אויב ווערן די באן און קאר באטראכט אלס די וואס האבן איבערגענומען דער ארט פונעם פערד און וואגן, קען מען מיט רעכט זאגן אז דער בייק האט איבער גענומען דעם פערד אליין. וואס כאטש דער בייק פארשפארט נישט קיין מענטשליכער ענערדזשי ווי א פערד, ריפלעיסט עס אבער דעם פערד מיט זיין לייכטקייט, און פראקטישקייט, און שטייגט איר איבער דערמיט.
ספעציעל אין א שטאט ווי דער קאר קען רוב מאל נישט פארן צו שנעל בעת דער בייק קען זיך לייכט באוועגן, קען מען די ביידע זיכער צו גלייכן צו ריטערישע פערד כלפי פערד און וואגן. און די מעלות וואס א ריטערישע פערד האט כלפי א וואגן פערד, זענען מער ווייניגער די מעלות וואס א בייסיק האט כלפי א קאר אין שטאט.
און דאס איז די סיבה פארוואס דער בייק איז כמעט נישט קיין ווייניגער פאפולערער טראנספאטאציע מיטל אין א סך מאדערנע ווי א קאר אוו באן.
איז לאמיר זיך אפשטעלן און זען וואס עס זענען די מעלות פון א בייסיק קלפי א קאר:
אזוי ווי רייטן אויף א פערד איז דער בייק אויך אין א געוויסער זין "העלדיש" און קול, עס איז געזונט פיזיש און גייסטיש.
עס באוועגט זיך לייכט, עס איז לייכט צו פארקן, און נעמט סעקונדעס דאס צו אקטיוויזירן.
אפילו דער טייערסטע בייק איז שפאט ביליג כלפי א קאר.
טאמער איז די רעדע כלפי א.פאבליק טרענספאטעישן ווי א באס וכד' איז די מעלה פון א בייק פשוט, אז מען איז אומאפהענגוג צו קיינעם.
ווי פריער דערמאנט, איז דער בייק א גאר פאפולערער טראנספאטאציע מיטל אין פארשידענע גרויסע שטעט, ווי אין דער ווייטער מזרח, צוליב די ארימקייט, אדער אומגעהוירע טרעפיק. און אין יוראפ ווי עס איז סתם אזוי איינערקענט געווארן אלס חשובער טראנספאטאציע מיטל.
דאס איז דער ווארשיינליכער סיבה פארוואס אין אנטווערפן בעלגיע, איז דער בייק זייער אנגענומען אפילו ביים חסידישן ציבור (אויסער רביש אייניקלעך פארשטייט זיך).
פארהאן שטעט ווי דער בייק איז נישט אזוי פאפולער אלס טראנספאטאציע מיטל, אזוי ווי אין ניו יארק, ירושלים, וכד' אבער דאך איז עס נישט קיין אפגעפרעגטע זאך ביי די אלגעמיינע באפעלקערונג.
די סיבה פארוואס עס איז נישט אזוי פרפולער אין די שטעט, איז אדער צוליב די בערגיגקייט אדער צוליב אנדערע פראקטישע אדער גאר קולטוריאלע סיבות.
דער צוויי פיסיגער פערד, דער בייק
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
דער צוויי פיסיגער פערד, דער בייק
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
ווי געזאגט, כאטש וואס אין די דערמאנטע שטעט, ווי ניומיארק מאנטרעאל, בני ברק ירטשלים וכד' זענען די בייק'ס נישט דער קלאסישער טראנפאטאציע, איז עס אבער נישט קיין טאבו אוו אומאנגענומענער זאך. און צענדליגער טויזנטער אין די דערמאנטע שטעט פאר וועמען עס קומט אויס בעסער מאיזה סיבה א בייק, ניצן עס פאר טאג טעגליכע טראנפאטאציע.
