שלימזל'דיגע אנעקדאטן און טשעקאווע פאסירונגען

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

שלימזל'דיגע אנעקדאטן און טשעקאווע פאסירונגען

שליחה דורך בעל מדות »

איך בין נישט יעצט אין די מוד פון פאבריצירן געשיכטעס, און עס איז בכלל נישט די פאסיגע זמן צו מגזם זיין אדער צולייגן ספייסעס איך האב נאר בייגעוואוינט א סצענע ווי פאלגענד.

 איך קום יעצט צוריק פון מיין געשמאקע ערב שבת מקוה אין מיין דערנעבנדע בית המדרש, איך האב שוין געהאלטן ביים ענדע פונעם פראצעדור, זיך צוקנעפלענדיג די פריש געביגלטער העמד'ל.

אט האט א אינגערמאן מיטגעברענגט זיינע צוויי קליינע קינדער אין מקוה, פארגרינגערנדיג פאר זיין אשת חיל מיט די שטוב ווירטשאפט, די קינדער זענען מיר פון אנהויב נישט געפאלן מיט זייער קענטליך ארויסשטארנדע ווילדע טעמפער און הייפערנעס, זיי האבן געווילדעוועט, און געשפרונגען, פלאטשקענדיג אין בור צו די אויפרעגעניש פון די רוהיגע און קרעכצנדע אפזיצער און די שמוציג פארגעלטע וואסערזאפט.


ביים נעמען א שויער האט די פאטער פון די צוויי שטארק געשוויצט צו זיי אפרייניגן, ווען זיי בורדענען און רוען נישט איין קיין איין סאקונדע, ווען די פאטער האט אליין באדינט זיינע געברויכן האבן זיי זיך אנגעהויבן באווארפן מיט די קליינע כשר זייפלעך, פארוואנדלענדיג דעם הייס פארפארעטן שויער שטוב אין א ווילדע געשלעג מיט פליענדע אביעקטן.

אט זענען זיי שוין פארטיג מיט די פרישע פסק פון טאטן און זיי זענען ענדליך אפגערייניגט און פריש צום שבת, די טאטע'ס הארעוואניע איז ענדליך געקימען צו אן עק.

זיי צוויי שפאצירן ארויס ענדליך פון די שויער שטוב, עס טראפט פון זיי וואסער, געטריי ארימגעוויקלט מיט די ווארימע האנטיכער שפאצירן זיי ארויס און דאן האט פאסירט דעם קאמישן, רחמנות'דיגע, און שמייכלדיגע סצענע ווי איינע פון די קינדער האט פארלוירן זיין גלייכגעוויכט אויף די נאסע גליטשיגע ערד כאפנדיג א טראסקע צום ערד מיטשלעפנדיג זיין ברידער אויף דעם מאראסטיגן באדן ווי זיי זאלן וועלן ווילן נקמה נעמען אין דעם פאטער... א זעץ אויף די ערד האט זיך געהערט און עס האט אויסגעזען ווי דער יונגערער זאל זיך ווען שיעור צושפאלטן דעם קעפל.

אנע שכל האבן זיך די צוויי פארשמירט די גלאנציגע קערפער שמעקעדיג פון העד און שאלדער'ס, מיט ערד כארא און האריגע וואסער מאראסטיג און פאר'חזר'ט.

א זיסע און הויכע געלעכטער -וואס האט היבש בארוהיגט די פולע צושויער וואס האבן זיך צוזאמגעלאפן- האט זיך געהערט אינעם חלל פון די מקוה און די טאטע ארויסבליקנדיג פון זיין צעל האט גראד געכאפט אז מען רעדט דא פון אנהייבן דעם פראצעדור עוד הפעם... און זיין קרעכץ האט פארשטילט די בייזע געלעכטער וואס האט זיך אומדירעקט געשאפן ביי יעדעם אין די נאזלעכער, נישט שיין געווען צו לאכן אבער די נאטור איז אזוי געווארן אוועקגעשטעלט דורך השי"ת.

