בלאט 1 פון 1

ובנים לא יומתו על אבות, איש בחטאו יומתו

נשלח: דאנערשטאג יוני 11, 2015 1:31 am
דורך [NAMELESS]
ובנים לא יומתו על אבות, איש בחטאו יומתו!

די קעפל זאגט די גאנצע, איך האב באמת נישט וואס צו צולייגן, אבער היות די קליין קעפיגע האבן ווי ס׳קוקט אויס פארזעהן די פסוק וועל איך עס מסביר זיין, און טאקע פשוט פשט.

איך האב שוין אסאך געשריבן און איך וועל נאך מער שרייבן איבער די שמאלקעפיגקייט, פון די וואס האבן באשלאסן אז קינדער דארפן נעבעך ליידן ווייל זייער פאטער פארמאגט א סמארט פאון. די סקולענע אידן האבן גענומען א תפקיד צו מאכן אינטערנעט אסיפות איך קוק עס ארויף ס׳איז זיכער חשוב אין הימל, אינטערנעט איז נישט קיין ברכה ובפרט ווען מ׳ברויך עס נישט, איך האב גענומען א תפקיד ארויס צו ברענגן די וויי געשריי און די אומרעכט און הפקירות מקשר צו זיין א קינד׳ס חינוך צו זיין טאטע׳ס טעלפוין, עפעס א מין שילוב וואס די וועלט האט נאך נישט געהערט זייט ששת ימי בראשית.

איך רעד דייקא נישט פון די עצם צווינגען אונטערצושרייבן כאטש וואס דאס אליין נעמט אוועק די סעלף רעספעקט פון יעדער נארמאלער מענטש, קודם וואס האסטו דיר אריינצומישן אין מיינע נסיונות? מי שמך לאיש? והשנית ״יעדער״ ווייסט אז איבער האלב פון דער היימישער עולם שרייבט אונטער פאלטש! נו איז אזא זאך אויסגעהאלטן? מנעמט א גאנצע ציבור אידן און מ׳מאכט זיי פאר פאלנע שקרנים, רבותי מיר זענען אלע שקרנים! דאס איז עס! אבער דאס איז נישט מיין נושא, מיין נושא איז פארוואס צווישן אלע קליגע אין אונזער קאמיונעטי איז נישט דא אפילו איינער וואס זאל זיך אויפשטעלן זאגן רבי איד אינטערנעט איז א פראבלעים אבער דאס האט גארנישט מיט יענעם׳ס קינד, אז די האלטסט אז סאיז יהרג ועל יעבור האק אים אן די ביינער, שריי אים נאך אין בית מדרש, באערדיג אים נישט אין בית החיים, לייג אים אפילו אין חירום, אבער לאז אפ דאס קינד.

איך זעה פאר אז עפעס א געלונגענע מלמד וואס איז א מומחה אין די פעלד פון חינוך ווי מ׳רופט עס גייט איין טאג געבן מכות אכזריות פאר א קינד מיט די טענה אז זיין טאטע האט א סמארט פאון, לאך נישט און סאיז נישטא קיין סיבה פארוואס זאלסט מיר אנצוקוקן פאר א בעל דמיון, אויב איינער פארשטייט פארוואס א מוסד זאל אפילו קענען שרייבן אויף א צעטיל אז מוועט נישט אנעמען די קינדער אויב די טאטע האט א סמארט פאון פאר די זעלבע סיבה דארף יעדע יונגעל אין חדר וואס זיין טאטע האט א סמארט פאון כאפן מכות רצח פון די מלמד.

יא מ׳דארף מען ווייזן פאר די קינדער אז נעקסט טיים ווער נישט געבוירן ביי א טאטע מיט א סמארט פאון, זאלסט אויסוועלן א טאטע מיט א פליפ פאון. אז נישט קומט זיך דיר פעטש. טויט שטראף!

און ווי איך האב געשריבן אויף א אנדערע פלאץ, סאיז דא פרויען וואס האלטן קלאר אז אויב מגייט אינגאנצן אראפ געבינדן האט מען בעסערע און ערליכערע קינדער, זיי זעהן דאס בחוש, ליינט נאר די קונטרס עם סגולה און איר וועט זיך אפילו אליין איבערצייגן(?!), במילא שלאג איך פאר א פלאן פאר אלע מוסדות התורה אז מזאל ארויסווארפן אלע קינדער פון אזעלעכע עלטערן וואס גייען נישט אראפגעבינדן, און מ׳זאל מען צווינגען יעדעם צו אונטערשרייבן אז מגייט אראפגעבינדן. דאס מאכט על כל פנים מער סענס ווי די נערישע אומזיגבארע אינטערנעט מערכה, אויף דעם קען מען זיך כאטש פארופן אויף אבותינו ורבותינו וואס האבן קליפ און קלאר געאסרט שייטליך, סאטמאר קען זאגן אז די רבי האט נישט געהאלטן פון קיין שייטליך במילא קען מען נישט שיקן אין אונזער מוסד אויב גייט די מאמע מיט א שייטל. די זעלבע קען באבוב זאגן אז דער דברי חיים איז געווען להשמיד קעגן שייטליך.

