בלאט 1 פון 2

ברעיקינג!!! א אייניקל פונעם אור החיים הק' ?

נשלח: מאנטאג יוני 08, 2015 3:56 pm
דורך געוואלדיג
אין די אלטע ביה"ח אין נוי דזשערסי איז דא די מצבה... איז דאס סתם א טעות פון הבחור הזעצער?

נשלח: מאנטאג יוני 08, 2015 3:59 pm
דורך יואב
און זאל שוין זיין אז דער אייניקל ליגט אין ניו ג'ערסי. וואס איז יעצט?

נשלח: מאנטאג יוני 08, 2015 4:06 pm
דורך קאווע טרינקער
ספעציעל פאר די וואס קענען נישט פארן קיין ליזענסק רח"ל.
כי לא יטוש ה' עמו.

Re: ברעיקינג!!! א אייניקל פונעם אור החיים הק' ?

נשלח: מאנטאג יוני 08, 2015 4:19 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
כמיין די אור החיים הק' האט נישט געהאט קיין קינדער
פליז קאנפירם

Re: ברעיקינג!!! א אייניקל פונעם אור החיים הק' ?

נשלח: מאנטאג יוני 08, 2015 4:23 pm
דורך ווייס פרעזידענט
ניין ער האט טאקע נישט געהאט קיין קינדער

נשלח: מאנטאג יוני 08, 2015 5:03 pm
דורך שמעון וואלף
גרויסע מענטשעלע האט געשריבן:כמיין די אור החיים הק' האט נישט געהאט קיין קינדער
פליז קאנפירם


איך האב אויך אזוי געמיינט, ביז כ'האב געזעהן די מציבה

נשלח: מאנטאג יוני 08, 2015 5:43 pm
דורך קאך_לעפל
וואס האט איינס מיטן צווייטען?
דער הייליגער אור החיים הק האט נישט געהאט קיין קינדער דאס איז א מציאות:
דער רפאל עמרם זאל רוען אין ליכטיגען גן עדן איז טאקע אן אייניקל פינעם הייליגן אור החיים הק': דאס איז אויך א מציאות והא ריאה עס איז דא א בפירוש'ע מציבה!
והאיך יקיים דברי שניהם? עפעס שטימט דאך דא נישט?

קען דאס פארשטיין מיט א קירצע מעשה, דער מיטל בעלזער רב זי''ע האט געהאט א גבאי א גרויסער פערד, א בהמה ער איז געווען א ברעט וואס האט געוואקט אויף די צוויי פאדערשטע, און ער האט למעשה קיינמאהל נישט חתונה געהאט, האבן אים אמאהל די יושבים געפרעגט זאג, די ווילסט דען נישט האבן קיין משתין בקיר וואס זאל קדיש'ן נאך דיר? רופט זיך דער חכם אן, אוודאי וויל איך האבן א קדיש'על, פרעגן זיי אים דאן פארוואס האסטו נישט חתונה? זאגט ער ברוב חכמתו.. פארוואס דארף מען חתונה האבן צו האבן א קדיש'על, איך וועל אריין גיין צום רב זאל לעבן און ער וועט מיר געבן א ברכה און איך וועל האבן א קדיש'ל... ויהי לפלא....

צום ענין: מען שטעלט זיך אויף א ניסח המצבה און מען האט קישות... דער איינציגסטער הסבר וואס איז שייך איז: אז דער שרייבער אדער דער נפטר גאר זענען געווען וואקענדיגע קעלבער... וואס איז ייך צו האבן א קישה בכלל?

נשלח: מאנטאג יוני 08, 2015 5:45 pm
דורך מנחם אבראמאוויטש
דא א איד אין לעיקוואוד מיט אט דעם זעלבער נאמען. ווער עס האט די חוצפה אים צו רופען זאל מיר מודיע זיין אין אישי

נשלח: מאנטאג יוני 08, 2015 5:55 pm
דורך פלעין יודיש
א מציבה מיט א מגן דוד איז שוין נישט באגלייבט...

נשלח: מאנטאג יוני 08, 2015 6:14 pm
דורך מיימון
יעקב היה נצר למשפחה ספרדית אצילה של סופרים ומשכילים וחוקרי כתבי-הקודש, חוטר מגזע הרה"ג חיים בן-עטר בעל "אור החיים"

פון דא
www.izkor.gov.il/HalalKorot.aspx?id=8092

נשלח: מאנטאג יוני 08, 2015 6:16 pm
דורך מיימון
האם לאור החיים היו בנות?

forum.otzar.org/forums/viewtopic.php?f=7&t=8708

נשלח: מאנטאג יוני 08, 2015 6:33 pm
דורך מיימון
אין שו''ת לבושי מרדכי (איך מיין אין חלק אבהע''ז ערגעץ ) ברענגט ער א בריוו פון א ספרד'ישן גדול וואס שרייבט זיך אונטער נכד לבעל אור החיים

נשלח: מאנטאג יוני 08, 2015 6:44 pm
דורך [NAMELESS]
[justify][tag]קאך_לעפל[/tag] די מעשה פארציילט מען אויף יהושע בהמה, די ראפשיצע רב׳ס גבאי וואס איז באקאנט מיט זיין גרויס חכמה.[/justify]

נשלח: מאנטאג יוני 08, 2015 11:53 pm
דורך berlbalaguleh
קאווע טרינקער האט געשריבן:ספעציעל פאר די וואס קענען נישט פארן קיין ליזענסק רח"ל.
כי לא יטוש ה' עמו.

