בלאט 1 פון 1
די מחותנים געים
נשלח: מוצ"ש יוני 13, 2015 11:42 pm
דורך [NAMELESS]
לעצטענס האב איך א שידוך געטוהן, (ברוכים תהיה, אי''ה ביי דיר אויף שמחות!), און איך ווער קראנק פון די מחותנים משוגעת'ן. גלייך ביי לחיים האט די מחותן מיר אנגעפאנגען בא'איר'צן. איר טראכט אהער, איר זאגט אהין, לאמיך עס געבן פאר אייך, אייער טאטע, אייער באבע......
כ'האב אים געזאגט אז ער זאל פליז רעדן צו מיר ווי א נארמאלע מענטש, ווי צוויי חברים. דערווייל וויל ער נישט הערן דערפון. ער טענה'ט אז ס'איז דא א וועג ווי אזוי מחותנים דארפען רעדן, אזוי האבן זיינע טאטע און שווער גערעדט צווישען זיך, און מיט זייערע מחותנים, און ער וויל נישט טוישן.
איך רעד צו אים פער "די", אבער ער עקשן'ט זיך ווייטער און זאגט " איר".
בקיצור זעמיר געבליבן אז מ'גייט ארויפשטעלן אויף קאווע שטיבעל אונזער מחלוקה, און אפשר וועט איינער קענען קאנווינצן מיין מחותן אפצולאזן די נארישקייט פון די פריערדיגע דור
נשלח: מוצ"ש יוני 13, 2015 11:51 pm
דורך שטילע אינגערמאן
וואס גייט דיר או טאמער זאגט ער איר?
בעהט עיהם ער זאל דיר רופן די אין אנשטאט זאל ער צאלן 60 פראצענט פונעם חתונה
נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 12:09 am
דורך [NAMELESS]
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:וואס גייט דיר או טאמער זאגט ער איר?
בעהט עיהם ער זאל דיר רופן די אין אנשטאט זאל ער צאלן 60 פראצענט פונעם חתונה
אז עס וועט אים קאסטן געלט גייט ער זיכער נישט מסכים זיין צו טוישן.......
נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 12:13 am
דורך [NAMELESS]
מזל טוב ראשקאל
סוואלט געווען א שיינע זאך אז די ביזט אונז מכבד דיר אבער צו שטעלן איינער פון די שבע ברכות.
Re: די מחותנים געים
נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 12:18 am
דורך ירא שמים
דיין /אייער מחותן ווייסט נישט וואו צו רעדן ,
מדארף זאגן ׳די מחותן׳ דער מחותן האט געזאגט[emoji39][emoji2]
נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 12:21 am
דורך petergrifin
ראשעקאל האט געשריבן:
בקיצור זעמיר געבליבן אז מ'גייט ארויפשטעלן אויף קאווע שטיבעל אונזער מחלוקה, און אפשר וועט איינער קענען קאנווינצן מיין מחותן אפצולאזן די נארישקייט פון די פריערדיגע דור
קודם כל מזל טוב! צװײטנס איז עס א קאװע שטיבל שידוך?
נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 12:29 am
דורך [NAMELESS]
אויב מארגן שרייבט זיך איין א ניק מיטן נאמען סגן ראשקאל זאל מען וויסן אז דאס איז חתן דינן, דער זון אדער איידעם פונעם ראשקאל
נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 12:38 am
דורך berlbalaguleh
פריעד באטשי האט געשריבן:שטילע אינגערמאן האט געשריבן:וואס גייט דיר או טאמער זאגט ער איר?
בעהט עיהם ער זאל דיר רופן די אין אנשטאט זאל ער צאלן 60 פראצענט פונעם חתונה
אז עס וועט אים קאסטן געלט גייט ער זיכער נישט מסכים זיין צו טוישן.......
פריעד באטשי: שוין אויסגעניכטערט פון די היינטיגע שבת שבע ברכות...? יישר כח פאר אונטערהאלטן דעם עולם...! אי"ה ביי אייך/דיר אויף שמחות...אמן.!
Re: די מחותנים געים
נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 12:39 am
דורך [NAMELESS]
petergrifin האט געשריבן:
קודם כל מזל טוב! צװײטנס איז עס א קאװע שטיבל שידוך?
מיין מחותן שרייבט נישט (עכ''פ אזוי רעדט ער מיר איין) אבער ער איז א גרויסע "פען" פון קאווע שטיבעל
נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 12:40 am
דורך [NAMELESS]
איך ווייס נישט וואס איר ווינדערט זיך אזוי. איר פארריפט זיך ראש הקהל און נאכדעם פארשטייט איר נישט פארוואס יענער וויל פון אזא זאך נישט הערן, ווי רופן הער ראשעקאל "דו".
Re: די מחותנים געים
נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 1:23 am
דורך די קעניג פין אמעריקע
מיין עצה איז פשוט. איגנאר איהם ווען ער זאגט ״איר״ לאז איהם רעדען צום לאמפ 2-3 מאהל וועט ער שוין פארשטיין ווי אזוי מ׳ ברויך רעדען.
נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 1:25 am
דורך וכדומה..
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:מיין עצה איז פשוט.
הער אויף, דו ווילסט נישט אזוי אנהייבן מחותנים'שאפט,
נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 2:15 am
דורך שמעון וואלף
ראשעקאל האט געשריבן:petergrifin האט געשריבן:
קודם כל מזל טוב! צװײטנס איז עס א קאװע שטיבל שידוך?
מיין מחותן שרייבט נישט (עכ''פ אזוי רעדט ער מיר איין) אבער ער איז א גרויסע "פען" פון קאווע שטיבעל
בין איך דער איינציגסטער וואס טראכט אז דיין מחותן שמייכלט זיך אינטער ביים ליינען די שורה?
Re: די מחותנים געים
נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 2:18 am
דורך [NAMELESS]
מסתמא נישט
נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 3:23 am
דורך אפטעמיסט
אקעי מחותן, כ'וועל דיר רופן "דו".
בד"וו, שכויח פאר די בעיבי אלבום.
נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 3:43 am
דורך ישמעאל הכהן
אז ביידע מחותנים זענען דא וועל איך זיך ערלויבן אייך צו דערמאנען וועגן די שדכנות געלט. שוין אבאוט טיים, איך ווארט
Sent from my Game-Boy using Solar
נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 7:43 am
דורך diff
קען זיין דאס איז צו מחנך זיין צום חייב אדם בכבוד חמיו