שלום עליכם, איך
נשלח: מאנטאג יוני 08, 2015 6:29 pm
פון וואס באשטייט א מענטש? ווער איז ער? פון וואס באשטייט זיין וועזן? דער מענטש איז נישט דער קערפער אין וועלכן ער וואוינט – וואס איז מער אזא דירה אין וועלכער ער האלט זיך צייטווייליג אויף. ווען עמיצער ווערט געשעדיגט, זעט ער זיך נישט ווי א צעקליעטשעטער "איך", נאר ס'איז מער דומה צו א שטוב אין דער דירה וואס איז געשעדיגט געווארן און דארף פארראכטן ווערן. אויב עמיצער (אויף קיינעם געוואונטשן) פארלירט אן אבר, ווערט ער, דער מענטש, נישט דערמיט מינימיזירט. זיין חשיבות ווערט אפשר געשעדיגט; ער איז מער באגרעניצט ווי פריער און עס זענען פאראן אויפגאבעס וואס ער וועט יעצט נישט קענען דורכפירן. זיין "איך", ווער ער איז, בלייבט אומבארירט. ער, דער גאנצער ער, בלייבט באדויערן זיין פארלוסט – אז ס'איז פון "אים" אוועקגעקומען יענער ספעציפישער גליד.
שוין אפגערעדט פון די קליידער, וואס איז א דבר מובן מאליו האט נישט קיין שום שייכות צום מענטש'ס וועזן. יא, אין דער געזעלשאפט מאכן די קליידער א סך אויס. עס דערציילט וועגן דעם מענטש'ס אספיראציעס, ווי ער וויל געזען ווערן דורך אנדערע; די קליידער קענען דערציילן אביסל וועגן דעם מענטש'ס שטאנד אין דער געזעלשאפט. אבער, טוט אים אפילו אויס נאקעט, ווערט זיין "מענטשליכקייט" נישט בארירט אויף קיין האר.
דאס זעלבע איז מיט דער סביבה, ארבעט, פאך, און אלע אנדערע צוגעהערן און אטריבוטן פון יעדן יחיד. אלעס מאכט אויס, אלעס דערציילט עפעס וועגן דעם מענטש; קיינע פון די זאכן רירן אבער נישט אן דעם עצם עצמיות פונעם מענטש.
וואס דער מענטש איז יא, ווייס איך נישט. אפילו נאך דעם וואס מיר וועלן מסכים זיין אז דער עצם נקודת המענטש איז זיין נשמה, זענען מיר נאר אויף אזויפיל קלוגער אז מיר קענען שוין רעדן וועגן דעם פינטעלע "איך". מיר האבן דאס געהיימניס געגעבן א טיטל, "נשמה"; יעצט קענען מיר זיך שוין צונויפשמועסן וועגן דער אבסטראקטער "זאך": יעדעס מאל דו וועסט זאגן "נשמה", וועל איך וויסן אז דו רעדסט וועגן דער נקודת המענטש וואס מיר באגרייפן נישט, אבער וועגן וועלכער מיר האבן פארט חשק צו כאפן א שטיקל שמועס.
דאס, אז די אלע זאכן וואס מיר שרייבן צו און טיילן צו צום מענטש, זענען נישט מער ווי צוטשעפענישן און צונעמענישן, זעען מיר קלאר אין ווירקליכן לעבן. ווען די אומשטענדן פון א מענטש טוישן זיך, ווער רעדט נאך ווען דאס געשעט פלוצלינג, קען ער צעשאקלט ווערן. זיין "איך" וועט כאפן א טרייסל, אבער פריער צי שפעטער וועלן זאכן זיך זעצן און ער וועט "קומען צו זיך"; ער וועט זיך צוריק טרעפן און זיך ווייטער זען ווי דעם זעלבן מענטש ווי פריער – הגם אפשר מיט עטליכע שינויים אין זיין אויפפירונג און אויסקוק אויף דער וועלט און לעבן.
אויף א קלענערן אופן איז דאס זעלבע אמת מיט קליידער. אויב א מענטש זאל זיך אויפאמאל בייטן די בגדים צו אזעלכע וואס זענען דראסטיש אנדערש ווי די וועלכע ער טראגט געווענליך, וועט זיך עס איך-שהוא אפרופן אויף אים. פאראן אזעלכע ביי וועמען די קליידער טראגן א גענוג וויכטיגע משמעות, אז טוישן דעם לבוש וועט אים אריינפירן אין אן אנדערן מהות. יעדער פארשטייט אבער אז דאס זענען געקינלצטע זאכן, און דעם מענטש'ס מהות – דער אמת ווער און וואס ער איז – טוישט זיך נישט אינאיינעם מיט דעם בייט אינעם אוניפארם.