ס'גוט צו וויסן פאר ר' יונה לאנדא אדער רייכבערג טרעוול...!

נשלח: דינסטאג יוני 09, 2015 12:00 am
דורך berlbalaguleh
ווייס פרעזידענט האט געשריבן:ניין ער האט טאקע נישט געהאט קיין קינדער

ס'געווען אמאל א חכם וועלכער האט געזאגט אז ער הייסט יודל, אזוי ווי דער נודע ביהודה...זיין צווייטן נאמען און זיין שם הכינוי וויל איך נישט ארויסשרייבן ווייל א טייל פון עולם וועט זיכער וויסן וועם דער פסוק מיינט...!

נשלח: דינסטאג יוני 09, 2015 12:39 am
דורך שבת אחים
אפשר איז מעגליך אז ער איז א אייניקל פון א ברודער אדער א שוועסטער פונעם אוחה״ק זצ״ל און מ׳האט עס אביסלע פארדרייט צו בטעות
צו בדווקא, אדער קען עס זיין אזוי אמת ווי דער איד פון אמסטערדאם וואס קלעימט אז ער איז א זוהן פונעם לעצטן ליובאביטשער רבי זצ״ל וואס אגם וואונדער איך זיך וויאזוי ס׳קען שטימען מיטן מציאות ווען ער איז ניטאמאל ארויס פון קראונהייטס אין 1954? און ער איז נישט געוועהן אין אייראפּא יענע יאהרן בכלל?? ,און מ׳דארף נישט זיין גרויסער חכם צו כאַפּן אז די בילד וואס ער לייגט ארויס אויף זיין בלאג/בוך מיטן ליובאביטשער רבין איז איין שטיק פאָטא שאַפּ! איינער האט געליינט זיין בוך ?

נשלח: מיטוואך יוני 10, 2015 10:23 am
דורך דולה ומשקה
שבת אחים האט געשריבן:אפשר איז מעגליך אז ער איז א אייניקל פון א ברודער אדער א שוועסטער פונעם אוחה״ק זצ״ל און מ׳האט עס אביסלע פארדרייט צו בטעות
צו בדווקא, אדער קען עס זיין אזוי אמת ווי דער איד פון אמסטערדאם וואס קלעימט אז ער איז א זוהן פונעם לעצטן ליובאביטשער רבי זצ״ל וואס אגם וואונדער איך זיך וויאזוי ס׳קען שטימען מיטן מציאות ווען ער איז ניטאמאל ארויס פון קראונהייטס אין 1954? און ער איז נישט געוועהן אין אייראפּא יענע יאהרן בכלל?? ,און מ׳דארף נישט זיין גרויסער חכם צו כאַפּן אז די בילד וואס ער לייגט ארויס אויף זיין בלאג/בוך מיטן ליובאביטשער רבין איז איין שטיק פאָטא שאַפּ! איינער האט געליינט זיין בוך ?

נשלח: מיטוואך יוני 10, 2015 10:36 am
דורך דולה ומשקה
נאדיר עס ווארט א שמחה, דער ערשטע אוהר-אייניקעל פונעם רבי הרמ"ש מליובאוויטש זצ"ל...

נשלח: מיטוואך יוני 10, 2015 11:11 am
דורך שושן פורים
וואו איז דער מקור אז דער אור החיים האט נישט געהאט קיין קינדער?

נשלח: מיטוואך יוני 10, 2015 12:00 pm
דורך ציבעלע-קיגל
זאג נישט אויס פאר יונא לאנדא, ווייל מען גייט נאך ארענז'ירן מסע הק' צום אייניקל. מיט אפאר אינטערוויוס אויף קול מבשר

נשלח: זונטאג מאי 03, 2020 12:20 pm
דורך מיימון
שם הגדולים לחיד''א מהדורת קרענגיל

אבל בעצם הוא טעות כי היה חתן בנו של ר' חיים בן עטר הראשון אבי אביו של בעל אור החיים. ואולי הרבה מה''נכדים'' הנ''להתייחסו להראשון וכך עלתה הטעות?
https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A9%D7%9E%D7%95%D7%90%D7%9C_%D7%93%D7%99_%D7%90%D7%91%D7%99%D7%9C%D7%94

נשלח: זונטאג מאי 03, 2020 1:03 pm
דורך berlbalaguleh
שושן פורים האט געשריבן:וואו איז דער מקור אז דער אור החיים האט נישט געהאט קיין קינדער?

שושן פורים: ווייל ס'איז באוואוסט אז דער אוה"ח הק' האט נישט חתונה געהאט...! (היסטארישע קוועלער)...!

נשלח: זונטאג מאי 03, 2020 1:08 pm
דורך במדבר
berlbalaguleh האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:ספעציעל פאר די וואס קענען נישט פארן קיין ליזענסק רח"ל.
כי לא יטוש ה' עמו.

ס'גוט צו וויסן פאר ר' יונה לאנדא אדער רייכבערג טרעוול...!


וואס רעדסטו! זיי האבן עס גאר געשטעלט בשותפות: צוויי טויזענט דאלער פאר די שטיין, און אין אויסטויש האבן זיי א אימ-אויס-שעפ-בארע גאלד מינע. און ס'איז נאך זה נהנה וזה נהנה, אידען זעהן דארט אותת ומופתים, מ'פארדינט א פרישטאג צום יארצייט, אין נאך א קאלירפולע ספר מיט ''אינטערסאנטע מייסעס'' וועט אנפילן דעם ''ידען'ס'' רייכע ספרים קאלעקציע.