלאבעל ווארעמינג" און "אייסיס"

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

די צוויי הויפט זארגן: "גלאבעל ווארעמינג" און "אייסיס"

שליחה דורך ברסלבער »

[justify]יא, דאס זענען די צוויי הויפט זארגן מיט וואס די גאנצע וועלט מוטשעט זיך יעצט, מען פרובירט צו טרעפן וויכטיג א לעזונג צו זיי. צום אלעמען ערשט איז די הויפט פראבלעם די "גלאבעל ווארעמינג", די וועלט ווערט מער און מער ווארימער, די ריזיגע פאבריקן קימערן זיך נישט מיט די וואוילזיין פון די וועלט, זיי לאזן ארויס די שעדליכע גרינהאוז גאזן, וועלכע מאכן די וועלט אלץ מער ווארעמער, און ווי עס זעט אויס וועט די וועלט ווערן ווארימער מיט צוויי דריי גראד ביז א צוואנציג יאר ארום, ותוצאותיו מי ישורנו.

כאטש וואס פילע זענען סקעפטיש איבער דעם גאנצן נושא, זיי טענה'ן אז דער גאנצע פראבלעם איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, און אפילו ווען יא מאכט מען עס ערגער ווי עס איז. לעצטנס איז אפירגעקומען אז די א.ג. פארזארגער פון די וועלט האבן בכוונה פארהוילן און באהאלטן פארשידענע וויכטיגע דאטא וואס וואלטן געווען א סתירה צו זייערע אנשויאינגען. מיט דעם אלעם ווייסן מיר דאך אז מיר דארפן זיך זארגן אפילו אויף א ספק ספיקא פון א סכנה, און אויב איז דא עפעס א חשש, אפילו נאר גאר א ווייטער חשש, אז עס קען אמאל ארויסקומען פראבלעמען דערפון אין צענדליגע יארן ארום, דארפן מיר שוין מטכס עצה זיין דאס אפצושטעלן בעוד מועד. און דעריבער איז דאס איז די ערשטע אויף די ליסטע.

די צווייטע אויף די ליסטע קומט "אייסיס", די שרעק-אנווארפענדע טעראריסטן וועלכע שטייען גרייט מיט די מעסערס אין האנט אויסצו'שחט'ן יעדע פערזאן איבער די וועלט וואס איז נישט פולשטענדיג מסכים און אונטערטעניגט אונטער זייער גלויבונג, און טאקע נאר לויט זייער אייגנארטיגע ווערסיע אינערהאלב זייער גלויבינג.

דאס איז נישט א זאך וואס מען האט מורא אז עס גייט פאסירן אין דרייסיג יאר ארום, און נישט און צוואנציג אדער צען יאר ארום, ניטאמאל דארף מען ווארטן אויף מארגן, הונדערטער טויזנטער מענטשן זענען שוין ביז יעצט דערמארדעט געווארן מיט אלע סארט מיתות משונות דורך די גרויזאמע טעראריסטן, זיי שטעלן זיך נישט אפ פאר גארנישט, זיי האבן נאר איין ציל פאר די אויגן, זיי וועלן אויסמארדן די גאנצע וועלט און נאר זיי זאלן בלייבן לעבן, און זיי זענען אפילו גרייט מקריב צו זיין לעבן דערפאר.

נישט נאר אין איראק און אין סוריע, דארט וואו זיי זענען הויפקווארטירט, האבן זיי שוין אויסגע'הרג'ט פילע טיזנטער, נאר מצודתם פרושה איבער די גאנצע וועלט, מיט אלע מיטלען פרובירן זיי צו רעקרוטירן קעמפער צו זייערע רייען, און זיי מוטיגן מענטשן אנצוזייען כאאס און טעראר איבער די גאנצע וועלט, אז קיין שום מענטש זאל זיך נישט קענען שפירן רואיג און זיכער אויף דער וועלט. זייער ציל איז אז איידער א מענטש וויל ארויסזאגן א ווארט פון מויל, פאר ער קלערט נאר פון אהערשטעלן א שיינע מאלעריי, זאל ער אייביג דארפן טראכטן וואס וועט אייסיס זאגן דערצו, וועט זיי עס געפעלן אדער נישט, ווייל אויב נישט איז דא א שטארקע מעגליכקייט צו ווערן מיט א קאפ קורצער.

