בלאט 1 פון 4
געשעפטן מיט פיינע קאווע
נשלח: מיטוואך יוני 10, 2015 9:13 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
און די אשכול קען מען שרייבען ווי ס׳ דא צו באקומען פיינע קאווע טא גא. אין בארא פארק אדער וויליאמסבורג. איך רעד פון געשעפטן וואס האבען אייביג נאר פרישע אין גיטע קאווע. פארשטייט זיך אז געשעפטן וואס פארקויפען kcups וואס האט די מעלה אז ס׳ אייביג פריש, אין די קאסטעמער קען אליין אויסוועלען פין צווישען א רייע פין פלעווארס און בלענדס וועט פארנעמען א אויבן אן אין די אשכול.
Re: סטארס מיט פיינע קאווע
נשלח: מיטוואך יוני 10, 2015 9:16 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
maimonides cafeteria האט Starbucks און ס׳ אייביג פריש.
Rubin 44&15 has Kcups
Re: סטארס מיט פיינע קאווע
נשלח: מיטוואך יוני 10, 2015 9:19 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
orange k Internet cafe 42&14 has כמו kcups. ס׳ אויסערגעוונטליך גוט.
Re: סטארס מיט פיינע קאווע
נשלח: מיטוואך יוני 10, 2015 9:23 pm
דורך נופת צופים
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:און די אשכול קען מען שרייבען ווי ס׳ דא צו באקומען פיינע קאווע טא גא. אין בארא פארק אדער וויליאמסבורג. איך רעד פון געשעפטן וואס האבען אייביג נאר פרישע אין גיטע קאווע. פארשטייט זיך אז געשעפטן וואס פארקויפען kcups וואס האט די מעלה אז ס׳ אייביג פריש, אין די קאסטעמער קען אליין אויסוועלען פין צווישען א רייע פין פלעווארס און בלענדס וועט פארנעמען א אויבן אן אין די אשכול.
K-cups איז אייביג פריש? זאג עס נאכאמאל? עס ליגט חדשים אויפ'ן שעלפ שוין געמאלן. ס'האט יענע פנים אזא אויבן אן.
שלמי'ס בעקערי אויף 12-50 און אויף 16-47 האבן גוטע פרישע קאווע.
Re: סטארס מיט פיינע קאווע
נשלח: מיטוואך יוני 10, 2015 9:28 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
קעי קאפס איז וועקיום פעקד און מיינע אויגן איז דאס די בעסטע קאווע. ס׳ קיינמאל נישט פארברענט פין ליגען לאנג אויף די ווארעמער.
Re: סטארס מיט פיינע קאווע
נשלח: מיטוואך יוני 10, 2015 9:37 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
שלומיס בעקערי האט גאנץ גוטע קאווע ווען ס׳ א פרישע טאפ. אבער אמאל קען דיר די גויטע דארט אריינריקען אזעלעכע........ אז ס׳ נישט אין מויל צו נעמען.
Re: סטארס מיט פיינע קאווע
נשלח: מיטוואך יוני 10, 2015 10:03 pm
דורך נופת צופים
הע, יעדן טאג איז דא א נייע אימיגראנט. קענסט קיינמאל נישט וויסן פון פריער.
Re: סטארס מיט פיינע קאווע
נשלח: דאנערשטאג יוני 11, 2015 7:29 am
דורך נופת צופים
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:שלומיס בעקערי האט גאנץ גוטע קאווע ווען ס׳ א פרישע טאפ. אבער אמאל קען דיר די גויטע דארט אריינריקען אזעלעכע........ אז ס׳ נישט אין מויל צו נעמען.
יא יא. כ'האב יעצט באקומען אזאנס. ס'האט גענומען אונטער 7 סעקונדעס פאר דעי נייע אימיגראנטינע פריש אראפ פון שיף צו מאכן א קאווע פון אן אלטע האלב ליידיגע טאפ. נע, ס'איז נישט ווערד די גאנצע מעשה.
נשלח: דאנערשטאג יוני 11, 2015 7:56 am
דורך כוכב
ברעדבערי האט געשמאקע קאווע ועוד.
Re: סטארס מיט פיינע קאווע
נשלח: דאנערשטאג יוני 11, 2015 8:38 am
דורך די קעניג פין אמעריקע
כוכב האט געשריבן:ברעדבערי האט געשמאקע קאווע ועוד.
וואס מיינט ועוד? שרייב ״ווי״ נאך. זאל דער עולם הנאה האבען.
Re: סטארס מיט פיינע קאווע
נשלח: דאנערשטאג יוני 11, 2015 10:14 am
דורך matovu
Latta
Espresso
מה זה ?
מען דארף א שיעור פשוט דא.
Sent from my SM-G900V using Tapatalk 2
נשלח: דאנערשטאג יוני 11, 2015 10:20 am
דורך שמעקעדיג
פאר א שיעור פשוט (אדער אפשר עיון?) גיב א קוק דא ומשם תדרשנו
viewtopic.php?f=4&t=865לאמיר לאזן דעם אשכול בלויז פאר געשעפטן.
Re: סטארס מיט פיינע קאווע
נשלח: דאנערשטאג יוני 11, 2015 10:25 am
דורך שמערל
אין וויליאמסבורג איז די איינציגסטע קאווע וואס קומט נאך מיינע סטאנדארטן, איז ביי וויליאמסבורג בעגל. אבער לויט מיין טעיסט זענען k cups נישט אין מויל צו נעמען- איך וועל ענדערש מאכן א רעגולאר טעיסטער טשויס קאווע איבער א סתם געקויפטע קאווע אדער א k cup. במילא פאר איינעם וואס k cup קאווע הייסט געשמאק, איז נישט ווערט די טירחא און געלט צו קויפן דארט א קאווע.
אויב שוין יא א קאווע פון א סינגל סערוו מאשין, דאן זאל עס שוין פון די פירמע nespresso, טאקע אביסל טייערער פון keurig, אבער גאר געשמאק און פון הויעכן קוואליטעט.
אבער די בעסטע קאווע קען איך נאר באקומען ביי מיר אינדערהיים, געמאכט דורך א aeropress מיט לאקאל געברוטענע
טייערע קאווע (בערך 20 דאללאר א פונט), עס נעמט טאקע צען מינוט אנצוגרייטן, אבער לעת עתה האב איך נאכנישט געטראפן קיין איין היימישע געשעפט וואס זאל עס איבערשטייגן.
און אז מען רעדט שוין, עספרעסאו איז די גולת הכותרת פון א קאווע, און דאס איז ליידער כמעט נאכנישט בנמצא ביי אונז, אין וויליאמסבורג אייז קרים הויז האב איך אמאל פארזיכט איינס וואס איז נישט געווען אין מויל צו נעמען, עס איז אויך דא אין די נייע קעיף טווענטי ניין אויף טרופ עוועניו, אבער לויט ווי "גוט" זייער קאווע איז גלייב איך נישט אז די עספרעסאו האט א טעם. וויאזוי איז די עספרעסאו אין ברעדבערי?
צום שלוס, די מסכתא פון קאווע איז גאר א ברייטע און טיפע פעלד, פונקט ווי וויין קעיז און אנדערע ארטיזענעל מאכלים, אבער ביי אונז חרדים ווי ארט בכלליות איז בשפל המצב, איז דער קאווע בלויז א מיטל צו העלפן מיטן צו העלפן מיטן ארויסגאנג, נו פארדעם וואס דארף מען מער ווי א ביסעלע שטויב, וואסער און מילך.
נשלח: דאנערשטאג יוני 11, 2015 10:25 am
דורך פוחת ועומד
אין גארמע גלאט קען מען נעמען קאווע פרענטש לאטטע פון מאשין בחינם אויב שאפט מען דארט אפילו א קלייניקייט
נשלח: דאנערשטאג יוני 11, 2015 2:25 pm
דורך אפשר
האווא דזשאווא אין מאנסי האט זייער פיינע קאווע, אייביג פריש.
Re: סטארס מיט פיינע קאווע
נשלח: דאנערשטאג יוני 11, 2015 6:41 pm
דורך נופת צופים
פוחת ועומד האט געשריבן:אין גארמע גלאט קען מען נעמען קאווע פרענטש לאטטע פון מאשין בחינם אויב שאפט מען דארט אפילו א קלייניקייט
הקב"ה ישמרנו ויצילנו פון יענע קאווע. כ'ווייס נישט וואס זיי לייגן דארט אריין אבער ס'האט א טעם פון שטויב וואסער.