נשלח: דאנערשטאג יוני 11, 2015 3:05 pm
דורך [NAMELESS]
אזוי קוקן מיר אויס ווען יעדע חסידות/מוסד וויל איבערשטייגן דעם צווייטן, יעדער וויל ווייזן אז מיר זענען פרומער און בעסער פון יענעם. די רעזולטאטן זענען ביטערע

נשלח: דאנערשטאג יוני 11, 2015 3:58 pm
דורך moshav zekeinim
איך האב שוין עטליכע מאל געשריבן איבער די סארט נושאים און איך זאג עס נאכאמאל. מען קען שרייען און וויינען, טאמער וועט מען נישט גיין מיט געוואלד אקעגן די חברה וועט מען גאנץ קנאפ אויפטון. "רק בדם תהיה להם הארץ (לב)".

נשלח: דאנערשטאג יוני 11, 2015 5:41 pm
דורך [NAMELESS]
How about this?

נשלח: דאנערשטאג יוני 11, 2015 6:49 pm
דורך אפטעמיסט
דאס איז דאך פונעם באליבטען שבת בלעטל ז"ל

נשלח: מאנטאג יוני 22, 2015 11:05 am
דורך שמעקעדיג
שש"ט פון דער בלאט האט אפגעלייענט דעם אשכול, און אט איז וואס ער האט צו זאגן דערויף:

.

נשלח: מאנטאג יוני 22, 2015 4:07 pm
דורך [NAMELESS]
איך האלט אז די לעצטע ווערטער וואס דו האסט אראפגעברענגט פון אים, זענען גראדע א מעין חתימה אויף טעלער'ן אליינס.
'לקח את עצמו' - ער האט זיך דערקלערט פאר א יש. ער איז דער ידען, ער איז דער בעל השקפה, און ער איז קהל'ס פארזארגער.

אין מיינע אויגן איז דאס ש.ש.ט. במלוא הדרו: א קליינקעפיגע בעל גאוה, א שוואנץ וואס איז א 'הרה"ג', א היפאקריט פון ערשטן סארט.

נאר אנדערש ווי קורח'ן, וואס איז געווען סיי א צדיק, און סיי א פיקח, איז דער צובראכענער טעלער נישט קיין צדיק און נישט קיין חכם. סתם נאך א לאנגווייליגער זיך-זעלבסט-דערקלערטער היסטאריקער און בעל השקפה. כ'וואלט אים געזאגט 'שעים אן יו', אבער מיר זעט אויס אז ער איז נישט גענוג קלוג דאס צו פארשטיין!

א שאד ער איז ניטאמאל קיין פיקח.

נשלח: מאנטאג יוני 22, 2015 4:46 pm
דורך געוואלדיג
מען פארציילט אז א איד איז אמאל אריין אין ביהמ"ד און ער באמערקט ווי עס שטייט אן ע"ה איינגעהילט אינעם טלית ווי א ת"ח, איז ער צוגעגאנגען צו איהם און ער האט איהם געזאגט, פון דעם וואס דו הילסט זיך איין אינעם טלית זעהט אויס אז דו ביסט א ת"ח, נו, א ת"ח דארף צו וויסן אז א ע"ה הילט זיך נישט איין אין א טלית...

נשלח: דינסטאג יוני 23, 2015 1:12 am
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:שש"ט פון דער בלאט האט אפגעלייענט דעם אשכול, און אט איז וואס ער האט צו זאגן דערויף:

.

פון די אויבער שטרעכליך און פונעם אראפברענגן מיינע פסוקים איז קלאר אז ער מיינט מיר, אויב איך וועל אמאל מיך מייאש זיין פון מיין קאמף קעגן ״די ארבעטסלאזע עסקנים״ (הרב טעללער איי עם סארי באט איטס די פעקט) וועל איך ארויס נעמען דעם ארטיקל פון הרב טעללער פון ווי איך וועל שעפן חיזוק אז סוף כל סוף מיינע ווערטער ווערן געליינט און גרייכן די ריכטיגע אויער.

ווי אויך זעה איך אז מיינע פעולות איז חשוב בשמים, והבא לטהר מסייעין אותו, איך בין א יחיד אין מיין אייגענארטיגער מהלך אבער איינער פון די אכשר דרא מארקעטינג מאשין האט געזעהן מיינע ווערטער אלץ דברים של טעם און געפילט פאר וויכטיג דאס אפ צו ענטפערן כדאי די קליינע קינדער זאלן זיך נישט אויפוועקן און איינזעהן דעם אמת. ברוך השם. די מוסר השכל איז אז יעדער דארף טוהן זיינס דאס איבריגע לאז פאר השי״ת.

נשלח: דינסטאג יוני 23, 2015 6:18 pm
דורך [NAMELESS]
פון די מעשה קען מען אויך זעהן די שקצות פון די פילטערס
זיי בלאקן אונזער שטיבל כדי זייערע מענטשן זאלן עס נישט קענען זעהן, אבער דער שש״ט וואס איז פון די פארטיי פירער׳ס ער מעג עס יא ליינען. ווי איז זיין פילטער?

נשלח: דינסטאג יוני 23, 2015 8:50 pm
דורך שמעקעדיג
ער האט א שבת גוי