דער פראבלעם פון "אייסיס" איז אבער נישט אזוי וויכטיג ווי דער ערשטער און סאמע הויפט פראבלעם פון "גלאבעל ווארעמינג". איר קוקט מיר אן מאדנע, איר קענט נישט פארשטיין ווי אזוי מיינע פריאריטעטן זענען אזוי פארדרייט אז גלאבעל ווארעמינג איז מיר וויכטיגער אויסצושמועסן ווי דער פראבלעם מיט אייסיס? דאן זאלט איר וויסן אז דאס איז נישט מיין אייגענע אפשאצונג, דאס איז דער בליק וואס די זיבן גרעסטע וועלטמאכטן האבן היינט מאנטאג דערקלערט ביים צווייטן טאג פון זיצונגען ביי די דזשי-7 סאמיט אין דייטשלאנד.

די פירער פון די זיבן גרעסטע וועלט מאכטן האלטן אויך אזוי. די פירער פון אמעריקע, ענגלאנד, יאפאן, פראנקרייך, קאנאדא און איטאליע, זענען זיך צוזאמגעקומען אויף א צוויי טאגיגער סאמיט אנגעפירט דורך די גאסט-געבערן די דייטשע קאנסלארין מערקעל, אין א רייכע לוקסטריעזע האטעל אין דייטשלאנד, צו אדרעסירן די וויכטיגע ענינים העומדים על הפרק.

אינעם ערשטן טאג, נעכטן זונטאג, איז אויסגעשמועסט געווארן בעיקר די נושא פון רוסלאנד און איר אגרעסיע מיט אוקריינע. כאטש וואס פוטין דער רוסישער פירער איז שוין ארויסגעווארפן געווארן פון די גרופע מיט צוויי יאר צוריק, אלס א שטראף פאר'ן אנעקסירן קרימיע, האט ער נאך אלץ אבער באוויזן צו באשיינען דעם אויבן אן, ווען מען האט ברייט ארום גערעדט איבער אים און איבער די סאנקציעס איבער רוסלאנד ווי לאנג זיי וועלן נישט אפלאזן אוקריינע.

און אינעם צווייטן טאג איז געלייגט געווארן אויפ'ן טיש די צווייטע וויכטיגע טעמעס, און טאקע אין דעם סדר, צום ערשט גלאבל ווארעמינג און דערנאך איבער אייסיס.

ליינענדיג די נייעס האט עס מיר היבש אויפגעברויזט. מענטשן זענען טאקע אזוי משוגע און צודרייט? די גרויסע וועלט מאכטן לייגן די נארישע טעמע פון גלאבל ווארעמינג בעפאר אייסיס? ווי וויכטיג די זאך זאל נאר זיין, דארף מען נישט האבן מער ווי א אביסל שכל צו פארשטיין אז עס קומט נישט פאר אייסיס, און ניטאמאל פאסט עס צו לייגן אויפ'ן טיש זייט ביי זייט מיט אזא ברענענדיגע טעמע ווי אייסיס.

אנשטאט אריינצולייגן כוחות איבער די גלאבל ווארעמינג, א זאך וואס וועט העכסטנס זיין א געפאר מיט יארן ארום, זאל מען ליבערשט אריינלייגן די מאקסימאלסטע כוחות זיך אפצוגעבן מיט אזא מאנסטער ווי אייסיס, זאל מען אריינשיקן מיליאנען טרופן און אפווישן יעדע זכר פון אייסיס, עס זאל נישט בלייבן פון זיי קיין שם ושארית.

