בלאט 1 פון 1

רפואה שלימה "לכל" מכותינו

נשלח: מיטוואך יוני 10, 2015 2:48 am
דורך [NAMELESS]
האט איר פארלוירן די שליסעל פון אייער קאר?
האט אייער קינד פראבלעמען צו צולייגן קאפ ביי די לימודים?
האט איר פרעשור ביי די ארבעט?
אייער האלדז טוט וויי?
זענט איר פויל?
איר קענט נישט איינשלופן?
שלאפט איר צו סך?
ווילט איר פארלירן פונט?
ווילט איר צונעמען פונט?
האט איר די פלו?
לייגט איר פון פארקילאכץ?
האט איר א אויסשלאג?
מוסקיטו בייטס?
יענע מחלה?
א וויירוס?
קאפ ווייטאג?
בויך ווייטאג?
ערב פסח אנגעצויגענקייט?
נישט גענוג פראטין?
ליידט איר אויף די נערווען?
און וואס נישט פאר צעהן דאללער איז עס ארלעדיגט.

יא פאר א נישטיגע צעהן דאללער זענט איר א געהאלפענער פון יעדע פראבלעים, נישטא אזאך אויף די וועלט וואס קען אייך שטערן, איר מיינט אז איך רעד פון תהלים כולל? ניין, תהילים כולל קאסט מער ווי צעהן דאללער, כולל חצות אויך נישט, איך רעד טאקע פון א צעהן דאללערדיגע פראדוקט וואס היילט ווינדערליך, ס׳באווייזט מופתים, סאיז לכאורה די גרעסערע קונץ פראדוקט וואס איינער האט נאר אמאל באוויזן, און נישט נאר דאס נאר ס׳קומט אפילו און טשועיבעלס, און אויב ליידט איר אויף אלע פון די פראבלעמען דאן איז דא א מולטי וואס וועט אלעס דעקן, איר זענט געהיילט! יא "מעקסי העלט" איז דער קונץ פראדוקט פון וואס מיר רעדן.

וואספארא פראבלעים איר האט נאר וועלן מיר צוזאמשטעלן די רפואה דערפאר, זענט איר מעשיגע קומט אריין צו אונז און קויפט די מעקסי מעשיגע, זענט איר א אנדרוגינוס קויפט די מעקסי אנדרוגינוס, זענט איר א גרוש קויפט די מעקסי גרוש. א קיצור סאיז פערטיג מיט קרענק אויף די וועלט. מ׳קען פארשפארן די שפיטעילער. אויב לערענט איר דוקטעריי זייט מוחל אין הערט אויף ווייל איר גייט נישט האבן קיין איין פאציענט.

און צום שלוס:
ליידט איר פון צוקער און איר זענט אויך מיט די נערווען? נישט געזארגט קומט אריין און איינער פון אונזערע לאקאלן און בעהט פאר די מולטי צוקער נערווען! גאראנטירטע רעזולטאטן! זייט פון די צענדליגער צופרידענע קאסטעמער׳ס. דריקט נומער זעקס און הערט פארוואס אלע דוקטורים רעקאמענדירן מעקסי צוקער נערווען!

Re: רפואה שלימה ״לכל״ מכותינו

נשלח: מיטוואך יוני 10, 2015 8:53 am
דורך [NAMELESS]
לבקשת הרבים האב איך איבערגעלייגט די בילד

נשלח: מיטוואך יוני 10, 2015 11:54 am
דורך געוואלדיג
לייג פליז איבער די בילד נישט דורך טעפלאק, אז איך ואן אלע אזוי ווי מיר זאל אויך נהנה זיין, יישר כח.

נשלח: מיטוואך יוני 10, 2015 2:17 pm
דורך [NAMELESS]
געוואלדיג האט געשריבן:לייג פליז איבער די בילד נישט דורך טעפלאק, אז איך ואן אלע אזוי ווי מיר זאל אויך נהנה זיין, יישר כח.