עניוועיס נישטא מער מאריך צו זיין
האטס מיר א גוט שבת.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום בעל מדות, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
מ'מאכט זאכן מעגליך.
וכדומה..
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 431
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 7:15 pm
האט שוין געלייקט: 2038 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך וכדומה.. »

יא יא, קינדער האבן נישט וואס צו זוכן אין מקוה, טראגען קינדער אין מקוה איז א פארברעכען, און אויף א געוויסע פארנעם עביוז
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

נאך אביסל און ס'דא וועקעישאן פון זיי אביסל..
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

בעל מידות: דו האסט היפש מגזים געווען. (נישט מעגאזעם געווען.) ווייל אזא מקוה וואו ס'איז דא מאראסט, בלאטע ,כארא און האר דארט וואו מ'גייט ארום. אין אזא מקוה וויל איך נישט אריינטרעטן...!
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

שליחה דורך בעל מדות »

מאדנע געשיכטעלעך פאסירן יעדן טאג, א פאזיטיוויסט וואלט בעיסיקלי געקענט נעמען 95% פון די תגובות אין די אשכול פון "זאכן וואס רעגן מיך אויף" און עס אראפלייגן הומאריסטיש אין אזא שלימזל'דיגע פארנעם געשעעניש, איז אנשטאט זיין אין כעס, זיך רעגן, לאמיר טאקע פרובירן דערמיט צו מאכן זאכן מער שענער וויזי איז געווען און ברענגען דערמיט הנאה פאר מענטשן.

נישט לאנג צוריק בין איך געוועזן פארנימען אויפרוימען און איינרישן מיין אפיס, האבעך געפונען צווישן מיינע לעדלעך א געוויסע מעדאל פלעג וואס האט געזאלט ווערן אויפגעהאנגען אויפן וואנט מיט א נאגל, א האמער איז נישט געווען אין מיין אפיס, און איך האב געזיכט עפעס וואס האט די געוויכט צו אריינשטופן דעם נאגל אינעם וואנט.

צווישן די בעסטע זאכן וואס איך האב נאר געטראפן איז געווען א ספרעי וואס האט געוואויגן און האט אויסגעזען שטארק, גענוג אויף צו אריינהאקן דעם קליין איידעלע נעגל אריין אין וואנט.

איך האק איינמאל, צוויי מאל, ווען מיטאמאל האט די שארפע שפיץ פונעם נאגל פאראורזאכט א לאך אינעם ספרעי און ווי א באמבע זאל אויפשיסן האט זיך גענימען שפריצן און רעגענען פון דעי ספרעי מאטריאל וועלכע איז געווען אזא אומאנגענעמע קלעבעדיגע אויל שיסנדיג מיט מאכט ווי אויף מיין גאנצן געזיכט, רעקל, ציצית, און ווי נישט.


זיך טרעפנדיג הונטער א שיכט פון דעם קלעפיגער באלאגאן, האט דער באטל ווייטער פארגעזעצט זיך צו ארימווארפן אויפן ערד שיסנדיג פון דעם לאך ווי א פייער פאמפ שמוציגע געיל'ליכע קאטשעניו.

א גויטע האט פינעף שעה געדארפט קלינען צו צוריקברענגען דעם ארט ווי בעפאר.

איז געבט אכטונג...
מ'מאכט זאכן מעגליך.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

איך שטיי אמאל אויף שבת צופרי אין א פריע שעה, און מיט זיגרייכן שמייכל גיי איך מיר אין ביהמ"ד מיט גרויסע פלענער וואס איך גיי אלס אניאגן צו לערנען פארן דאווענען, און וויאזוי מיין נשמת וועט אויסקוקן, און אזוי פארזינקען אין מיינע חלומות שפאנציר איך מיר אריין אין ביהמ"ד, איך טוה אויס מיין רעזשוואלקע און איך בליק אריין אין ביהמ"ד אין א בחינה פון מי הקדימני ואשלם, און איך טרעף מיך דארט אן מיט א עלטערן איד וואס האט ב"ה זוכה געווען צו זיין פון די משכימים ומעריבים בביהמ"ד, איך קוק איהם אן און ער קוקט מיר אן און ער רופט זיך אן צו מיר מיט א קול פול מיט זארג, עפעס איז געשעהן צו דיר? קומסט פון שפיטאל יעצט? איך קוק איהם אן ווי עפעס איז געשעהן מיט איהם, און איך פרעג איהם צוריק וואס עפעס זאל עפעס האבן געשעהן? ענטפערט ער מיר ווייל דו ביסט אנגעהטוהן דין הוט.... איך לייג צו מיינע הענט צו מיין קאפ ווי איך וויל עס זאל נאר א חלום זיין, אבער והנה בעתה עס איז א הוט, איך דריי מיך אויס און איך לויף אהיים ווען מיין הוט איז אין מיינע הענט מיט א רצון אז קיינער זאל מיר נישט טרעפן...
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
וויל קענען
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 151
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 27, 2015 7:18 am
האט שוין געלייקט: 113 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל

Re: שלימזל'דיגע אנעקדאטן און טשעקאווע פאסירונגען

שליחה דורך וויל קענען »

כ’האב געמיינט אז ס’קען נאר געשען צו מיר צרות רבים חצי נחמה
כ’האף אז דיינע שאיפות האבן נישט אויסגעוועפט
אז מ’האט מניעות איז א סימן אז ס’איז חשוב פארן אויבערשטן
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום וויל קענען, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
וכדומה..
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 431
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 7:15 pm
האט שוין געלייקט: 2038 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך וכדומה.. »

איך קלער, נאך א מזל ביסט געגאנגען פרי, אז נאר דער אלטער האט דיך געמערקט,

אדער ניין, ווען דו שלאפסט דיך ווען אויס אביסעל מער, וואלסטו געוויסט אנצוטאן דעם שטריימעל...
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שלימזל'דיגע אנעקדאטן און טשעקאווע פאסירונגען

שליחה דורך א איד »

די זאך אז דער אלטער האט עם נישט אויפגעהערט צו סעקירן די נעקסטע פאר וואכן, ווי איז דיין הוט? האסט פארגעסן דיין הוט? וכו׳ וכו׳
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

שליחה דורך בעל מדות »

כ'זיץ מיר אזוי איינגעמאכט אין א פול געפאקטע סיענע מיט רייזענדער על אם הדרך פון קאנאדע מיטן ציל צוריק צו אנקימען קיין ברוקלין ווען צו מיין גרויס מזל האט מיין דרייווער וועלכע האט א הארץ פון גאלד מיטגענימען א ארץ ישראל'דיגע יאכנע, א יענטע געקנאטן מיט די טייג פון מאה שערים מיטן גאנצן ירושלים'דיגע טראגע און געשעעניש.

אנגעהויבן האט זיך עס ווען ווען די דרייווער מיינע האט באקומען א טעלעפאן רוף אז א רעבעצן פון "ערעציסראל" איז געשטראנדעט אנע געלט און קען באשטיין אנציקימען קיין ברוקלין אהן דארפן צאלן דערפאר.


נו מיר זענען שוין פיפצן מינוט פון מאנטרעאל און ביי דעם דרייווער איז חסד א הויפט פריאריטעט, ער האט זיך אויסגעדרייט תיקף און צוגעפארן צום גענויעם אדרעס אפנעמענדיג דעם היסטארישן אלטן אלמנה וואס האט מיט זיך מיטגעשלעפט פעקלעך, רענצלעך, באקסעס, אזש די גאנצע מויער פון איר געבורט שטאט האט זי געהאט מיט זיך, עס איז מיר געווארן שלעכט פאר די אויגן זעענדיג ווי זי פארמאגט עטליכע טעלער'ס פאר די וועג.

מיט קוים פלאץ האט מען אנגעהויבן אריינשטופן די אלע געפעק, די דרייווער איז טיעף פארלוירן, שווייס באנעצט זיין שטערן פון פארלוירנקייט, ווען אנע ברירות האבן אלע פאסאדזשירן באקומען די חסד פריוועלעגיע צו לייגן טייל פון אירע זאכן ביי די פיס, איך האב געוואלט מיט כעס ארויסזארקענען די גאנצע באקס פלוימען וואס זי האט זייער וויכטיג מיטגענימען קיין ווייסעך נישט ווי, זי האט באקימען די דריי הונטערשטע זיצן זיך אקאמאדירנדיג מיט אירע איבריגע זאכן וואס האבן נישט געהאט קיין פלאץ אין טראנק אדער אין גאנצן קאר, ביים ווילנדיג צוריק ריקן די זיץ וואס איז שטיין געבליבן אינמיטן די קאר צוליב וואס מען האט עס געעפנט אלץ דורכגאנג פאר איר האט זי פארבעטן אז מען זאל עס לאזן אזוי ווייל אירע פיס קענען זיך צודריקן רח"ל

מען לאזט זיך ארויס בשעה טובה ווען זי צושטערט די אנגעצויגענע שטילקייט און הייבט אהן בעטן אויב מען קען "ארויפאייבן" די "מזגן" די דרייווער פרעגט: וואס? איך בין אביסל אייס דא פירט אויס די קעניגן.