ביי די היימישע עולם איז שוין אבער אנדערש, וויבאלד עס איז נישטמדער קלאסישער טראנפאטאציע וויהיקל,איז עס נישט אריין אינעם היימישן סיסטעם, און כידוע אז ביים היימישן עולם טוט מען נישט קיין זאכן אליין, איז דעריבער גאר זעלטן צו זען א יונגערמאן אין למשל ברוקלין אויף א בייק רעגלמעסיג. כאטש טויזנטער אין די געמיינדעס וואאלטן זיך באמת מחיה געווען מיט א בייק, מיט וואס צו גיין אין שול, באנק, אדער איינקויפן וכו' און מען רעדט דא אפילו פון די וואס פארמאגן א קאר, ווייל ווי אויבן דערמאנט איז א בייק א סך פראקטישער, הענדי, און ביליגער. און ווי אויך איז עס א געלעגנהייט צו מאכן עקסערסייז.
מיט א צייט צוריק האט עמיצער געעפנט אן אשכול איבער די וויליאמסבורג באראפארקער באסעס, און זיך באקלאגט אויף זייער שלעכטער סערוויס. איך האב דאן געטראכט, אז ווען דער עולם ניצט ווען בייק'ס, וואלט געווען אין פלאץ צו עצה'ן דעם עולם צו מאכן דעם ווועג פון באראפארק וויליאמסבורג מיטן בייק, וואס דארף צו נעמען דורך שניטליך 45 מינוט אן קיין איבריגע מיה, ווייל דער וועג איז פלאך. דאס וואלט געקענט אויסגעפירט ווערן דורך כאטש א פערטל פון די באס באניצער (רובא דרובא מענער פון צווישן די פופצן און זעכציג), און א גרויסער טייל פון יאר (חוץ ווען עס איז שטארק קאלט אדער רעגנדיג).
דאס זעלבע איז אין אנדערע שטעט, צווישן איין געגנט אין אנדערן, וואס אנשטאט צו גיין אין באסעס אדער טאקסי אדער גאר ווארטן אויף טובות פון דרייווערס, אויב פארט מען אליין'ס אן קיין איבריגע געפעק, קען מען עס גאנץ גרינג מאכן און אין איינוועגס זיך אויסלופטערן און מאכןמעקסערסייז. און פאר די וואס ווילן זיך נישט איבערמיטשענען ביי א בערגל ארויף, איז שוין דא היינט צו באקומען בייגס מיט א שטיקל מאטאר וואס העלפט צו ביים ארויף פארן.
דער פראבלעם איז אבער פעיר פרעשור, און אז עס גייט שוין יא אריין אין קאפ דער געדאנק און אז מען האט שויו די דרייסטקייט דאס אויסצופירן, קומען אריין די מאמע באבע מומע שוויגער אדער ווייב אדער אלע צו זאמען גאר, און מאכן שפטים, און אמאל אפעקטיווע. דעריבער איז שווער צו זאגן פונקטליך וויאזוי צו נעמען די שריט און עס אויספירן. אבער אזוי פיל וויל איך יא, אז ווער עס איז מחליט יא צו ניצן א בייק טעגליך און אביסל פאר מרחקים, זאל האבן אביסל הינטס און טיפס וויאזוי דא צו באניצן.
איך וועל געבן אביסל פון וואס איך ווייס, און אנדערע וואס האבן אן אהנונג איבער בייקס זענען אויך מכובד צוצילייגן, ספעציעל איבער גוטע בייק סערוויסעס און סטארס אין די היימישע שטעט ברחבי עולם.

- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
Re: דער צוויי פיסיגער פערד, דער בייק
אונז זעמיר בעסערע מענטשען מכובעדיגע מענטשען דוכט זיך אפי׳ ביי די גוים פארן נישט קיין ביציקלעך.
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
געווען דא אמאל א ניק וואס האט העפטיג קאמפיינט פאר בייקס, אונטערן סלאגאן "חסידים פאר בייקס". זעט נישט אויס אז ס'האט זיך אים אויסגעארבעט.
viewtopic.php?f=24&t=3903&start=200
viewtopic.php?f=24&t=3903&start=200
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
א דאנק אייך פאר דעם לינק. איך האב נישט געוויסט אז מען האט שוין אמאל אזוימאקטיוו געארבעט לטובת הבייק'ס בקרב תושבי וויליאמסבורג, וכל הכבוד פאר דער וואס האט העפטיג געארבעט דערפאר.