אריינקוקנדיג אבער גלייך אין די אויגן פון דעם נארישן אבאמא וואס איז פארנומען מיט אזעלכע נארישקייטן, האב איך באמערקט אז ער קוקט מיר צוריק מיט א שטרענגען בליק, אזא סארט טול-קורה-מבין-עיניך'דיגער בליק. און איך פארשטיי זיין טענה צו מיר. איך זארג מיר פארוואס ער איז פארנומען מיט גלאבעל ווארעמינג אנשטאט זיך צו פארנעמען מיט וויכטיגערע זאכן אויף וואס ער איז ערוועלט געווארן, און אויף וואס זיינע אויפגאבעס זענען. און וואס איז מיט מיר אליין? איך בין פארנומען מיט'ן זיך זארגן אויף וואס די וועלט מאכטן זארגן זיך, אין די צייט וואס איך וועל סיי ווי נישט גארנישט אויפטון אין דעם נושא, איך וואלט ענדערש געדארפט זיין פארנומען מיט די זאכן איבער וואס איך בין ערוועלט געווארן, אויף די זאכן וואס זענען טאקע יא מיינע אויפגאבעס.

איך בין געשטעלט געווארן אין שפיץ פון א פאמיליע, איך האב אונטער זיך א ווייב און קינדער וועלכע ווארטן אויף מיר, זיי ווארטן איך זאל זיי געבן פיזישע און גייסטישע שטיצע, זיי ווארטן איך זאל זיי אהיים ברענגען געלט צו קענען אנגיין אין לעבן, זיי ווארטן איך זאל אהיים גיין און פארברענגען מיט זיי, אוועק געבן צייט פאר זיי, זיי געבן א גוט ווארט, אויסצוהערן זייערע פראבלעמען און זיי שטעלן אויף דער פיס.

און איך בין פארנומען צו זיצן פרייטאג נאכמיטאג אין מקוה צו קראצן די פיס און אויסשמועסן אויף הויכע טענער אויב אבאמא איז יא גערעכט אדער נישט. שוין, דער אמת איז אז מיט אבאמא האב איך קיין שייכות, אבער וואס איז מיט די שפעטע נאכט שעות ווען איך בין פארנומען אויסצושמועסן די וויכטיגע טעמעס איבער דעם דיבלאזיא, ער איז דאך עמי בבית, פון אים דארף איך דאך זיכער קער נעמען. און ווער רעדט נאך פון די היימישע פאליטיק דאס איז מיין חסידות, מיין בית המדרש, דאס איז דאך זיכער א טעמע וואס דארף פארנעמען ביי מיר דעם אויבן אן.

האלא, ערעב איד, טו דיך אן און גיי ארויס פון מקוה, לאז אפ דיינע חברים און גיי אהיים און זיי פארנומען מיט דיר און מיט דיין הויז געזונט, און לאז די גאנצע וועלט קראכן. אז דו וועסט נישט וויסן דיינע פריאריטעטן וועסטו אויסקוקן ווי די חכמי כעלעם וועלכע נעמען זיך צאם צו ראטעווען די וועלט פון קליימעט טשענטש.