א מינוט שפעטער האב איך איר אנגעהויבן דאנקבאר זיין פארן בעטן עירקאנדישן ווייל מיין זעקסטן חוש האט אויפגעכאפט געוויסע פארדעכטיגטע מאנעוורעס וועלכע ווארפן קאלירן ווי זי איז אין א מינוט פון אפשאקלען אירע שיך, איך בין אריינגעפאלן אין א היסטעריע און געוואלט ארויסטאנצן פון אויטא, ווען נאך א מינוט האב איך געזען אז צום וויפלטן מאל איז מיין חוש גערעכט און זי הייבט אהן אראפגראדזשענען אירע שיך פון פלאץ און רייבט זיך אנגענעם אריין איין פיס אינעם צווייטן פארארבעטנדיג מעשים וואס האבן מיר געברענגט מיט גרויסרעכט איבל און אפשיי.

דא איז איר הונגער אינטערגעקימען זי נעמט אפיר איינע פון די טעלער'ס און זי שיילט אראפ דעם אויליגן זילבערפאפיר, צו מיינע בויך דרייענישן אנטפלעקט זיך א גאנצע גרוב פון פאלאפל און ישראלישע סטייל שמעקעדיגע געווירצן און וועדזשעטעביל'ס, פארשטייט זיך מיין פארפיינטעטע טונא וואס גערוך'ירט און מאכט מיר נאורשעס אויף א קלימאקס איז אויך חלק פון דעם גרויסן מאלצייט, כאפנדיג א בליק פארן ארטיקל באמערק איך ווי זי עסט מיט א לעפל ארויס פון א טעלער "טשיק פיעס"

זי עסט שטאט און הויעך אנע קימערן מיט מיינע שלשול פראבלעמען, און מאכט א שטאטע ברכה הויעך און ערליך אויף א גאר הייליגע שטייגער.

די רייזע גייט אהן, זי נעמט אפיר א תהלים און הייבט אהן זאגן נישט הויעך און נישט שטיל אויף א נערווירנדע טאן ווי זי זאל קלאגן אויף עמיצן, מען האט געקענט אנהערן איר גראגערישע ליספ ביי יעדע סמך שין אדער צדיק.

פארגעסן צו אינטערשטרייכן איר טראגע וואס איז באקאנט אלץ די כת השאלים אדער די לב טהור טראגן, עס האט מיר געמאכט שפורן אזוי אומהיימליך און אומזיכער ווען ווער ווייסט צו זי וועט נאך מאכן פראבלעמען ביים גרעניץ מיטן נישט אנערקענען איר פאספארט פונעם "מדינה הציונות"

די דרייווער איז קענטליך געווארן אנגעצויגן פון אירע שעפשערייען און האט ארויפגעשאלטערט ר' יוסף חיים אויפן העכסטן טאן אזוי אז עס האט אנגעהויבן אויסקוקן ווי א ראדיא פראגראם ווי א מאן און פרוי רעדן.


ביים גרעניץ איז געווען לעבעדיג מיט אירע לעגאלע און קאמפליצירטע אנשויאונגען, מען האט אינז אויפגעהאלטן פאר א לאנגע צייט, זי האט געהאט מער געלט ווי ערלויבט און אלע אירע פרוכט האט מען קאנפיסקירט צו איר ענדלאזע הארצוויי און כמעט יללות.

זי האט זיך אנגערופן ביים ענדליך פריילאזן מיט א באליידיגטע שאק "...נישט געוויסט אז די קאנאדישע זענען אזעלכע אנטיסעמיטן..." זי האט שיעור נישט ערהאלטן פון מיר א פארציע.

