בלאט 1 פון 2
וואלאבאט פלאשינג שערוריה
נשלח: מאנטאג יוני 08, 2015 5:38 pm
דורך פליקער
עס גייט ארים א פלאן צי טוישן די גאסן ביי וואלאבט צי איין וועי פון צוויי וועיגן, אויך אויף פלאשינג עוועניו אראפ נעמען פילע פארקינג פלעצער, און מאכן נא סטענדינג פון 7 ביז 7 נאר פאר טראקס
די שערוריה האט זיך גענימען צי די אלע וואס האבן ר"ל די כלי און דארטן פליען אריבער ווואויס נאט'ס, יעדער וואס האט עפעס צי זאגן פלעכט אריין א מעסעדש
איך זעי נישט קיין אשכול דערויף וועל איך זיך באגעניגן מיט ארויף לייגן דא די פראפאזעל וואס די DOT האט פראפאזד פאר די קאמיאניטי בארד, און לאמיר דא הערן וואס דער עולם האלט איבער די ענין
דא האט איר
די לינק
נשלח: מאנטאג יוני 08, 2015 6:02 pm
דורך פליקער
ברעיקינג: די בארד מיטינג וועיגן די וואלאבאט סטריט פראפאזעל איז געווארן געקענסעלד,
דאס איז טייטש אז מען גייט מארגן נישט רעדן וועיגן די ענין.
יעדער קין ציריק לייגן די שווערדן צים שיידל
נשלח: מאנטאג יוני 08, 2015 6:04 pm
דורך ברסלבער
איך מיין אז ווער עס דרייט זיך אדער וואוינט אויף דעם גאס האט נישט קיין ספק אז עפעס דראסטיש מוז דארט געטון ווערן. ס'איז סכנת נפשות במלוא מובן המלה.
Re: וואלאבאט פלאשינג שערוריה
נשלח: מאנטאג יוני 08, 2015 6:18 pm
דורך [NAMELESS]
/
Re: וואלאבאט פלאשינג שערוריה
נשלח: מאנטאג יוני 08, 2015 6:38 pm
דורך וויל קענען
ברסלבער האט געשריבן:איך מיין אז ווער עס דרייט זיך אדער וואוינט אויף דעם גאס האט נישט קיין ספק אז עפעס דראסטיש מוז דארט געטון ווערן. ס'איז סכנת נפשות במלוא מובן המלה.
גערעכט, אבער טרעפיק איז אויך נישט קיין פשוטע עסק די טרעפיק איז שוין אזוי אויכט נישט נארמאל עס קוקט נישט אויס אז מ׳גייט קענען פארן אויף פלאשינג נאכדעם חוץ אז מ׳וועט אראפ נעמען די פארקינג ס׳זאל באקומען נאך א לעין און נאכדעם קומט אריין די שאלה ווי וועט מען זיך פארקען די צרה איז שוין גענוג גרויס אזוי אויכעט סוף פסוק ס׳איז א גלגל החוזר וואס האט נישט קיין געהעריגע עצה נאר מ׳דארף דן זיין וועלעכע פון די דריי איז די וויכטיגסטע (זאל ביטע אהער קומען א גיטע שרייבער אין עס מסביר זיין דאס איז א ריסקריפשן פון די נושא)
נשלח: מאנטאג יוני 08, 2015 7:53 pm
דורך שמעקעדיג
עס איז א משוגעת אז פלאשינג זאל ליידן צוליב וואלאבאוט. עס וואוינען דארט אסאך אידן, אין היבש הויכע בנינים, וועלכע דארפן פארקינג. ואלו הצאן מה חטאו.
חברה לאמיר אפפוצן פון דעם עיר הנדחת.
הטרם תדע כי אבדה וויליפעסט.
נשלח: מאנטאג יוני 08, 2015 8:05 pm
דורך [NAMELESS]
אלס דעם אויס קען פלאשינג אויך ווערן טיילווייז א וואן וועי דוגמת בעדפארד
נשלח: מאנטאג יוני 08, 2015 8:13 pm
דורך שמעון וואלף
כ'פארשטיי נישט, פארוואס זאל מען נישט אוועק נעמען פארקינג פון וואלעבאט און אפלאזן פלאשינג?
נשלח: מאנטאג יוני 08, 2015 8:17 pm
דורך [NAMELESS]
מען קען נישט מאכן עפעס א לשיטתיה ארונים זלונים?
נשלח: מאנטאג יוני 08, 2015 8:48 pm
דורך פידלער
ראשעקאל האט געשריבן:/
"[left]and look at other ways to
elevate the traffic issues..." Wow, this company's gotta find a decent secretary![/left]
נשלח: מאנטאג יוני 08, 2015 10:28 pm
דורך berlbalaguleh
פידלער האט געשריבן:ראשעקאל האט געשריבן:/
"[left]and look at other ways to
elevate the traffic issues..." Wow, this company's gotta find a decent secretary![/left]
The secretary in that office is just as knowledgeable and fluent in the English language as is her boss...