"נע, מיין ווייב איז פארנומען מיט אירע חבר'טעס, זי ווארט נישט אויף מיר", יא יא, אבער ווען דו וועסט ווארטן אויף איר וועט זיך אפשפיגלען דער כמים פנים אל פנים. "נע, מיינע קינדער זענען נאך קליין, זיי דארפן מיר נאכנישט האבן". יא יא, אבער ווען זיי וועלן זיין גרויס וועלן זיי דיר שוין נישט וועלן אנקוקן. גיי אהיים זעץ דיך אראפ אויפ'ן פלאר, און שפיל מיט זיי א געים, ליין מיט זיי א בוך, אדער כאפ א שמועס מיט דיינע קינדער. דאס איז דיין אויפגאבע, אויף דעם ביזטו ערוועלט געווארן, און דאס דארף זיין דיין פריאריטעט. און פון דעם וועסטו אליין די מערסטע פארדינען, דאס איז די בעסטע און זיכערסטע אינוועסמענט, און די געשוואלענע רווחים דערפון זענען גאראנטירט.[/justify]
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[justify]קעסענעם [tag]ברסלבער[/tag] פארן ארויפברענגען אויף די אגענדע בטוב טעם ודעת אזא וויכטיגע טעמע וועגן זיך בעסער אפגעבן מיט די משפחה,
אבער אזוי ווי די האסט עס ארויפגעברענגט דרך גלאבאלע ווארעמונג און אייסיס וועל איך זאגן מיין מיינונג איבער דעם, איז אזוי אונזער שוואכסטע פרעזידענט אין היסטערי אבאמא באטשי (צוזאמען מיט די אנדערע וועלט [פאר]פירער) טרעפן זיך מיט א מוראדיגע פראבלעם אז זיי קענען זיך נישט א עצה געבן מיט אייסיס, און וויפיל מען שיסט פון זיי וואקסט ארויס 10 מאל מער, איז וואס איז די סעלושען? באמבעדירן מער? ערד טרופען? נע, דאס איז נישט אינטרעסאנט, נעמט מען אפיר דעם נישט געשטויגענעם דמיון פון גלאבאלע ווארעמונג און מען זאגט אז איך פארשטיי אז אייסיס איז א גרויסע פראבלעם, אבער גלאבאלע ווארעמונג איז נאך ערגער, און אין דעם זענען ענק שולדיג, והא ראיה אז אונז אלע פארען מיט פריוואטע דזשעטס און אין מאטארקאדעס פון מינימום 20 אוטאס כדי אנצוקומען צו דעם סאמיט.[/justify]
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4920
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

מ'מעג פרעגן אויף די משל?... הערליכער נמשל, ברסלבער!
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

יידל האט געשריבן:מ'מעג פרעגן אויף די משל?...

יא, אדרבה.

יידל האט געשריבן:הערליכער נמשל, ברסלבער!

יישר כח
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

יישר כח, דער משל האט מיר ארויס גענומען פון די כלים ביז איך האב מיך געטראפן זיך קוקן אין מיין אייגענעם פרצוף פארשעמט, דארפסט מיר איבער בעטן :oops: :oops:
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דער מגיד זאגט גוט !

נישט אינגאנצן דומה צום נקודה וואס די זאגסט. אבער ווי האט נאר יענער געזאגט א טאג נאך שבע ברכות . רחי , די וועסט קער נעמען פון די קליינע גרינגערע זאכן ווי רענט. יוטיליטיס .באדן קינדער. וואשן לאנדרי. קאכן סאפער . טראגן די קינדער צום באס סטאפ וכו. און איך וועל קער נעמען פון די שווערערע זאכן ווי די מלחמה אין איראק. די מלחמה אין עזה.די גלאבעל ווארמינג עפאכע. קאנטראלן די קאנסווארטיווע קאנדידאטן ביים דעבאטע ...!!
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

[tag]ברסלבער[/tag] די האסט נאך פלאץ אין דיין הויז פאר מיר?
איך וויל קומען וואוינען אין דיין הויז זאלסט זיך אפגעבן מיט מיר מיט אזא ווארעמקייט ווי די שרייבסט!
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

שליחה דורך Kool man »

וואסארא קוגעל, דו נעמסט אזא ערענסטע זאך ווי גלאבעל ווארמונג, און דו לייגסט עס נעבען אזא נארישע נישטיקע פראבלעהם ווי אייסיס, אייסיס וועט מען זיך אן'עצה געבען אזוי צו אזוי, אפאהר טעראריסטלעך, איזראעל וועט באשיסען כאמאס, אמעריקא וועט פארלאנגען שלו', און די גאנצע אייסעס וועט זיך צעלאזען,.