דא האט איר אלטע פריינדינע פון בני ברק אריינגערופן אויפן פלאפון און זיי האבן מיט שטורעמישע נאסטאלגיע אנגעהויבן פלוידערן אויף אכציג מייל א שעה, פון צווישן די שטיקער אינפארמאציע וואס זיי האבן דארט דורכגעקייעט האב איך אויסגעפונען אז זי ליידט אויף ציקער ענקזייעטי און אויף א געוויסע אייטער באבל קרענק אויף די פיס...איר ליבשאפט צו קנאבל איז עטליכע מאל געווען א הויפט פאקטאר אינעם שמועס.

מישנדיג זכרונות, דורכאקערנדיג רעצעפטן, די אמאליגע לעבמסשטייגער באגלייט מיט קרעכצן כסדר, לשון הרע, און רכילות, ניגונים און השקפה, תורה און מוסר, אזש מיין קאפ האט געשווינדלט פון אזויפיל ידיעות

זי האט ענדליך אראפגעלייגט דעם טעלעפאון ווען אירע בעטערי'ס האבן אנגעהויבן גוסס'ן זיי האבן זיךגעשיידט ווי פארן נפטר ווערן און דאן האט זי מיסטריעז פארשאפט א בעג געשווערצטע פלוימען אנהויבנדיג רוקן


זי בעט מיך יעצט צו נעמען די בעג קערלעך און לייגן אינעם רעזערווערטן שאפינג בעג ביים דרייווער זיץ.


נאך דריי שעה צו פארן...זי וויל בארגן מיין פאון...#סימער גוט


דרעזדנער קאלט מיך אהן יעצט ער וויל האבן אן אינטערוויו מיט מיר נאך דעם שוידערליכע פאסירונג, איך געב אים יעצט איבער ערשטהאנטיג פאר די פרוי
מ'מאכט זאכן מעגליך.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

בעל מידות: ייש"כ. דו האסט מיר געמאכט שמייכלען און דערמאנט פון אלטע זיכרונות. ווען די אלטע , אלטע, אריגינאלע אידשע ליכט וואלט נאך עקזיסטירט וואלט דער שרייבער יאנקל פאדראטשיק אזוי הערליך שיין אראפגעלייגט די פאסירונג אזוי ווי דו האסט עס דא אראפגעלייגט.
לפענ"ד. ווען מענטשן וואלטן געהאט א מער הומאריסטישן בליק אויף אויסערגעוויינליכע סיטואציעס אין וועלכע א מענטש פאלט אמאל אריין, וואלט די וועלט געווען א סאך רואיגער...!
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

ס'מיר שווער אביסול אראפצולייגן מיין געשיכטע אזוי זאפטיג ווי בעל מדות, אבער מעשה שהיה כך היה. די זייגער צוקלינגט זיך אינדערפרי און ווייזט אז ס'איז שוין צייט אויפצושטיין. כ'בין טאקע געווען מיד אבער פארפאלן, א זמן איז א זמן. מ'גיסט זיך אפ נעגל וואסער, מ'טוט זיך אן און זאג ברכת התורה. כ'מאך א קאווע און זעץ זיך אראפ זעהן די מעסעזשעס וואס זענען אריינגעקומען איבער נאכט ווען מיטאמאל באמערק איך אז ס'איז נאך צווייע אינמיטן די נאכט, מיין זייגער אין בעדרום איז געווען פארריקט אפאר שעה.

מיט א געשמאק פאל איך צוריק אריין אין בעט און דאנק די באשעפער אז, ס'איז נישט געשען שפעטער וואס דאן וואלט איך נישט געקענט צוריק איינשלאפן.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעון וואלף: גם אני בחלומי. ביי מיר איז עס שוין געשעהן עטליכע מאל. איך וועק מיך אויף אום 2 אזייגער ביינאכט און איך מיין אז ס'איז שוין די צייט אויפצושטיין. דא הייבט זיך אן די מלחמת היצר. דער יצר טוב מיט'ן יצר הרע. דער יצ"ט זאגט.."שטיי אויף"... און דער יצה"ר זאגט "זעה-ליג". איך טו אזוי ווי דער יארמער רב שליט"א. איך שיק זיי ביידע ארויס אין קאך אריין. און איך דריי מיך אויף די צווייטע זייט און איך שלאף ווייטער... :lol:
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

