בלאט 1 פון 1

ער האט מיט די נערווען!!!

נשלח: מאנטאג יוני 08, 2015 11:55 pm
דורך moshav zekeinim
פון קינדווייז אן האב איך געוואוסט אז עס זענען דא מענטשן וואס זעען אויס נארמאל, אבער באמת זענען זיי משוגע, דאס זענען מענטשן וואס האבן מיט די נערוון...

די מענטשן - האב איך געוויסט- קענען זיין זייער קלוג און טאלאנטפול, אבער דער באהאלטענע קללה גייט נישט אוועק פון זיי, זיי האבן מיט די נערוון.

ווען א מענטש האט זיך פלוצלינג צו'כעס'עוועט און געמאכט א חוסר עונים'דיגער טענטראם איז דער תירוץ געווען נערוון. א מענטש וואס קומט נישט צווישן היימישן עולם ווי דאווענען וכד' אדער דערהייבט נישט א געוויסער ווירטשאפט, נערוון. און וכו' וכו' ביי פילע אנדערע סיטועישנס וואס האט געדארפט צו הייסן אומפארשטענדליך.

פון שטענדיג אן האב איך זיך געוואונדערט וואס דאס איז דער מיסטעריעזער שד וואס רופט זיך נערוון. דער ווארט איז גראדע מאדערן, אבער אין דער זעלבער צייט זייער מיסטעריעז און ווערט גענוצט ביי פארצייטישע אידענעס.
.
אויך איז מיר געווען א וואונדער אז דער טערמין האב איך קיינמאל נישט געהערט פון פסיכאלאגן, עס איז עפעס אזא הסתר בתוך הסתר'דיגער מחלה וואס קען אפילו נישט אויסגעשמועסט ווערן דורך די פראפעשענלס?

אין די לעצטע יארן האב איך אנגעהויבן חושש צו זיין אז עפעס טויג נישט מיט דעם טערמין. נארמאלע מענטשליכע הרגשים און רעאקציעס ווערן דערמיט באטיטלט, און ספעציעל אין די היימישע געזעלשאפט ווי עס הערשט דער תורת הסוד פון לייגן אונטערן טעפיך אומגעווינטשענע הנהגות ומעשים, כאשר עינינו רואות אז ווען איינער פירט זיך נישט לפי רצון המשפחה אדער געזעלשאפט שיקט מען אים זיך "היילן". און טאמער שפרינגט יענער פון די הויט מחמת אונטערדרוקונג, איז דאך שוין אודאי קלאר אז יענער דארף זיך היילן... נא, עס האט מיר אנגעהויבן נישט צו געפעלן די גאנצע מעשה.
און פארוואס ביי גוים איז נישט באקאנט אזוי ווייט דער פראבלעם פון א משפחה וואס אלע זענען אויסגעשטעלט צו נערוון מחלות?


האב איך דעריבער זיך גענומען זיכן אינעם אינטערנעט, אין וויקיפעדיע, ביי nervous breakdown און "התמוטטות עצבים", און איך הייב אן זען, אז די גאנצע מעשה הייבט זיך טאקע נישט אן, עכ"פ די מיסטעריע דערפון איז שקר. עס איז פשוט פארשידענע נטיות פון מענטשן, שוואכקייטן סענסיטיווקייטן און רעאקציעס נאך שווערע דורך גאנגען וואס דארף פשוט גענומען ווערן מיט פארשטענדענישט און שלום על ישראל.

איי, וואס זענען דאס די נערוון פילן?

איז אזוי: עס זענען אודאי פאראן מענטשן וואס זענען יצא מדעתם, לאמיר דאס רופן זייער דיבור אדער התנהגות איז עקסטרעם אומרעאליסטיש צום אנגענומער מהלך החיים ומחשבה, ווי אן עקסטרעמע פאביע אדער אבסעסיע אדער גאר חזיונות בהקיץ. אבער נישט די מענטשן מיינט מען געווענליך ווען מען רעדט פון נערוון קראנקע.

אבער די געווענליכע פילן פאר דעפרעסיע אדער אימפולסיוונעס וואס מאנכע זענען אויסן דאס צו רופן נערוון פילן, איז לא מניהו ולא מקצתה. עס איז פשוט צו העלפן דעם מענטש דורך קומען שוועריקייטן אין לעבן און צו קענען אנגיין אינעם ים החיים,טראץ וואס מטבעו וואלט ער זיך שווער געקענט צופאסן צו פארשידענע סיטואציעס שאינו מתאים לו.

קומט אויס אז באמת איז היינט אנגענומען, דאס וואס עס איז טויזנטער יארן געווען אנגענומען מיט א פשטות, אז נישט יעדער קען זיך איינפאסן אין איעדער סביבה, עס זענען פאראן מענטשן מיט פארשידנארטיגע נטיות. עגמת נפש קען ברענגן א געוואלדיגער טרויער וואס דער הייל מיטל איז יענעם צו העלפן למעשה אדער מיט פארשטענדיגע ניחומים, און אמאל איז גאר פאראן וואס דער צער איז אזוי גרויס אז מעו קען אים נישט טרייסטן. עס זענען געווען נארמאלע באגרופן פון כעס וכו' וכו'

איז אויב אזוי, ווער האט דאס באשאפן דעם סטיגמא "נערוון קראנק" אויף רעאקציעס וטאס איז אמאל אין נארמאלע אומשטענדן געווען אנגענומען אלס פארשטענדליך און מקובל?

ווער האט דאס געמאכט פאר אויספארשטענדליך שאפנדיג דער מיסטעריע?

הערט און שטוינט: