איך ווייס נישט פארוואס מען האט געווארט דריי יאר דערפאר, איך קען נישט קומען צום אויספיר פארוואס מען ווארט אויף מיר, אבער אז קיינער טוט נישט די ארבעט וועל איך עס טוהן.
אין א פארום ווי עס טוט זיך אין אלע מקצועות פון די שטערן אין די לבנה, ביז די שטערן אין די שפאקטיוו, אין אזא מקום ווי מען העלפט זיך אזוי צינויף, און מען נעמט ארויס אזוי סך וואלט שוין צוניץ געקימען אזא געהענגל ווי מען זאל זיך ארויסהעלפן מיט טעלעפאן נומער'ן און האבן נאך א ארט ווי צי ווי פאדערן פאר הילף ווען נויטיג, מען פארמאג מיר דא פון אלע געגנטער, וועגן פאריז העט מען זיך שוין אן עצה געבן, אבער פון די בעיסיק אידישע געגנטער איז זיכער דא צוטריט, און איך בין בכלל נישט אין א הונגער פון עפענען אשכולות, איך באקום נישט באצאלט צו מערן טרעפיק, עס איז פשוט דא זאכן וועלכע זענען וויכטיג, און קענען ארויסהעלפן אנדערע אידן, וואס איז דאך מיין ציל כסדר.
עניוועיס רעד איך ווי א מוילמאכער איך שרייב העלפן אנדערע... די כלל לויטעט דאך אז וואס מען טוט פאר יענעם, טוט מען פאר זיך, איך וועל נאך דא פיגורירן מיט בקשות פון נומערן ווי א טייג וואס יערט...
איך דארף למשל די נומבער פון די מנהל פון קאווע שטיבל, איך וויל אים אפגעבן א דאנק פארן אהערשטעלן אזא פלאץ...נעע סיריעסלי צימערמאן'ס נומבער האט איינער?
אויך בין איך אין א דראנג פאר די נומער פון ליפא שמעלצער, איך וויל שוין לאנג איינקלאפן מיט אים, ער מוז הערן מיין "שנאבל קנאבל" ניגון, ער נעמט אויף שיין פרישע וואנעביעס? כ'מיין איך קען משיגע שיין זינגען, מיין מאמע פלעגט אלץ וויינען ווען איך האב ארויפגעצויגן ביי קה אכסוף, איך קען גוט רעפ, ער וועט משיג ווערן פאר מיינע הארמאני'ס, מיינע שטיקלעך, איך גארגל שוין די אייער, איינער מיט זיין נומבער...
יעצט צו אלע נודניקעס וואס זייערע תגובות זענען ביי מיר נישט געוויזן, ביטע נישט פארלאנגען דא קיין נומערן פון חברה קדישא, אדער פון די לאקאלע בדחנים, איר קענט עס טרעפן אין די טעלעפאן ביך וואס נעמט אויף א חלק פון די שעלוו'ס אין דיין אפיס.
שוין העכסט צייט מיר זאלן זיך ארויפרוקן העכער אין קוואליטעט און האבן אן אייגענעם סאפיסטיקירטן 411 מיט שנעלע רעזולטאטן און אנגענעמע אינפא צו יעדן'ס הנאה.
איי האופ יו געט די פוינט.