מאדנע ביז גאר ביי מיר גישעהט דאס קיינמאל נאר די פארקערטע איך שטעל אהן די זייגער אויף 8:00 פארטאגס און פלוצלינג געב איך זיך א כאפ אויף איך בין זיכער אז איך האב אויסגעכאפט די זייגער פאר ער האט אויספיעט צו קלינגען און איך געב א קוק און עס איז שוין 9:30 איך לויף שנעל אריין אין קאך און איך זעה די זייגער ארבעט ב"ה פיין עס איז טאקע 9:30.
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
גרויסע מענטשעלע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 883
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
האט שוין געלייקט: 798 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל

Re: שלימזל'דיגע אנעקדאטן און טשעקאווע פאסירונגען

שליחה דורך גרויסע מענטשעלע »

אזוי ליינעדיג דערמאן איך מיך ווי אלטס 10 יעריגע אינגעל בין איך געוועהן פריש צו פארטאגס שטייע איך אויף איינטאג געמיינט האב איך ווי אלע טעג כשלענגל מיך די גאסן צום חדר כקום אן בום די טיר פארשפארט די צווייטע טיר אויך לעקטער פארמאכט אזוי האלב דערשראקן לויף איך אהיים כוועק אויף מיין מאמע כפארצייל איהר אז די חדר איז פארשפארט זאגט זי מיר קינד מיינס סאיז נאך 4 א זייגער.

כמיין דאס לעצטע מאל כבין געוועהן צייטליך פארטאגס [emoji3]
דאס מענטשעלע שפילט........
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

סיריעסלי ? געלאפן אין די גאסן אלטץ יונגל פירער פארטאגס ? Wow
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

די "בעקיטשע שינדער'ס"

שליחה דורך בעל מדות »

אין יענע מאמענטן האט די וועלט באלאנגט צו מיר, איך האב זיך צוגעהערט צו די שארפע קנאקעס פון מיין נייע גלאנציגע שיך, איך האב זיך געשפורט ווי דער פרינץ מיט א איבערפרישונג פון קליידער מכף רגל ועד ראש, אויסשטאפירט הערליך לכבוד די גרויסארטיגע חתונה אויף וואס מיר קוקן שוין אזוי לאנג ארויס דערויף.

די קילע ווינטל אויפן גאס האט צעבלאזן די גערוכן פון אלע געווירצן און שאמפו'ען גענוצט זיך צו רייניגן קורץ בעפאר, און געשאקלט מילד מיינע נאסע שיין געקרייזלטע פיאות.

די קינדער אויסגעצירט און אויסשטאפירט לכבוד די שמחה זענען שוין אריין אין אויטא און איך האב נאך איינמאל אפגעוואשן מיין הערליכע נייע ברילן יעצט ארויס פון באקס און דאן געלאזט מיינע טריט צום קאר גרייט צו פארן אנטיילנעמען אינעם שמחה.

איך שטיי שוין אט ביים טיר פון זאל איך לאז אין גאנג א קורצע פראיעקט פון אפשנעלקען די ווייסע שטויבעלעך פון מיין נייע בעקיטשע איך באטראכט  מיט פארגעניגן די הערליכע דעזיין וועלכע ווארפן פראכט און מלכות און דא צום לעצטן מאל האב איך גענימען די שטריימל אין האנט שטוינענדיג פון איר מוסטערהאפטיגע פרעכטיגקייט, אפבלאזנדיג די שטויבעלעך, א קליינע פארעכט דא, א בלאז דארט, והנה, היידא! אלעס קלאפט, איך עפן די טיר פון זאל און מיט די קאפ געבויגן אויף ארויף מארשיר איך אריין אין זאל ווערנדיג אויפגענימען דורך א ציכטיגע זאל מיט שמעקעדיגע פריש געוואשענע ערד און כלים.

מאאזזזעלל טאאב הערט זיך די אויסרוף פון די ערשטע שוואגער ווערנדיג נאכגעפאלגט דורך אנדערע קרובים און קוזינעס, יעדער איז לוסטיג, די חתן איז פארנימען רייבן די נאז מיט די אומבאקוועמע זאל טאשנטיכלעך צו די אומהיימליכע קלאגליד פון א היימישע וואנעבי גראמער וואס זינגט אפף טאן.