אבער מיין ציל מיט דעם אשכול איז נישט דוקא צו ברעכן די טאבו, (כאטש איך וואלט געקענט באשטיין אז עס זאל געשען,) און זיכער נישט צו שאפן א ספארטיווע בייק געזעלשאפט, און איך מיין לאו דוקא וויליאמסבורג. מיין ציל איז בלויז אז ווער עס האט אפגעמאכט יא צו ניצן רעגלמעסיג א בייק אלס טראנספיטאציע, זאל האבן פראקטישע אנווייזונגען און אינקורידזשמענט.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום moshav zekeinim, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
צום אלעם ערשטן דארף מען
זיין געווארנט צו דרייוון פארזיכטיג אויפן בייק. קיין אפעציעלע געזעצן זענען נישטא פאר א בייק רייטער, אבער עס איז זעלבס פארשטענדליך אז עס איז נויטיג צו וויסן געוויסע אנווייזונגען כדי צו פארמיידן פאטאליטעטן. נאך אלעם זענעןמבייק עקסידענטן א נישט גאר זעלטענע ערשיינונג, און עס איז דעריבער קריטיש וויכטוג ספעציעל פאר מתחילים צו וויסן וויאזוי צו רייטן פארזיכטיג.
קודם כל מאכט זיכער אז די ברעיקס ארבעטן ווי עס דארף צו זיין. און בכלל זייט בודק דעם בייק, ספעציעל די פעדלס מיט די געיר רעמוווער צו עס פארהאנקעט זיך נישט ביים פארן איבערהויפט ביי שיפטען דעם געיר.
איך קען נישט די אויסשטעל און געזעצן פון יעדער שטאט, אבער איך מיין אז געווענליך דארט ווי עס איז נישטא קיין בייק לעין איז די געראטנסטע צו פארן אויף די ראוט מיט די קארס, ביי די זייט נאנט צום סייט וואלק. אבער גיט אכטונג נישט אריין צוקראצן אין די געפארקטע קארס.
און דאס דארף אויפגעברענגט ווערן נאך א וויכטיגע הערה. אז היות עס קענען אונטער קומען סורפרייזעס אין וועג דארף מען שטענדיג וויסן, לבחור את הרע במעוטו. נעמליך, אז טאמער זענט איר אין א סכנה פון אן אנדער קאר וכדומה, זאלט איר אויסקלויבן ענדעשער א מהלך וואס וואס וועט שעדיגן דעם בייק אדער אנדערע שאדן אדער ווייטוג ווי איידער אריין צוקראכן אין א קאר חלילה. אזוי אויך, לייג דיר נישט אריין אין קיין סכנה אויב עפעס פאלט אראפ פונעם בייק. דאס איז א בליץ שנעלע החלטה אזוי ווי א קאר דרייווער דארף צו מאל מאכן, און יעדער זאל אליין פארשטיין ווען צו ניצן דעם כלל. ערום יעשה בדעת.
כאטש עס וואלט געווען מער פאסיג פאר א היימישער אינגערמאן צו פארן מיטן הוט אין רעקל, וואלט איך אבער געראטן אז אויף לאנגע שטרעקעס צ.ב.ש. פון בארא םארק קיין וויליאמסבורג, זאל מען אנטאן א העלמוט. מען קען מיטנעמען דעם הוט מיטן באקס (מען דארף דאך עס סייווי האבן וטען מען קומט אן) אין עס לייגן אויפן קעריער פונעם בייק (אויב עס האט) און העכסטנס ביים אנקומען אינעם היימישן געגנט קען מען עס אנטון.
ווען מען פארט ביינאכט דארף מען זיכער מאכן צו אנטאן א רעפלעקטער דזשעקעט, און ווי ביים הוט, קען מען עס טוישן אינעם היימישן געגנט. אויך זאל דער בייק זעלבסט פארמאגן א ריפלעקטער.
מען קען פראבירן צו ספידן אבער מיט אחריות, און זיך גוט ארומקוקן פארן קראסן א גאס. און אודאי נישט מאכן קיין חכמות מיטן טרייען צו איבערספידן א קאר. פארט איידל און פארזיכטוג, און ספיד ווען דער מצב ארום ערלויבט.
קיין טעלעפאן איז נישט כדי צו ניצן אויפן וועג. עס קען זיין סכנת נפשות ממש, לעשט אויס דעם פאון די קארצע צייט. א בלוטוט איז אפשר נישט אזוי געפערליך אבער נאר בשעת הדחק.