בלאט 1 פון 5

טשי-קאווע נייעס

נשלח: מיטוואך יוני 20, 2012 10:29 am
דורך פעדער
עמיצער א משוגענע גוי האט אצינד געבראכן די ביז איצטיגע רעקארד . ווען ער האט זיך אוועקגעשטעלט און געמאכט א לאאאאנגע גרעפס וואס האט זיך געצויגן 18.1 סעקנט'ס. איבערשטייגנדיג דערמיט די קוואליפיקאציעס וואס פיר אנדערע בעפאר אים האבן שוין ארויסגעוויזן.
ער האט זיך קודם אנגעשאשקעט מיט גאלאנען געזי טרונקען , און זיך אוועקגעשטעלט ביים מייק, מאכנדיג א לאנגע אויסגעצויגענע הויכע דונערדיגע גרעבעכץ, ווי ער האט שפעטער ערקלערט די געוואלדיגע חכמה וואס שטעקט דערין . זאגט ער , אז ער פרובט איינצוהאלטן דאס גאנצע לופט און עס שפעטער ארויסגעבן אויפ'ן איינגעהאלטענמסטן אופן וואס נאר שייך, אבער צונויף קלייבנדיג יעדעס איבעריג שטיקל גאז פון זיינע קישקעס, אבער געבנדיג אכטונג די זעלבע צייט נישט צושנעל ארויסצולאזן די לופט כדי די גרעפס זאל אנהאלטן פאר א שיינע תקופה.

די ארגאנעזירער רופן זיך "די ווארלד בוירפינג פעדערעישן" און האפן מיט די פראקטאצירונגען צו קענען מינמיזירן די סטיגמע וואס מענטשן האבן אויף די דאזיגע וואס גרעפצן אין פובליק. "ס'איז שוין די העכסטע צייט אז א מענטש זאל זיך קענען נאך א גוטן מאלצייט אויפ'ן מאגן, זיך אויפשטעלן און מאכן א הויכע קלארע רעבישע גרעפס,מיט ענטוזיאזם און דרייסט, און ער זאל נאך באקומען א קאמפלימענט ס'ארא שיינע גרעבעכץ ער האט פארפאסט.
אזעלכע 'פארגרעבטע' צופרעסענע גוים!!!

א קליפ פונעם לאאאאאאאאאאנגן גרעפץ

נשלח: מיטוואך יוני 20, 2012 11:09 am
דורך דעינעש
ווען משוגע מאכט גרעפצן ...וכו;

נשלח: מיטוואך יוני 20, 2012 11:37 am
דורך שמואל הלוי
איך האב געזעהן אין א ספר אז דער הייליגער אוהב ישראל פון אפטא פלעגט יעדן ערב שב"ק עסן פאר טועמי' א לעכאניע מיט בונדלעך און א טעטערפוצער פיש, און ווען ער האט געענדיגט עסן "גהק גהיקה גדולה ואיומה" (אין אידישער איבערזעצונג: האט ער געגרעבצט א גרויסע שרעקעדיגע גרעבטס)

ס'שטייט נישט ווי לאנג די גניחה גדולה האט גענומען, אבער דאס איז זיכער אז וויבאלד ס'שטייט "גדולה" האט עס געדויערט לענגער ווי נארמאל, און מעגליך גאר לענגער ווי 18.1 סעקונדען.

נשלח: מיטוואך יוני 20, 2012 12:14 pm
דורך שמואל הלוי
אויב האב איך נישט א טעות שטייט עס אין רזא דעובדא (קרעטשניף) איך דארף נאכקוקן.

נשלח: מיטוואך יוני 20, 2012 5:34 pm
דורך דולה ומשקה
שמואל הלוי האט געשריבן:אויב האב איך נישט א טעות שטייט עס אין רזא דעובדא (קרעטשניף) איך דארף נאכקוקן.


גערעכט אין זמירות רזא דעובדא שטייט דער מעשה, אז "ואחריו גנח גניחה גדולה", דארט שטייט אז רבי לייזער וואלף האט דערציילט אז דער אפט'ער רב האט געגעסן 18 טעפ טשאלענט!!! אין דערנאך האט ער געמאכט דעם גניחה, רבי לייזער וואלף האב מסיים געוועהן זאגענדיק: דעם עבודת אכילה קען איך אויך נאכמאכען אבער דער גניחה גדולה דאס קען איך שוין נישט...

מסיבות מבינות וועל נישט רעאגירען אויף דעם.

נשלח: מיטוואך יוני 20, 2012 10:49 pm
דורך איך אויך
18.1 סעקונדס איז לכאורה א חזון איש שיעור למהדרין מן המהדרין.

שמואל הלוי נאך א מזל ברענגסט דעם נאמען פונעם ספר, זאג נאר חוץ פונעם פרייז איז פארהאן דארט עפעס אמת אויך צווישען די קרעטשניפר דמיונות וחלומות?

נשלח: מיטוואך יוני 20, 2012 11:54 pm
דורך געפילטע פיש
איך אויך האט געשריבן:18.1 סעקונדס איז לכאורה א חזון איש שיעור למהדרין מן המהדרין.

חזון איש שיעור איז 24, 18 איז הגר"ח נאה.

נשלח: דאנערשטאג יוני 21, 2012 12:50 pm
דורך נס קאווע
שמואל הלוי האט געשריבן:אויב האב איך נישט א טעות שטייט עס אין רזא דעובדא (קרעטשניף) איך דארף נאכקוקן.

דאס איז אלעס העכערע זאכן, און דו זאגסט נאך אזא רזא דעובדא פארן עולם מיט אזא פשטות? דאס דארף מען לערנען ווי די אגדתא גמרות.

נשלח: דאנערשטאג יוני 21, 2012 4:38 pm
דורך טאמבל סאס
איך ווארט איינער זאל ברעכן די רעקארד מיטן מאכן א די לענגסטע רעדוועדיגע גרעפס! און נאך א שיסל טונא

נשלח: פרייטאג יוני 22, 2012 3:11 am
דורך געפילטע פיש
נישט דא עפעס א ליסקא עובדא בענין גיהק ופיהק?

דזאסט קידינג, נאטינג פערסענאל.

נשלח: דינסטאג יוני 26, 2012 2:26 pm
דורך שימעלע
א מאן האט אריינגעבויט מאגנעטן אין זיין האנט צי האלטן זיין אייפאד

נשלח: דינסטאג יוני 26, 2012 5:26 pm
דורך שימעלע
גוגעל האט אריין געגעבען אן אפליקאציע צו ICANN פאר די .lol טאפ לעוואל דאמען.

נשלח: מיטוואך יוני 27, 2012 9:47 pm
דורך טאמבל סאס
א וועבסייט האט אדווערטייזט אן אנטי טשיטינג רינגל, וואס ווי זיי זאגן איז דאס זייער מסוגל אקעגן טשיטינג.
די חכמה דערפון איז אז ס'פארמאגט פון די אינעווייניגסטע זייט פון די רינגל אריינגעקריצט די ווערטער "איך בין מערריד" און אויך זעצט זיך דער רינגל ארויף שטייף אויף די פינגער אזוי אז אויב זיצטו אין א באר, און ס'באגעגענען זיך דיר אויגן מיט עמיצן, און ס'כאפט דיר אן א חשק צו גיין איינקלאפן מיט איר, וועט דיר בשום אופן נישט געלונגען אזוי גרינג אראפצוגליטשן דעם רינגל פון פינגער, נאכדערצו ווען ס'וועט נאך פערמענאנט בלייבן שיינע בולט'דיגע ווערטער אויף דיין פינגער " איך בין חתונה געהאט" . בקיצור לאמיר בעסער זאגן אז ס'וועט זיך דיר נישט לוינען די בושות.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 1:22 pm
דורך געפילטע פיש
א פרוי אין אוסלו האב פראבירט צו גנב'נען א 42 אינטש TV דורך עס ארויסשווערצען פון סטאר דורך, הערט, עס אריינרוקן אונטער איר סקירט, א ארבייטער אינעם געשעפט האט געהאט א חשד און גערופען פאליציי, וואס האט איר געכאפט אויף א באס. די פרוי, א ראמענישע, האט געזאגט פאר די פאליציי איז זי האט זייער שטארקע פולקעס.
די פאליציי האט זיך נישט געגלייבט אז מ'קען אזא זאך באווייזען האבן זיי דאס אויספראבירט איך סטאנציע און אנגעקומען צום החלטה אז "ס'איז שווער, אבער נישט אוממעגליך".

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 1:51 pm
דורך ניו יארק
געפילטע פיש האט געשריבן:א פרוי אין אוסלו האב פראבירט צו גנב'נען א 42 אינטש TV דורך עס ארויסשווערצען פון סטאר דורך, הערט, עס אריינרוקן אונטער איר סקירט, א ארבייטער אינעם געשעפט האט געהאט א חשד און גערופען פאליציי, וואס האט איר געכאפט אויף א באס. די פרוי, א ראמענישע, האט געזאגט פאר די פאליציי איז זי האט זייער שטארקע פולקעס.
די פאליציי האט זיך נישט געגלייבט אז מ'קען אזא זאך באווייזען האבן זיי דאס אויספראבירט איך סטאנציע און אנגעקומען צום החלטה אז "ס'איז שווער, אבער נישט אוממעגליך".

איך וואלט ווען געוואלט וויסען די סייז פון די פרוי.....?
צו קענען אריינרוקען א 42 אינטש סקרין אינטער די סקורט דארף מען זיין - איידעל גערעדט - שטארק בעל-באטיש....