אפילו פארלירן א גליד, אדער א חלק פונעם גוף, טוישט נישט דעם מענטש. דער באטרעפנדער פון אזא אומגליק וועט זיין נייעם מצב אויפנעמען לויט זיינע מידות און תכונת הנפש, אבער קיין וועזנטליכער שינוי אין זיין איך וועט נישט אריינטרעטן מיט דער אפוועזנהייט פון א קערפער-טייל. פאראן אזעלכע וואס וועלן נאכ'ן טיילווייז פאראליזירט ווערן אלס תוצאה פון א סטראוק אריינפאלן אין א דעפרעסיע. אבער מרה שחורה איז אן אייגנשאפט, נישט קיין אפצווייג פונעם עצם איך. דער זעלבער מענטש קען, אויב וויל ער דווקא, זיך אריינפירן אין דעם זעלבן דעפרעסיוון צושטאנד ווען ער איז געזונט און שטארק. דאס הייסט אז פאראליזירט ווערן האט נישט געפירט צו קיין וועזנטליכן שינוי אין דער סטרוקטור פון זיין איך.
אונטערשטע שורה: מיר באשטייען נישט פון די אלע זאכן וואס מיר באטראכטן ווי אפצווייגן פונעם עצם ישות. כמעט אלעס, אויב נישט ממש אלעס, אינעם לעבן זענען צופעליגע צוטשעפענישן מיט א דירעקטן אדער אומדירעקטן שייכות מיט אונזער לעבן. שייכות און א קשר צו אונז האבן זיי – משפחה, חברים, פאך, האביס, מחשבות, מעשים, אקטיוויטעטן – צו אונז; אבער טייל פון אונזער וועזן זענען זיי בהחלט נישט.
איז, ווער זענען מיר יא? די שאלה האט נישט קיין תשובה וואס פאסט אריין אין ווערטער. זי ציפט אבער בגדול און מיר פרובירן די פראגע אויסמיידן פאר יעדן פרייז. דערפאר האבן מיר מורא צו בלייבן אליין מיט די מחשבות. מיר האלטן זיך פארנומען לשם זיך האלטן פארנומען און מיר טוען אלעס אויף דער וועלט זיך צו צעשטרייען, צו האלטן דעם קאפ און הארץ באשעפטיגט. אויב וועט דער מוח און הארץ בלייבן פריי, אן גארנישט צו טראכטן און פילן, וועט דאס פארווארפן פינטעלע "איך" נעמען דאס ווארט און מאנען דאס זייניגע... ער, דער איך, וועט בעצם גארנישט זאגן; אבער זיין בלויזע אנוועזנהייט איז גענוג צו מאכן דעם מענטש נערוועז און אומרואיג.
די וועלט איז אזוי באשאפן געווארן מיט גענוג געלעגנהייטן און מיטלען צו טאן גענוי דאס: זיך צעשטרייען און האלטן פארנומען אזוי ווייט און ברייט ווי ס'גליסט זיך נאר. היינט, מיט'ן אינטערנעט, קען א מענטש זיך האלטן פארנומען דעם קאפ, הארץ און הרגשים אזוי לאנג און טיף ווי ס'וויל זיך אים נאר. מיר האבן גענוג וואו צו קוקן און גיין אז אינעווייניג זאל נישט זיין שטיל אפילו אויף א רגע.
עס קומט אבער א צייט ווען דער מענטש פארלירט אלע מעגליכקייטן פון אוועקקוקן און אוועקטראכטן. מען פארלירט דאס הויז, דעם דזשאב, די פארוויילונגען, די משפחה, חברים, די קליידער, און אפילו דעם קערפער. ניטאמאל קיין כפל'דיגע חשבונות און פאנטאזיעס קומען נישט מיט. אנשטאט די אלע זאכן בלייבט מען איבער בלויז מיט'ן אייגענעם איך. אלעס וואס קען אוועקנעמען דעם פאקוס פון זיך אליין בלייבט פון הינטן. דער מענטש איז דעמאלט געצוואונגען זיך צו קוקן אין פנים, זיך צו באקענען מיט זיך אליין. נישטא עפעס אנדערש אויסער איך קעגן אן ענדלאזן הינטערגרונט פון גאלע גארנישט.
ס'וואלט געווען א גרויסער שאד אויב מיר זאלן הערשט דעמאלט מאכן דעם ערשטן קאנטאקט מיט זיך אליין. דער עצם פאקט וואס מיר לויפן אזוי אוועק פון דעם מאמענט, זאגט אונז אז ס'איז דווקא כדאי צו כאפן און בליק און זען פון וואס מיר האבן אזוי מורא. אויב מיר וועלן זיך באקענען מיט זיך און זיך אויסלערנען פארשטיין ווער מיר זענען און וואס מיר ווילן, וועט אונז זיין גרינגער צו לעבן מיט זיך אליין דעמאלט ווען עפעס אנדערש וועט נישט זיין בנמצא.