#כיניםבחינם
Re: סטארס מיט פיינע קאווע
נשלח: דאנערשטאג יוני 11, 2015 6:50 pm
דורך נופת צופים
שמערל האט געשריבן:
צום שלוס, די מסכתא פון קאווע איז גאר א ברייטע און טיפע פעלד, פונקט ווי וויין קעיז און אנדערע ארטיזענעל מאכלים, אבער ביי אונז חרדים ווי ארט בכלליות איז בשפל המצב, איז דער קאווע בלויז א מיטל צו העלפן מיטן צו העלפן מיטן ארויסגאנג, נו פארדעם וואס דארף מען מער ווי א ביסעלע שטויב, וואסער און מילך.
דער חרדי'שע עולם הייבט שוין אן צו שמעקן די artisanal עסנס. קוק וויאזוי די קעז אפטיילונג אין סופערמארקעטס זעען אויס. וויפוהל נייע וויין געשעפטן אין בפ און ווילי. וויפוהל געשעפטן האבן אנגעהויבן פארקויפן (עכטע) קאווע.
צוביסלעך צוביסלעך גייט דער עולם קומען צום טעם. פון דארט גייט עס
שוין גיין צו ארט, (עכטע) מוזיק וכו'
נשלח: דאנערשטאג יוני 11, 2015 6:59 pm
דורך BAL TSHIVA
פוחת ועומד האט געשריבן:אין גארמע גלאט קען מען נעמען קאווע פרענטש לאטטע פון מאשין בחינם אויב שאפט מען דארט אפילו א קלייניקייט
איך מיין אז דאס האבן זיי שוין לאנג גע'סטאפט נאכדעם וואס בחורים פין ארימיגע ישיבות האבן זיך דארט באקוועם געמאכט יעדן טאג מיט די אומזיסטע קאווע.
Re: סטארס מיט פיינע קאווע
נשלח: דאנערשטאג יוני 11, 2015 7:18 pm
דורך נופת צופים
BAL TSHIVA האט געשריבן:פוחת ועומד האט געשריבן:אין גארמע גלאט קען מען נעמען קאווע פרענטש לאטטע פון מאשין בחינם אויב שאפט מען דארט אפילו א קלייניקייט
איך מיין אז דאס האבן זיי שוין לאנג גע'סטאפט נאכדעם וואס בחורים פין ארימיגע ישיבות האבן זיך דארט באקוועם געמאכט יעדן טאג מיט די אומזיסטע קאווע.
ס'גייט נאך אן מיט'ן גאנצן קנאק. און די בחורים זענען זיך נאך אלץ מחי' דארט.
נשלח: דאנערשטאג יוני 11, 2015 7:46 pm
דורך קאצקע ציקער
ווייס בעקעריי אין בארא פארק האט פיינע קאווע. על כל פנים איך האב עס ליב
Re: סטארס מיט פיינע קאווע
נשלח: דאנערשטאג יוני 11, 2015 8:07 pm
דורך נופת צופים
וועגן די קאווע דארט וויסן איך נישט, אבער מייז איז זיכער דא דארט.
נשלח: דאנערשטאג יוני 11, 2015 9:17 pm
דורך פוחת ועומד
נופת צופים האט געשריבן:פוחת ועומד האט געשריבן:אין גארמע גלאט קען מען נעמען קאווע פרענטש לאטטע פון מאשין בחינם אויב שאפט מען דארט אפילו א קלייניקייט
הקב"ה ישמרנו ויצילנו פון יענע קאווע. כ'ווייס נישט וואס זיי לייגן דארט אריין אבער ס'האט א טעם פון שטויב וואסער.
#כיניםבחינם
וועגן די קאווע ווייס איך נישט, איך נעם אלס די פרענטש קאווע צו וויאזוי ס'הייסט. ס'איז גן עדן! די טעם. דער טעמפוטשער איז גיהנום גוט
נשלח: פרייטאג יוני 12, 2015 9:28 am
דורך שאולדיספריםפאקער
גארנישט ביעט נישט א גוטן סטארבאקס קאווע ,
און וויליאמסבורג איז דא גאר א געשמאקער סטארבאקס אויף union