אבער גלאבעל ווארעמונג? דאס איז דאך שרעקליך, נאך אזא ווינטער וואס מיר האבען געהאט דאס יאהר, און די פאריקע יאהר, שוידערליך צו טראכטען! צוויי דריי גראד מער? די ווינטער איז געוועהן זיכער צוואנציג גראד מערער ווי ס'פלעהגט אמאהל זיין, די היצען זענען געוועהן נישט צום אויסהאלטען, מ'האט נישט געוואוסט צו מ'איז אין ניו יארק אדער פלארידע, אדער גאר די באהאמעס, אזא היץ, און די היצען האבען זיך אריינגעצויגען ביז אין די זומער אריין, אזא ערב פסח, אזא אפריל און מאי, ממש צושמאלצען צו ווערען, איך ציטער אוועק פון די שרעקליכע אנווארעמונג... LOL LOL
:lol:
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

ס'דא קאנספיראטארן וואס זאגן אז אמעריקע וויל גאר אז אייסיס זאל עקזיסטירן, לפי''ז פארשטייט מען פארוואס אבאמא איז באזארגט אויף גלאבאל ווארמינג אין וועלכע אייסיס קען זיך צולאזן
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

Kool man האט געשריבן:וואסארא קוגעל, דו נעמסט אזא ערענסטע זאך ווי גלאבעל ווארמונג, און דו לייגסט עס נעבען אזא נארישע נישטיקע פראבלעהם ווי אייסיס, אייסיס וועט מען זיך אן'עצה געבען אזוי צו אזוי, אפאהר טעראריסטלעך, איזראעל וועט באשיסען כאמאס, אמעריקא וועט פארלאנגען שלו', און די גאנצע אייסעס וועט זיך צעלאזען,.

אבער גלאבעל ווארעמונג? דאס איז דאך שרעקליך, נאך אזא ווינטער וואס מיר האבען געהאט דאס יאהר, און די פאריקע יאהר, שוידערליך צו טראכטען! צוויי דריי גראד מער? די ווינטער איז געוועהן זיכער צוואנציג גראד מערער ווי ס'פלעהגט אמאהל זיין, די היצען זענען געוועהן נישט צום אויסהאלטען, מ'האט נישט געוואוסט צו מ'איז אין ניו יארק אדער פלארידע, אדער גאר די באהאמעס, אזא היץ, און די היצען האבען זיך אריינגעצויגען ביז אין די זומער אריין, אזא ערב פסח, אזא אפריל און מאי, ממש צושמאלצען צו ווערען, איך ציטער אוועק פון די שרעקליכע אנווארעמונג... LOL LOL
:lol:


ס׳געפעלט מיר ווי דו מאכסט חוזק פון גלאובל ווארימינג ווען בשעת מ׳זעט פון די תגובה ווי דו מאכסט חוזק פונעם פארגאגענעם ווינטער ווען דו הייבסט נישט אן צו וויסן אז דו קעלט וואס אונז האבן געהאט איז א דירעקטע רעזולט פון ריזיגע שטיקלעך אייז וואס לאזן זיך אויף אין אנטאריטיקע , אלעסקע, גרינלענד, קענדע, וכו׳ ווען די נעמסט א גרויסע שטיקל אייז און די לייגסט עס אריין אין א צימער און מעסט די טעמפרעיטור אין די רום פארדעם און נאכדעם , ופשוט הוא, די אייז צולאזט זיך קענסט עס אליינס גייען זעהן מיט דייני אייגענע אויגן ! און דעס וואס דו זאגסט אז פארגאגענעם ווינטער איז געוועהן קאלט (א שיינע עמי הארצדיגע טוירע נאכגעזאגט פילייכט פון ראוש לימבא אדער בילל אריילי) איז אזוי ווי זאגן אז איך מאך א לאך ביי מיין זייט שיף וואס גייט דיך אן ? זאג נאר וויפל דעגרי איז געוועהן פאריגע וואך אין ארץ ישראל ווייסטו ? דו ווייסט אז as we speak ווערן מענטשען פארברענט פאר היץ אין אינדיע און די מיטל איסט ? מעהר ווי 2000 מענטשען זענען פארברענט געווארן פון היץ לעצטע וואך אין אינדיע אליינס ! גלאובל ווארמינג איז אמת צו דו ווילסט צו נישט . און מ׳קען עס פראופן מיט די נומבערס וואס ווייזט קלאר אז דו סי לעוועל ווערט געהעכערט פון יאהר צו יאהר , און עס ווערט הייסער פון יאהר צו יאהר "גלאובלי״ אפגעזהן וואס דו וועטער איז אין ראדני...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[justify]די אינטרעסאנטע זאך איז אז יארן צוריק זענען אלע צייטונגען געווען פארנימען מיט גלאבאלע קילינג :lol:, מה עשה הקדוש ברוך הוא? האט ער אנגעפאנגען צו ווארעם מאכן אונזער וועלטעלע אביסעל, האבן זיך יענע חברה ארויף געכאפט דערויף און זיך גענומען מאכן א מצב: גלאבעל ווארמינג, גלאבעל ווארמינג, די וועלט גייט אונטער, איז צוריק געווארן קאלט, רופען זיי עס שוין א אנדערע נאמען: קליימעט טשענדזש. :lol: :lol:[/justify]
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ווער איז געוועהן פארנומען וועגן גלאובל קאולינג ? קענסט מיר געבן 3 ערנסטע סיינעטיסטן פון יענע צייט וואס האבן געזאגט אז מ׳גייט פריזן צום טויט ? א לינק ביטע?

