בלאט 1 פון 3
אשכול צו שטעלן פראגען פאר ק"ש שרייבער
נשלח: מיטוואך יוני 10, 2015 3:38 am
דורך ישמעאל הכהן
עס איז מיר בייגעפאלן אזא איידיע אז וועם ס'פאלט אמאל עפעס ביי, זאל קענען אנפרעגן פון אנדערע ק"ש ניקס עניטינג אין יעדע נושא אדער מינדערוויכטיגע שטות וואס טרעפט נישט דאס פלאץ צו אנפרעגן, אז מ'טראכט עפעס און מ'קלערט ס'וואלט דיר געווען אינטערעסאנט צו הערן א געוויסער ניקס אפיניאן פון עפעס וואס מ'האט נישט גערעדט, צו ווייסיך וואס. מעג זיין קארני.
דער געפרעגטער מוז נישט ענטפערן, ער מעג לאזן דעם שואל הענגען. וויאזוי ער וויל. דעריבער
נישט באלמוטשענען און נישט איבערפרעגן אדער סטאלקן.
מיין ערשטע שאלה איז פאר [tag]יאיר[/tag]. לערנסט אמאל חסידישע ספרים? וואס לויפט דיר דורך אין מיינד ווען דו זעסט א איד זיצט אויף א קדושת לוי.
צווייטע שאלה איז פאר [tag]קאך_לעפל[/tag], וואס איז דיין אפיניאן איבער די פארום אייוועלט?
+++
ס'קען ווערן אנינטערעסאנטער שו"ת אשכול.
Re: אשכול צו שטעלן פראגען פאר ק"ש שרייבער
נשלח: מיטוואך יוני 10, 2015 5:41 am
דורך טאמבל סאס
מיינסט אפשר, לאמיר אריינפליקן דעם עולם אדער זיך אפרעכענען מיט ווער וועם איך קען נישט פארליידן, בדרך היתר.
נשלח: מיטוואך יוני 10, 2015 10:35 am
דורך יידל
מיין שאלה איז צו דיר ישמעאל הכהן: וואס איז דיין מיינונג אויף א פלעטבושער איד?
Re: אשכול צו שטעלן פראגען פאר ק"ש שרייבער
נשלח: מיטוואך יוני 10, 2015 11:06 am
דורך טאמבל סאס
יידל, וואס טוסטו אין דיין פרייער צייט, ווען דו שרייבסט נישט אויף קאווע?
נשלח: מיטוואך יוני 10, 2015 11:07 am
דורך שבת אחים
מיין שאלה איז צו דיר ישמעאל הכהן: וואס איז דיין מיינונג אויף יצחק ראזענבערג פון די לומבער ?
גבאים ! צימעס אלערט!

נשלח: מיטוואך יוני 10, 2015 11:30 am
דורך ישמעאל הכהן
טאמבל סאס האט געשריבן:מיינסט אפשר, לאמיר אריינפליקן דעם עולם אדער זיך אפרעכענען מיט ווער וועם איך קען נישט פארליידן, בדרך היתר.
אויסדריקליך נישט. סארי
נשלח: מיטוואך יוני 10, 2015 11:35 am
דורך ישמעאל הכהן
יידל האט געשריבן:מיין שאלה איז צו דיר ישמעאל הכהן: וואס איז דיין מיינונג אויף א פלעטבושער איד?
אויפריכטיגעטלי? איך בין מקנא א ערליכן געבוירענער פלעטבושער איד
נשלח: מיטוואך יוני 10, 2015 11:35 am
דורך היסטאריקער
מעג מען זיך אליין פרעגן עפעס?
איך פרעג מיך אליינס מה חובתי בעולמי
נשלח: מיטוואך יוני 10, 2015 11:39 am
דורך [NAMELESS]
ישמעאל הכהן האט געשריבן:יידל האט געשריבן:מיין שאלה איז צו דיר ישמעאל הכהן: וואס איז דיין מיינונג אויף א פלעטבושער איד?
אויפריכטיגעטלי? איך בין מקנא א ערליכן געבוירענער פלעטבושער איד
און איינער וואס מופט אהין ?
