העלפט ארויס דעם "רעסטרום צוטריט אקט" זאל אדורכגיין אין נ.י.
נשלח: דינסטאג יוני 09, 2015 11:24 am
טייערע אידן הארציגע ברודער, אידן רחמנים בני רחמנים!
מיר ווענדן זיך צו אייך מיט א בקשה פון טיפן הארצן. אין די זעלבע צייט וואס איר זענט פריש און געזונט, זענען אבער פארהאן פילצאליגע אידישע קינדערליך וועלכע גייען דורך פיינפולע מיטמאכענישן און פיין. צווישן זיי זענען פארהאן אידישע קינדער, טאטעס, מאמעס, און אינגע קינדערלעך וועלכע האבן צוליב סיי וועלכע אישו - ווי ליידנדיג פון די ביטערע מחלה, קראונס, קאלייטעס, און אנדערע פראבלעמען און אומשטענדן, דארפן זיי ניצן דעם בית הכבוד מער אפטער.
עס ליגט יעצט אויפן טיש א ביל וואס האפענטליך וועט דאס ווערן א געזעץ, אז יעדע ביזנעס וואס האט א 'נאר-ארבייטער' ביה"כ וועט מוזן אריינלאזן א מענטש מיט א קאנדישאן צו ניצן דעם ביה"כ. דער פאציענט וועט מוזן ווייזן א קארטל אז ער איז בארעכטיגט צו בעטן, און די ארבייטס-פלאץ וועט מוזן האבן דריי אדער מער מענטשן וואס ארבייטן דארט, די פאבליק רעסטרום איז נישט אוועילעבל יענע מינוט, אדער האט א לאנגע ליניע, און די ארבייטערס ביה"כ איז נישט אין א פלאץ וואס קען שטעלן דעם פאציענט אין א סכנה..
די ביל וואס הייסט "קראונס און קאלייטיס יושר אקט - ניו יארק סטעיט רעסטרום עקסעס אקט" אדער ווי ס'איז באקאנט ביי פולע אלס דער "עלי'ס לאו" האט זיך אנגעהויבן אין יארע 2005 למספרם, ווען א 14 יעריגע מיידעלע, עלי בעין פון אילינויס, איז געווען מיט משפחה אין א גרויסע געשעפט, זי האט געדארפט טוהן וואס זי האט געברויכט, און מ'האט איר נישט אריינגעלאזט ניצן דעם ביה"כ וואס איז דעזעגנירט געווען פאר די ארבייטער, ס'האט זיך נישט גוט געענדיגט... פון דארט איז זי אהיימגעגאנגן, זיך געטוישט די בגדים און מיט איר מאמע איזנזי אריבערגעגאנגן צום לאקאלן אסעמבליפרוי וואס האט איר צוגעזאגט אז זי גייט זעהן אז דאס זאל מער נישט פארסירן צו א צווייטן.
מ'האט געשריבן א נייע געזעץ, וואס איז דארטן אין אילינויס אדורך, דערנאך האט זיך דאס פארשפרייט אין נאך פערצן שטעט, אהייא, ארעגאן, וואשינגטאן, וויסקאנסאן, טענעסי, טעקסאס, מיניסאוטע, מישיגען, מעין, מעסעטשוטשעס, מערילענד, קאלאראדא, קאנטאקי און קאנעטיקאט. די לעצטע פאר יאר האט מען געארבייט עס זאל אויך ווערן א געזעץ אין ניו יארק סטעיט. עס איז צוויי מאל אדורכגעפאלן, בעיקר צוליב געוויסע ווערטער אינעם ביל.
יעצט מיט די הילף פון אפאר ארגענעזאציעס איז עס פריש ארויפגעקומען אויפן טיש, עס ליגט יעצט ביים סטעיט סענאט, וואס וועלן שטימען דערויף אום יוני דעם זיבעצענטן. די קאודס קאמיטע אין אסעמבלי קוקן עס יעצט אויך אדורך, צום האפן אז זיי וועלן צופרידן זיין און עס באשטעטיגן.
עס דארף ארויסגעברענגט ווערן לטובה דער ארטאדאקסישער סטעיט סענאטער ר' שמחה פעלדער וואס איז א קאו-ספאנסאר פונעם ביל.
את אחי אנוכי מבקש, אלס איינער וואס ליידט דערויף, און איז שוין אפגעזאגט געווארן עטליכע מאל אין פאל פון נויט, נעמטס די מינוט און שיקט אן אימעיל צו אייער אסעמבלימעמבער און סטעיט סענאטער, בעטס זיי זיי זאלן דאס שטיצן.
אויפצוזיכן ווער אייער סענאטער איז קליקט אויף דעם לינק www.nysenate.gov/senators, אויפצוזיכן אייער אסעמלימעמבער קליקט דא assembly.state.ny.us/mem/search/, לייגט אריין אייער אדרעס, וועט אייך ארויפקומען ווער אייער ערוועלטער איז, און שרייבט עפעס אז זיי זאלן דאס שטיצן.
איך לייג דא א סעמפל וואס מ'שיקן, איר קען דאס שיקן כמו שהוא, לייגט נאר צו ווער עס ליידט, איר, איינער אין די משפחה אדער א פריינט.. (די חלק וואס איז נישט באלד דארט פארעכט).
[left]Dear ______________
I am a voter/constituent in your district and I am asking for your support of Bill A277/S4918, which enacts the "Crohn's and Colitis Fairness Act" providing Restroom Access. This bill would allow people with medical conditions that require urgent restroom use--such as the inflammatory bowel diseases (IBD) Crohn’s disease and ulcerative colitis--to use an employee’s-only restroom when a public one is not available and it is safe for the business to do so.
In NY State there are more than 100,000 people with these debilitating diseases. I am sure you can imagine how it must feel to be denied access to a bathroom when you so desperately need one. This Bill is important to me because... (I have IBD or am related to or friends with - whatever personal connection you wish to share).
Please support this bill and vote for it when it comes before you. If you need more information please feel free to contact the Jewish Crohn’s & Colitis Group (JCCSG) or visit http://jccsg.blogspot.com/2015/06/a-let ... mbers.html
Thank you,
Your name[/left]
אויב האט איר נאך א מינוט, מאכט א טעלעפאון קאול צו אייער ערוועלטן.
א הארציגען דאנק. אין דעם זכות זאלט איר און אייערע פאמיליע נישט וויסן פון קיין צער, און קיינמאל נישט וויסן וואס דאס מיינט, נאר קענען לעבן געזונטערהייט אין פרידן.
דא קענט איר זעהן א בריוו וואס מיר האבן געשיקט צו אלע אסעמבלי מעמבערס און סטעיט סענאטארן