בלאט 1 פון 1

די צונקופט פון מוזיק סידי׳ס

נשלח: מיטוואך יוני 10, 2015 10:20 pm
דורך סאשי פיש
די אידישע מוזיק וועלט האט ענדליך איינגעזען אז פון פארקויפען סידיס גייט מען קיין געלט נישט מאכען ווייל נאך פאר א מענטש האט צייט צו גיין אין געשעפט קויפען די סידי ליגט עס שוין אויף זיין סעלפאון צו מיט א לינק צו מיט וואטסעפפ צו מיט ביידע,
האט היינט נפתלי משה שניצלער געבראכען די אייז אין פשוטו כמשמעו געפענט אן אפיעל!
ווער עס קען צושטייער געבן פאר די נייע סידי ״מחשבות״
איך בין זיכער אז די עולם גייט זיך אנרופען אפילו מיט קלענערע געלטער ווי פינעף טאלער גייט ער כאטש דאס מאכען
דא האט איר די לינק
http://www.gofundme.com/mottyilowitzalbum

נשלח: מיטוואך יוני 10, 2015 10:24 pm
דורך ישמעאל הכהן
ס'רעדט צו מענטשן וואס האבן באקומען די מוזיק און זיי ווילן באצאלן אויב מ'איז זיי מעורר

נשלח: מיטוואך יוני 10, 2015 10:25 pm
דורך כוכב
היות איך האב באקומען דעם סי. די. כדרך כל הארץ האב איך יעצט מנדב געווען 15$ און אפגעצאלט מיין טאקען אוו אפרישיעישאן.
אויב שראל אדלער עפנט אזא קאמפיין וועל איך געבן פופצן טאלער איה.
השתא דאתית להכי ווער סהאט מאטיס ביכל זאל מיך קאנטאקטן אין אישי...

נשלח: מיטוואך יוני 10, 2015 10:31 pm
דורך סאשי פיש
כוכב האסט קיינמאל געזאגט אז דו ביסט מאטי׳ס פען...

נשלח: מיטוואך יוני 10, 2015 11:00 pm
דורך כוכב
איך בין א גראם מיט טעם...

נשלח: דאנערשטאג יוני 11, 2015 12:29 pm
דורך שמעקעדיג
איז מהיום והלאה ווער עס שיקט דעם סידי/אלבום אויף וואטסעפפ זאל ער מיטשיקן די לינק און פטור אן עסק? אדער איז עס פטור אבל אסור...?
למעשה טראכט איך אריין אז דאס מוז זיין א גוט געשעפט פאר נפתלי משה און מאטי, ווייל באופן כזה שפארן זיי זיך די קאסטן פונעם פרינטן די סידי, די קאווערס, דעם דיסטריביוטער, און דעם פראצענט וואס דער פארקויפער/געשעפט ציפט אראפ פאר זיך.

נשלח: דאנערשטאג יוני 11, 2015 2:02 pm
דורך כוכב
אדערווייל איז דער קאמפיין א ביטערער דורכפאל.

נשלח: דאנערשטאג יוני 11, 2015 2:11 pm
דורך רויטע וואנצעס
יא, אזוי זעהט מען אויס אויב כוכב איז נישט בראש.

נשלח: דאנערשטאג יוני 11, 2015 2:14 pm
דורך ישמעאל הכהן
שמעקעדיג האט געשריבן:און דעם פראצענט וואס דער פארקויפער/געשעפט ציפט אראפ פאר זיך.

ער בעט דא נאר 10 דאלער. אין געשעפט איז עס 15. דעם צענער מאכט ער אלעמאל

נשלח: דאנערשטאג יוני 11, 2015 6:28 pm
דורך סאשי פיש
כוכב האט געשריבן:אדערווייל איז דער קאמפיין א ביטערער דורכפאל.

ווייניגער ווי 200 אין א גאנצע טאג!

נשלח: דאנערשטאג יוני 11, 2015 6:34 pm
דורך שמעקעדיג
ישמעאל הכהן האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:און דעם פראצענט וואס דער פארקויפער/געשעפט ציפט אראפ פאר זיך.

ער בעט דא נאר 10 דאלער. אין געשעפט איז עס 15. דעם צענער מאכט ער אלעמאל

ואנכי לא ידעתי. ייש"כ פארן מתקן זיין.

נשלח: פרייטאג יוני 12, 2015 9:34 am
דורך שאולדיספריםפאקער
סאיז שוין צייט אז די אלע זינגערס און קאמפעזירערס זאלן אויפהערן וויינען נאך יעדע סידי וואס זיי גיבן ארויס , געוואלד עס קאסט אונז אזויפיעל צו מאכן א סידי , דער עולם קאפירט , דער עולם שיקט עס ארום ,

עס איז 2015 און ענק ווייסן שוין פון לאנג אז דאס איז די מציאות און מיט דעים אלעם געט עטס נאך אלץ ארויס סידיס איז אלא מאי האט עטס יא טובת הנאה דערפון
מאכטס נישט קיין ויצעקו נאך יעדע סידי
אז עטס פארלירסט געלט הערטס אויף ארויס גיבן סידיס

Re: די צונקופט פון מוזיק סידי׳ס

נשלח: פרייטאג יוני 12, 2015 2:45 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
ס׳ דערמאנט מיר פון די מילך קאמפעניס וואס לאזען הפקר די קעסטלעך און קלאגען אז מענטשען גנב׳ענען קעסטלעך. ״געס וואט״ וואטש עס וועט מען נישט גנב׳ענען. ס׳ ביליגער נישט צו וואטשען? אקעי באט האב נישט קיין טענות. זעלבע זאך דא, ס׳ לוינט נישט ארויס צו געבען סי דיס, מאכסטו עס עניוועי. האב נישט קיין טענות.

Re: די צונקופט פון מוזיק סידי׳ס

נשלח: פרייטאג יוני 12, 2015 6:02 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
סמארט איידיע כגיי באצאלען

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 1:45 am
דורך סאשי פיש
$356 בזיונות