נשלח: מיטוואך יוני 10, 2015 11:39 am
דורך ישמעאל הכהן
שבת אחים האט געשריבן:מיין שאלה איז צו דיר ישמעאל הכהן: וואס איז דיין מיינונג אויף יצחק ראזענבערג פון די לומבער ?
גבאים ! צימעס אלערט!

עקסיוס מי ר' שבת און ט''ס. ס'איז א פאן אשכול, ערנסט אן בייזע כוונות.
כאב נישט קיין מיינונג אויף י''ר.
נשלח: מיטוואך יוני 10, 2015 11:40 am
דורך ישמעאל הכהן
בן אדם האט געשריבן:ישמעאל הכהן האט געשריבן:יידל האט געשריבן:מיין שאלה איז צו דיר ישמעאל הכהן: וואס איז דיין מיינונג אויף א פלעטבושער איד?
אויפריכטיגעטלי? איך בין מקנא א ערליכן געבוירענער פלעטבושער איד
און איינער וואס מופט אהין ?
דארף איך שוין רעדן צו זיין פסיכיאטער. ס'מעגלעך גארנישט אזוי אייאייאיי דארט
נשלח: מיטוואך יוני 10, 2015 11:42 am
דורך ישמעאל הכהן
היסטאריקער האט געשריבן:מעג מען זיך אליין פרעגן עפעס?
איך פרעג מיך אליינס מה חובתי בעולמי
ווי געשריבן אינעם פתיחה, מעגסטו זיך איגנארן...
נשלח: מיטוואך יוני 10, 2015 11:43 am
דורך chusid
ישמעאל הכהן. וואס טוסטו ביי בואו בשלום? דו קלאטש'סט? טאנצט? שפילסט דיך מיט די פינגערס? בלאשסט?
נשלח: מיטוואך יוני 10, 2015 11:48 am
דורך ישמעאל הכהן
All of the above
נשלח: מיטוואך יוני 10, 2015 11:54 am
דורך שבת אחים
נשלח: מיטוואך יוני 10, 2015 2:48 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: דאנערשטאג יוני 11, 2015 4:18 am
דורך [NAMELESS]
היסטאריקער האט געשריבן:מעג מען זיך אליין פרעגן עפעס?
איך פרעג מיך אליינס מה חובתי בעולמי
אוי אוי אוי, ווען יעדע יוד זאל זיך דאס פרעגן.........
נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 8:39 am
דורך פלעין יודיש
פריעד באטשי האט געשריבן:היסטאריקער האט געשריבן:מעג מען זיך אליין פרעגן עפעס?
איך פרעג מיך אליינס מה חובתי בעולמי
אוי אוי אוי, ווען יעדע יוד זאל זיך דאס פרעגן.........
וואלט ווען נישט געווען קיין שרייבערס אויף איי וועלט
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 5:54 pm
דורך ירא שמים
[tag]געוואלדיג[/tag] כזעע בוסט אזוי בקי אין אלע ק״ש תקנות ווען האסטו דאס שטודירט ?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 7:21 pm
דורך געוואלדיג
ווען עס איז נוגע קוק איך נאך, אזוי ווי איך טוה ווען עס קומען אן יו"ד אדער חו"מ שאלות.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 7:31 pm
דורך [NAMELESS]
[tag]געוואלדיג[/tag], צו דיר קומען טאקע יו"ד און חו"מ שאלות.
זייענדיג א מלמד דארפסטו קענען יו"ד [הל' מוסרים. ובלע"ז: 'מסור קעצי'], און חו"מ [הל' נזקים]...
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 7:35 pm
דורך געוואלדיג
אז מען קען דעם פינעפטן חלק און דעם זעקסטן, דארף מען מער גארנישט, און טאמער נישט וועט קיין איין חלק נישט העלפן.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 14, 2015 2:07 pm
דורך ירא שמים
[tag]שבת אחים[/tag] ווען האסטו אויסגעזאגט תילים היינט אדער נעכטן ? די וויזניצע זאכן האלסטו דאך , נישט אזוי ? אז דו האלסט אינמיטען דארפסטו נישט מפסיק זיין וועסט ענטפערן שפעטער .