די חתונה צייגט רייכטום און דערהויבנקייט, די פארשידענע מוזיקאנטן שטעלן זיך אוועק אויף זייערע פאזיציעס גרייט מאכנדיג זייערע כלים, יעדע מינוט שפאצירט אריין נאך א פעטער אדער קרוב אויסגערוהט און ענטואזיסטיש גרייט אנציהויבן דעם גאר גרויסן נאכט.


איך הייב אהן קומען צו זיך, איך נעם א פלאץ און וויל טראכטן פון זיך אוועקזעצן, ווען דאן אט דא איז די בראך אנגעקימען, א ווילדע נשמה, מיט א געוויכט ווי א מאנסטער, געוויס א קרוב צום אנדערן צד, א בחור, וואס טראגט מיט זיך א פעשליך פעקל, שפאצירט מיר דורך לויפנדיג אויף א אומאפשטעלבארע שנעלקייט ווי ער זאל דארפן יעצט ראטעווען א עולם מלא, און מיט א געלונגענע אויסגערעכנטקייט האט זיין זייטיגע בעקיטשע שינדער אראפגעגאלט מיין קנעפל איר אריינשיקנדיג גראד אריין אין טעלער הערינג אויף וואס די אלטע פעטער אן אלמן איז געזעצן מיט גרויס אפעטיט.

איך בין געווען אין קענטליכע שאק נאכנישט אקאמאדירנדיג דעם פאקט אז מיין נייע בעקיטשע איז דראמאטיש פאר'יתום'ט געווארן פון איר קנעפל.

איך האב זיך אויפגעהויבן פון פלאץ אהיימגעלאפן און ארויפגעווארפן אויפן קערפער מיין אנדערע בעקיטשע וואס איך האב שוין אביסל אויסגעוואקסן מאכנדיג דעם שנעלן חשבון אז מיט א בעקיטשע אהן א קנעפל קען איך נישט זיצן.

אויפן וועג צום זאל האב איך איבערגעטראכט דעם מאדנע געשעעניש וואס האט נארוואס געשטעלט אין פלאץ מיין פריערדיגע עקסייטמענט און איר אראפגעטראגן א שטאפל.


איך בין אנגעקימען צום חופה די חתן איז נישט געווען דאהי וויינענדיג פאר זיסע צייטן, די סעודה איז געווען גאר ברייט און מגושם, די מחותן האט באשטעלט שטיקער רינדער און טייערע משקאות אזוי אז די עולם האט זיך געווישט די פעט וואס האבן זיך אראפגעגליטשט פון די מיילער.

די בענד ראקט, די זינגער האקט, די ציבור ווערט אינטערטעינד, מיטאמאל באקימט די שפילער די סיגנאל אנצוהויבן עוד ישמע אן עלעקטערישע שטראם לויפט אריבער אין די לופט די חתן ווערט אריינגעפירט אויפן בענקל ווארפנדיג באלאנס און קליינליכע קענדי'ס.


דא האט עס נאכאמאל פאסירט! איינער פון די אנוועזנדע מיט א רבנישע בעקיטשע און מאסיווע קנעפל אפשינדער (די צוויי זייטיגע האלטער'ס וואס טראגן דעם גארטל) האט ווידעראמאל מאנעוורירט זיין שינדער אטאקירט מיין פאזיציע און אפגע'שחט'ן מיין קנעפל פון איר ארגינעלע מקום, איר אריינשיקנדיג אויף א טענצל צווישן די לעבעדיגע געטענץ...


אנע גוזמאות, איך האב שיעור נישט צושפאצירט צו דעם איד און אראפגעריסן אלע זיינע קנעפלעך... איך האב נישט געוואוסט וואס דא גייט פאר און איך האב אנגעהויבן שפאקולירן צו די שינדערס וואס קומען ארויפגעקלעבט אויף די אלע בעקיטשעס זענען נישט צוגעלייגט ספעציעל אויף צו פארמערן ביזנעס, מען ברויך זעהן וואס מען קען טוהן אפשר קענען מיר אויפקומען מיט עפעס וויסנשאפטליך.

איך זיץ דא יעצט און באטראכט וויאזוי מען נייעט צו מיין הויפן קנעפלעך.


און אז איך האב שוין די שופר אין האנט...מזל טוב חתן...!
מ'מאכט זאכן מעגליך.
פארשפארט