נשלח: מאנטאג יוני 08, 2015 10:29 pm
דורך petergrifin
alleviate?
נשלח: מאנטאג יוני 08, 2015 10:31 pm
דורך berlbalaguleh
petergrifin האט געשריבן:alleviate?
זיכער...נו וואדען...!
Re: וואלאבאט פלאשינג שערוריה
נשלח: מאנטאג יוני 08, 2015 10:37 pm
דורך וויל קענען
שמעקעדיג האט געשריבן:עס איז א משוגעת אז פלאשינג זאל ליידן צוליב וואלאבאוט. עס וואוינען דארט אסאך אידן, אין היבש הויכע בנינים, וועלכע דארפן פארקינג. ואלו הצאן מה חטאו.
חברה לאמיר אפפוצן פון דעם עיר הנדחת.
הטרם תדע כי אבדה וויליפעסט.
עמעזאן האט געשריבן:אלס דעם אויס קען פלאשינג אויך ווערן טיילווייז א וואן וועי דוגמת בעדפארד
שמעון וואלף האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט, פארוואס זאל מען נישט אוועק נעמען פארקינג פון וואלעבאט און אפלאזן פלאשינג?
ס׳קוקט אויס אז ענק וואוינען אויף פלאשינג איז דארט דא א קאווע שטיבעל?
ווער איז מיסטער פלאשינג וואס גייט נעביך אום–בארעכטיגערהייט ליידן פון מיסטער וואלעבאט
ערעב עמעזאן ס׳קוקט אויס אז די האסט נישט גע׳אפגרעט דיין מעפ פלאשינג איז נישט איין גאס עס איז א לאנגע טאו וועי פארשטאנטא
נשלח: מאנטאג יוני 08, 2015 11:04 pm
דורך שמעון וואלף
איך זעה די קוואטסט מיין שאלה. דארף דיין תגובה זיין אן ענטפער דערויף?
Re: וואלאבאט פלאשינג שערוריה
נשלח: דינסטאג יוני 09, 2015 5:56 am
דורך וויל קענען
שמעון וואלף האט געשריבן:איך זעה די קוואטסט מיין שאלה. דארף דיין תגובה זיין אן ענטפער דערויף?
די שאלה איז קיין שאלה ניקס
וואלעבאט איז א שמאלע געדרייטע גאס מיט זייער אסאך איינוואוינער אין פיסגייער אין אפי׳מ׳זאל נישט פארקן דארט וועט עס נישט העלפען גארנישט חוץ אז מ׳נעמט אראפ ביידע זייטן פארקינג וועט עס העלפן אביסל אבער נאך אלטס נישט ווי טראגן די טרעפיק צו פלאשינג אין אראפ נעמען איין זייט פארקינג אין היות פלאשינג אין וואלעבאט זענען נישט קיין צוויי באזונדערע שטעט איז נישט שייך אזא מין טענה ווערטער וואלעבאט זאל פלאשינג ליידן אויב דאס איז א בעסערע אפשן עס איז א צווייטע איבר נישט א צווייטע מענטש וזו היתה כוונתי מקודם כ׳האב נאר געמיינט אז ס׳איז די ברמיזה
נשלח: דינסטאג יוני 09, 2015 7:11 am
דורך ציבעלע-קיגל
ווער געדענקט ווען 13'טע און 14'טע עוועניו אין בורו פרק זענען געווען 2 וועי?
ווען מען האט דאס געטוישט האט מען אויך געמאכט א ויצעקו, מיט די זעלבע נערישע טענות. אוי מענשען וואונען דארט, מענטשען ארבעטען דארט, עס וועט שאטטען די ביזנעס, אנדערע גאסען וועלען ליידען, און נאך שטותים. אפי' דער בורו פרק באס האט זיך דעמאלס אויך אנגערופען.
און מיט דעם אלעם האט זיך דער עולם צוגעוואוינט דערצו. און עס איז אפי' אסאך בעסער אזוי.
דא אויך, וויליאמסבוארג וועט זיך מוזן צוגעוואוינען. אויב נישט וועט ארויסשיקען צימערמאן שרייען גיוואאאאאלד פוווווווי. אפשר אויב ער וואלט דענסמאהל געוועהן אין בורו פרק וואלט מען עס נישט געטוישט
נשלח: דינסטאג יוני 09, 2015 7:45 am
דורך נאה דורש
איך פאר דארט אריבער יעדן טאג און נישט וואלובאוט איז די פראבלעם. פלאשינג איז די פראבלעם. די טרעפיק איז נישט נארמאל. אויב זיי מאכן סיי וואלובאוט און סיי פלאשינג פאר א 1 way גייט עס העלפן גאר אסאך און בעסער מאכן די טרעפיק.