דעס איז נאך א גראבע ליגענט פון די רעכטע , און די בעבעלסט עס נאך...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[justify]ערעב [tag]שבת אחים[/tag] איך ווייס נישט וואס די האקסט דא צאם וואס די האסט נעבעך געהערט פון די אלע לינקע אלעמענטן, מענטשן זענען אייביג געשטארבן פון דיהיידרעישען, און עס איז אייביג געווען היט וועיווס, און עס איז אייביג געווען פלעצער וואס האט נישט גענוג וואסער פאר אירע איינוואוינער, דאס האט גארנישט מיט די גלאבאלע ווארעמונג וואס געשעט נישט.[/justify]
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שבת אחים האט געשריבן:ווער איז געוועהן פארנומען וועגן גלאובל קאולינג ? קענסט מיר געבן 3 ערנסטע סיינעטיסטן פון יענע צייט וואס האבן געזאגט אז מ׳גייט פריזן צום טויט ? א לינק ביטע?

דעס איז נאך א גראבע ליגענט פון די רעכטע , און די בעבעלסט עס נאך...

אי״ה בלי נדר וועל איך עס ארויף שטעלן.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ס׳איז געוועהן איין נויסוויק ארטיקל וואס האט אזוי פרידיקיטעט מיט יאהרן צוריק אן קיין טראפ סייענטיפישע דעקונג ,
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ס׳גייט מיך גאנץ ווייניג אן וואס צייטונגען זאגן אדער שרייבן וועגן די אישו , די איינציגסטע וואס האט א רעכט אריינצורעדן אין דעם זענען די סייענטיסטן , און פון זיי האסטו אזא זאך נישט געהערט , אלע דאקטורים , געלערנטע, אינטעלעיקטשולס זאגן אז ס׳איז די גרעסטע פראבלעם אין די וועלט , און ס׳גייט מיך גאנץ ווייניג אן אז עפעס א נערישע צייטונג לייקענט וואס אלע סייענטיסטן פון די גאנצע וועלט זאגן פה אחד אז ס׳איז די גרעסטע פראבלעם, באלד וועסטו קומען זאגן אז די האסט געטראפן א באשרייבונג פון דער איד אין תשל״ח אז גלאובל ווארמינג איז נישט אמת ? מוראדיג !
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

שבת אחים האט געשריבן:אלע דאקטורים , געלערנטע, אינטעלעיקטשולס זאגן אז ס׳איז די גרעסטע פראבלעם אין די וועלט

א גרעסערע פראבלעם פון אייסיס?
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ברסלבער האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:אלע דאקטורים , געלערנטע, אינטעלעיקטשולס זאגן אז ס׳איז די גרעסטע פראבלעם אין די וועלט

א גרעסערע פראבלעם פון אייסיס?