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 2:05 pm
דורך Espresso
מיר ווינדער זייער ווי זי האט פארשטעקט דעם רימאוט... :roll:

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 2:26 pm
דורך נס קאווע
42 איז די ברייט, וויפיל איז די הייעך? מסתם נישט צופיל ווייניגער, די סייז פון א מענטש רעכנט אריין אלע פיהר זייטן אפילו א סייז 50 האט נישט מער ווי 22 - 18 אינטש פלאץ

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 2:43 pm
דורך געפילטע פיש
42 אינטשעס איז די שיפקייט, אזוי
בילד
קומט אויס בערך 20.5 אין די הייעך ביי כמעט 37 אין די לענג, לייג צו א אינטש צווי פאר די פרעים, און מער אויב איז עס געלעגען אין די באקס.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 3:00 pm
דורך gehlungen
דולה ומשקה האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:אויב האב איך נישט א טעות שטייט עס אין רזא דעובדא (קרעטשניף) איך דארף נאכקוקן.


גערעכט אין זמירות רזא דעובדא שטייט דער מעשה, אז "ואחריו גנח גניחה גדולה", דארט שטייט אז רבי לייזער וואלף האט דערציילט אז דער אפט'ער רב האט געגעסן 18 טעפ טשאלענט!!! אין דערנאך האט ער געמאכט דעם גניחה, רבי לייזער וואלף האב מסיים געוועהן זאגענדיק: דעם עבודת אכילה קען איך אויך נאכמאכען אבער דער גניחה גדולה דאס קען איך שוין נישט...

מסיבות מבינות וועל נישט רעאגירען אויף דעם.

How big were those pots. REMEMBER it has to make SOME sense !!!!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 3:12 pm
דורך איך אויך
כאפסט נישט? א קרעטשניפר מעשה וואס מאכט סענס איז נישט ראוי צו ווערן אנגעריפן א קרעטשניפע מעשה.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 3:12 pm
דורך gehlungen
טאמבל סאס האט געשריבן:א וועבסייט האט אדווערטייזט אן אנטי טשיטינג רינגל, וואס ווי זיי זאגן איז דאס זייער מסוגל אקעגן טשיטינג.
די חכמה דערפון איז אז ס'פארמאגט פון די אינעווייניגסטע זייט פון די רינגל אריינגעקריצט די ווערטער "איך בין מערריד" און אויך זעצט זיך דער רינגל ארויף שטייף אויף די פינגער אזוי אז אויב זיצטו אין א באר, און ס'באגעגענען זיך דיר אויגן מיט עמיצן, און ס'כאפט דיר אן א חשק צו גיין איינקלאפן מיט איר, וועט דיר בשום אופן נישט געלונגען אזוי גרינג אראפצוגליטשן דעם רינגל פון פינגער, נאכדערצו ווען ס'וועט נאך פערמענאנט בלייבן שיינע בולט'דיגע ווערטער אויף דיין פינגער " איך בין חתונה געהאט" . בקיצור לאמיר בעסער זאגן אז ס'וועט זיך דיר נישט לוינען די בושות.

I don't understand. Aren't all cheaters married, and they know that they are married???

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 3:26 pm
דורך gehlungen
איך אויך האט געשריבן:כאפסט נישט? א קרעטשניפר מעשה וואס מאכט סענס איז נישט ראוי צו ווערן אנגעריפן א קרעטשניפע מעשה.

You are saying it from aptteh ruv ztzvk"lvr. My gosh. How in the world can you sell such a story to the kids. It doesn't make sense what so ever. Not BEHGASHMEYOS & not BEROCHNEYOS !!!!

טיפס

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 10:52 pm
דורך זר זהב
אן איינוואוינער פון די שטאט קענטאקי, וועלכער איז געשטארבן אין עלטער פון 30 יאר, האט אין זיין צוואה געבעטן זיינע קרובים אז זיי זאלן געבן ברייטהארציגע טיפס אין רעסטאראנטען. "און איך מיין נישט קיין 25% טיפס נאר טאקע ברייטע נתינות פון 500 דאלאר ווען איר עסט א פיצא"...

די משפחה וואלט גערן ערפילט זיין בקשה, נאר איין פראבלעם... דער נפטר איז א דל עני ואביון, נישט איבערגעלאזן א פעני.
כדי צו קענען מקיים זיין די צוואה האבן זיי זיך געוואנדן צום פאבליק, אז זיי זאלן העלפן מיט געלט מקיים זיין צוואת המת.
דער ציבור איז געווען נתבעים ונותנים, און ס'שוין אריינגעקומען 50 טויזענט דאלאר. (גענוג פאר 100 טיפס...)
זיי האבן שוין געטיילט 3 טיפס פון 500 פאר סארווירער.

די קרובים זאגן אז זיי פלאנען צו טיילן כאטש איינמאל א וואך אזא ברייטן טיפ אזוי לאנג ווי זיי וועלן באקומען געלט פונעם ציבור.

אפשר וועלן זיי איינמאל קומען עסן קיין ברוקלין...

קרעדיט: ד.א.