איבערגעלייגט

נשלח: מיטוואך יוני 10, 2015 2:29 pm
דורך [NAMELESS]
פארוואס לאכט עטס ? ס'איז אן אמת'ע זאך. מיין ווייב האט אמאל פארלוירן דאס קארטל פונעם ג'ים, און זי האט זיך עס גענומען זוכען, שפעטער האט זי גענומען איהר נאר וואס אנגעפאנגענע - טעגליכע מעקסי העלט וויטאמין, און ווינדער איבער ווינדער, איך האב עס גלייך געטראפן (אראפגעפאלן נעבן איהר בעט). פארשטייטצעך כ'האב זיי גלייך אריינגעשיקט דעם סיפור...!!

Re: רפואה שלימה ״לכל״ מכותינו

נשלח: מיטוואך יוני 10, 2015 2:47 pm
דורך וויל קענען
שוק עס אריין פאר תהילים כולל אויך זיי לעכצען דערנאך ולמצוה גדולה יחשב
ס׳איז דא א ווייטעמין פאר דעי וואס פארגעסן צו קויפן די ווייטעמין? אפשר זאלן זיי טיילן א סעמפל פאר free

נשלח: דאנערשטאג יוני 11, 2015 12:04 am
דורך [NAMELESS]
אינשורענס פאליסי

נשלח: דאנערשטאג יוני 11, 2015 12:05 am
דורך [NAMELESS]
פארגעסן צו שרייבן.
ס׳מאכט אויך לאכן!

נשלח: דאנערשטאג יוני 11, 2015 1:51 am
דורך געוואלדיג
יאפ. ס'מאכט לאכן. :lol: :lol:

נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 9:15 pm
דורך [NAMELESS]
מ׳קען עס אפילו נוצן פאר א וויקאציע

נשלח: דינסטאג יוני 16, 2015 2:29 am
דורך אינטער_חכם
נישט קיין ווונדער מ'זאגט אמעריקאנער האבן די טייערסטע מי רגליים...

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 2:23 pm
דורך [NAMELESS]
.

Re: רפואה שלימה "לכל" מכותינו

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 8:55 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ווען דיין שוועגערין/שכנ'טע/שוויגער/ווער נאר וויל דיר איינרעדען צו קויפען שעקל''י צו וואס פאר א סארט שטותים, מאכסטו אויך חוזק פון זיי? מ'דארף עס זיי טוהן אין פנים אריין כדי אויסצוראטען די אנשיקעניש פון גזלנים חמסנים וואס נוצען מענטשענ'ס שוואכקייטען אקעגען זיי!

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:32 pm
דורך ליפא
וואס איז טאקע שעקלי ? ממש א סקעם?

Re: רפואה שלימה "לכל" מכותינו

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:53 pm
דורך אהרן
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווען דיין שוועגערין/שכנ'טע/שוויגער/ווער נאר וויל דיר איינרעדען צו קויפען שעקל''י צו וואס פאר א סארט שטותים, מאכסטו אויך חוזק פון זיי? מ'דארף עס זיי טוהן אין פנים אריין כדי אויסצוראטען די אנשיקעניש פון גזלנים חמסנים וואס נוצען מענטשענ'ס שוואכקייטען אקעגען זיי!

פארדעם זעמיר דא אין ק"ש, אפצוליידיגען די געהירען פון די ענינים וואס מען שפירט אז מען דארף שרייען אבער עס גייט עפעס נישט..

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 10:02 pm
דורך [NAMELESS]
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווען דיין שוועגערין/שכנ'טע/שוויגער/ווער נאר וויל דיר איינרעדען צו קויפען שעקל''י צו וואס פאר א סארט שטותים, מאכסטו אויך חוזק פון זיי? מ'דארף עס זיי טוהן אין פנים אריין כדי אויסצוראטען די אנשיקעניש פון גזלנים חמסנים וואס נוצען מענטשענ'ס שוואכקייטען אקעגען זיי!

צופעליג האב איך שוין געטראכט צו שרייבן א אשכול פון די וואס לאכן אפ פון שעקלי, נאך אלעם מאכן זיי א גוטע דזשאק אבער די ווייטמינען האבן זיי נישט.

דאס לאכן קומט ווייל עפעס פעלט זיי און זיי קענען נישט פארגינען אז א צווייטער האט עס יא. די זעלבע סיבה פארוואס איך מאך חוזק פון מעקסי העלט, פשוט איך פארגין נישט די אלע געזונטע מענטשן וואס גייען קיינמאל נישט שטארבן.

א קיצור אפשר קומט שפעטער א אשכול דערויף.