צעהן מיליאן מאהל גרעסער , וואס איז דער צוגלייך בכלל ?
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

שבת אחים האט געשריבן:אלע סייענטיסטן פון די גאנצע וועלט זאגן פה אחד אז ס׳איז די גרעסטע פראבלעם

שקר
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
נופת צופים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 737
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:26 pm
געפינט זיך: וואו נישט
האט שוין געלייקט: 553 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 606 מאל

Re: די צוויי הויפט זארגן: "גלאבעל ווארעמינג" און "אייסיס"

שליחה דורך נופת צופים »

געוואלדיג האט געשריבן:יישר כח, דער משל האט מיר ארויס גענומען פון די כלים ביז איך האב מיך געטראפן זיך קוקן אין מיין אייגענעם פרצוף פארשעמט, דארפסט מיר איבער בעטן :oops: :oops:

האסט מיר ארויסגענומען פון די כלים ביז כ'האב זיך געטראפן זיצן אויף דער ערד שפילן א נערישע געים מיט מיינע קינדער.
שכויעך ברעסלעבער
סענט פראם מיי קאושער פאון...
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ישמעאל הכהן האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:אלע סייענטיסטן פון די גאנצע וועלט זאגן פה אחד אז ס׳איז די גרעסטע פראבלעם

שקר

אה אנטשולדיגט נישט אלע נאר 99.999999999999999 פראצענט
אלץ א ראדיא באריכטער האסטו מסתמא געהערט לעצטענס אויף די נייעס אז א גרופע סייענטיסטן פון MIT יוניווערסעטי האבן גענדיגט א לאנגע study פון איבער 12,000 סייענטיפישע דאקומענטן פון אלע וועלטליכע גרעסטע סייענטיסטן און פון די אלע איבער 12000 סייענטיסטן האבן נאר צוויי געזאגט אז ס׳איז נישט די ״גרעסטע״ פראבלעם פון די וועלט , אבער 11,998 זאגן אז יא

ס׳איז נישט דא אזא אישו כמעט ווי סייענטיסטן זענען אזוי אייניג ווי אויף דעם !

ס׳איז א אלטע אויסגעדראשענע נושא וואס כבין זיכער יעדער וואס וויל וויסן דעם אמת ווייסט עס שוין ביי יעצט , ס׳איז בעסעקלי intelligence versus ignorance פון איין זייט שטייען ממש אלע געלערנטע זאגן איין זאך פון די אנדערע זייט זענען מענטשען וואס קענען קוים די בעסיק סייענס זיי לאכן אפ פון דעם ,

איך האב יוצא געוועהן מיט דעם , איך האב נישט קיין נערווען איבערצוקייען די נושא !

איז אלא האלטס וואס איר ווילט!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

איך האלט ווי דיר גראדע, ווייל איך בין אויך א אויפגעקלערטע. און איך גיי נישט קאמפראמייזן אויף מיינע תאוות. און באריכטן מוז איך עס אויך ווייל דאס איז מיין פרנסה. אבער ווען קיינער זעט נישט ערלויב איך מיך צו ספקנ'ן צו אפשר זענען די גענוג און נאך אנדערע סייענטיסטן וואס האלטן נישט דערפון אדער וואס האלטן יא אבער זאגן אז ס'נישט ''מען מעיד'' צי אפשר איז רעכט מיט זיי. אבער אין פובליק בין איך פולי מיט דיר, האלא האסט א ציגארעטל? איך דאווען מער נישט מיט א גארטל
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

און אזוי ווי דער אנדערער האט געזאגט ''איי בעליוו אין גלאבעל ווארמינג, עספעשילי אין דע סאממער''....
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
פארשפארט