בלאט 1 פון 1

אז דו מעגסט... מעג איך אויך....

נשלח: דינסטאג יוני 09, 2015 5:35 pm
דורך קאמענטירער
דאס איז שוין גארנישט קיין ליצנות אבער מאנכע האבען זיך הויעך געוואונדערט וויאזוי קען די פראנצויזישע פאליציי קען ארעסטירן איינער - וואס זאגט אז ער האלט פון די רוצחים וואס האבען געהארגעט די קאריקטוריסטען , ווען די שרייסט אז מהאט געמעגט אפ׳חוזקען פון מוכאמעד אלטס ״פרי ספיטש״ און מקען רעדן וואס מען וויל נאר, טא וואס האסטו טענות אויף דער וואס דרוקט אויס סימפאטיע צו די רוצחים???

אבער יעדער פארשטייט אז די טענה איז נישט ריכטיג, וויל איך פרעגן די טענה און לאמיר זען צו ״איך״ בין גערעכט?

אז דו מעגסט שרייען אויף מיר אז איך זאל דיר נישט אנשרייען מעג איך אויך שרייען אויף דיר ?

אז דו שרייבסט אויפן אינטערנעט די איסורים דערויף מעג איך אויך שרייבען?

אז דו מעגסט מיר אויסרעכענען די אלע בעלי רכולית׳ער מעג איך אויך רעדן לשון הרע?

אז דו ביסט משוגע מעג איך אויך זיין מ-ש-ו-ג-ע ?

אבער דאס איז זיכער אז דו מעגסט שרייבען תגובות און עפענען אשכולות מעג איך אויכעט! (פארשטייט זיך צו טראכטען בעפאר)

נשלח: דינסטאג יוני 09, 2015 6:23 pm
דורך moshav zekeinim
זיי זיך מסביר

נשלח: דינסטאג יוני 09, 2015 10:21 pm
דורך וכדומה..
בוסט בכלל נישט גערעכט,

אפילו א פרייע לאנד מוז האבן געזעצען, ווי למשל אז איינער הרגעט שפארט מען אים איין אין תפיסה, איי א פרייער לאנד? וואס הייסט דאס מ'פארשפארט א מענטש? נאר וואזשע דען, אז מפארלעצט די געזעץ און מהארגעט איינעם, דאס שטערט פרייהייט און שלום, איז איינער וואס טרעט אויפן געזעץ מעג מען זיך בעגיין מיט אים מיט מיטלען וואס זענען בעצם קעגן די געזעץ, ודו"ק