זיי ווילן אויך עפענען union צו מארסי אז מען זאל קענען אנקומען צו פלאשינג פון union. דאס איז אויך א גרויסע מעלה און וועט העלפן די טרעפיק. איך האף אז די טוישונגען זאלן געשען וואס פריער
נשלח: דינסטאג יוני 09, 2015 7:59 am
דורך שמעון וואלף
וויל קענען האט געשריבן:שמעון וואלף האט געשריבן:איך זעה די קוואטסט מיין שאלה. דארף דיין תגובה זיין אן ענטפער דערויף?
די שאלה איז קיין שאלה ניקס
וואלעבאט איז א שמאלע געדרייטע גאס מיט זייער אסאך איינוואוינער אין פיסגייער אין אפי׳מ׳זאל נישט פארקן דארט וועט עס נישט העלפען גארנישט חוץ אז מ׳נעמט אראפ ביידע זייטן פארקינג וועט עס העלפן אביסל אבער נאך אלטס נישט ווי טראגן די טרעפיק צו פלאשינג אין אראפ נעמען איין זייט פארקינג אין היות פלאשינג אין וואלעבאט זענען נישט קיין צוויי באזונדערע שטעט איז נישט שייך אזא מין טענה ווערטער וואלעבאט זאל פלאשינג ליידן אויב דאס איז א בעסערע אפשן עס איז א צווייטע איבר נישט א צווייטע מענטש וזו היתה כוונתי מקודם כ׳האב נאר געמיינט אז ס׳איז די ברמיזה
א שמאלע געדרייטע גאס? אפשר צייכענסטי אן ווי עס גייט געדרייט
אין לגבי שמאלקייט, איה"נ ווען מ'פארקט אויף ביידע זייטן איז עס טאקע שמאל אבער טאמער נעמט מען אוועק פארקינג פון איין זייט וועט זיין זייער באקוועם דורך צו פארן און אפילו מיט דאבל פארקט קארס וועט אויך נישט זיין געפערליך
Re: וואלאבאט פלאשינג שערוריה
נשלח: דינסטאג יוני 09, 2015 8:23 am
דורך וויל קענען
שמעון וואלף האט געשריבן:וויל קענען האט געשריבן:שמעון וואלף האט געשריבן:איך זעה די קו
א שמאלע געדרייטע גאס? אפשר צייכענסטי אן ווי עס גייט געדרייט
אין לגבי שמאלקייט, איה"נ ווען מ'פארקט אויף ביידע זייטן איז עס טאקע שמאל אבער טאמער נעמט מען אוועק פארקינג פון איין זייט וועט זיין זייער באקוועם דורך צו פארן און אפילו מיט דאבל פארקט קארס וועט אויך נישט זיין געפערליך
איך פארשטיי נישט צו מעפס כ״ש ווען ס׳האט א געלע ליין אויף עס אבער יעדער וואס איז שוין אמאל אריבער געפארן די גאס ווייסט אז אביסל אריין פון קאר. לי און אביסל אריין פון קאר. Bedford איז זייער געדרייט און יעדער וואס פארט נאר דארט אריבער קען פארציילן ווי שווער עס איז אדורך צו פארן ווען עס קומט א קאר פון די אנדערע זייט ומכ״ש א טראק–באס איך דרייוו אסאך מאל א טראק מיין נשמה פליט כמעט ארויס ווען ס׳קומט א באס פון די צווייטע זייט אין אפגערעדט ווען מענטשען געבן א וואקס ארויס פון צווישן צוויי קארס וואס מאכט זיך זייער אפט ווייל עס איז א לאנגע בלאק וואס פלאשינג האט שוין נישט ווייל ס׳האט שוין אפאר לייטס אינצווישן
יעצט טראכט איך שוין אז די וואוינסט נישט דארט אין געגענט ווייל אז יא וואלט אלע הסברים געווען איבעריג
Re: וואלאבאט פלאשינג שערוריה
נשלח: דינסטאג יוני 09, 2015 8:34 am
דורך וויל קענען
עפענען union איז זייער וויכטיג אז מ׳קומט פון מארסי אין מ׳וויל גיין צו פלאשינג אדער פארק דארף מען זיך דרייען און דרייען ווי א שיכור אין די ביזי גאסן וואס בדרך אגב ווילאמסבורג איז מלומד אין דעם כידוע ליודעים די ערשטע מאל וואס כ׳האב אריין געדרייוו׳ט קיין ווילאמסבורג האב איך מיך נישט געקענט אן עצה געבען אנצוקומען פון ווייט קיפ צו די ברכה סימא–פרדס זאל
נשלח: מיטוואך יולי 29, 2015 11:51 pm
דורך רויטע וואנצעס

א פרודוקציע דורך אייוועלטליסטן.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=XXhb258SlGI[/youtube]
נשלח: דאנערשטאג יולי 30, 2015 12:00 am
דורך פוחת ועומד
איין ווארט, חחחחחחחחחחחחחחחחח!!!!!