בלאט 1 פון 1

וואס טוט איר מיט די לאנגע שבת נאכמיטאג

נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 11:45 am
דורך shem-tov
בא שבת בא מנוחה. דערציילט מיר א יוד זיינע דאגות. מען האלט שוין נאכן טשולענט, מען טוט זיך אנשפארן. בערך 3 נאכמיטאג כאפט מען זיך אויף. יעצט גייט מען מאכן א עונג שבת מיט די קינדער. מען גייט זיי פארהערן בקיצור סאיז שוין 3:30. מען מאכט אויף א ספר. דער זמן צו מנחה איז יעצט 9 אזייגער וואס טוט מען מיט לאנגע שבתים. דער מאשינדל איז פארשפארט סאיז שבת קודש. די צייטונגען האב איך שוין פרייטאג דורכגעליינט אין בערך 5 מינוט און כהאב גארנישט געטראפן אוועקצולייגן. די קינדערלעך שפילן און קייען צוקער נאנסטאפ איך ווער פשוט הייפער פון בלויז עס צוקוקען. בקיצור וואס קענט איר אים עצה'נען וואס טוט איר אין דעם גרויסען טאג.

Re: וואס טוט איר מיט די לאנגע שבת נאכמיטאג

נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 11:55 am
דורך קאסטנער
דריי נאכמיטאג אין ער האלט שוין נאך א שלאף?!
דא איז די לאך,

נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 11:58 am
דורך ברסלבער
אין ליכט פון [tag]זיניגער[/tag]'ס הערליכע #למעשה אשכול, קלער איך אז די לאנגע שבת נאכמיטאג'ס איז די פאסיגסטע צייט אויסצונוצן צו זיצן און פארברענגען און נאנט ווערן מיט די קינדער, און מיט דעם ראטעווען זייער לעבן.

נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 12:41 pm
דורך שבת אחים
shem-tov האט געשריבן:בא שבת בא מנוחה. דערציילט מיר א יוד זיינע דאגות. מען האלט שוין נאכן טשולענט, מען טוט זיך אנשפארן. בערך 3 נאכמיטאג כאפט מען זיך אויף. יעצט גייט מען מאכן א עונג שבת מיט די קינדער. מען גייט זיי פארהערן בקיצור סאיז שוין 3:30. מען מאכט אויף א ספר. דער זמן צו מנחה איז יעצט 9 אזייגער וואס טוט מען מיט לאנגע שבתים. דער מאשינדל איז פארשפארט סאיז שבת קודש. די צייטונגען האב איך שוין פרייטאג דורכגעליינט אין בערך 5 מינוט און כהאב גארנישט געטראפן אוועקצולייגן. די קינדערלעך שפילן און קייען צוקער נאנסטאפ איך ווער פשוט הייפער פון בלויז עס צוקוקען. בקיצור וואס קענט איר אים עצה'נען וואס טוט איר אין דעם גרויסען טאג.


מיך האט מען אויסגעלערנט אז שבת נאכמיטאג דארף מען אויסניצן אויף לימוד התורה! וואס איז מיט מעביר סדרה זיין שנים מקרא ואחד תרגום? אביסלע פרקי אבות און אוהח״ק? אביסלע חסידישע ספרים? א בלאט גמרא מיט
א געשמאקע תוספות א שטיקל תניא. וואס טוט זיך מיט ענק? די תורה איז באורינג??? כ׳פארשטיי נישט!

נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 4:19 pm
דורך מנחם אבראמאוויטש
כך מקובלני מבית אבא:
מ'קומט אהיים פון שוהל מאכט מען קידוש און מ'עסט א געשמאקער טעלער טשולענט.
דערנאך לאזט מען די מאמע שלאפען א צוויי שעה און מ'שפילט\פארהערט די קינדער.
דערנאך מאכט מען די סעודת היום מיט א רואיגע געמוט.
מ'לייגט זיך פאר שינת צהריים און מ'שטייט אויף זעקסע ציייט.
מ'גייט אין שוהל פאר פרקי אבות, מנחה, ס"ש, און מ'האט א ריכטיגער עונג שבת.
בדוק ומנוסה!

Re: וואס טוט איר מיט די לאנגע שבת נאכמיטאג

נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 4:28 pm
דורך א איד
איך זוך נאך שלאף שבת נאכמיטאג, און דער זוכט וואס צו טוהן מיט די צייט.

נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 4:35 pm
דורך העלא
די שבת נאכמיטאג איז אזוי קליין,
מ'ענדיגט דאווענען 12:30-1 מ'גייט צו קידושים, ביז מ'הייבט אהן די סעודה איז שוין 1:30,
ביז מ'ענדיגט איז שוין בערך 3 צייט,
מ'לייגט זיך פאר 3-4 שעה,
דענרנאך גייט מען לערנען פאר א שעה,
דערנאך איז שוין באלד די שקיעה,
גייט מען צום מאמע פארברענגען מיט די געשוויסטער-נעפיוס און ניסעס,
און שוין מוז מען לויפן דאווענען מנחה, כי עוד מעט ופנה יום,
הלואי זאל די שבת נאכמיטאג האבן נאך 3 שעה,
אזוי קען מען לערנען נאך 2-3 שעה און ליינען אביסל מער, און פארברענגען מער

נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 5:04 pm
דורך שמעון וואלף
די לאנגע פרייטאג און שבת נאכמיטאגס איז פון די געשמאקסטע זמנים. מ'קען אזויפיל אריינפאקן און משלים זיין וואס מ'האט נאר פארפעלט דורכאויס, די וואך. צו זאל דאס זיין שיעורי תורה, מעביר סדרה זיין, פארברענגען מיט די ווייב און קינדער, אניאגן די שעות וואס מ'איז נישט גענוג געשלאפן און וואס נישט. דאס בעסטע איז נאך אז ס'איז דא געניג צייט פאר אלעס מיט א רואיגקייט

Re: וואס טוט איר מיט די לאנגע שבת נאכמיטאג

נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 5:07 pm
דורך ירא שמים
כווייס נישט פון וואסערע מאשינדל איר רעדט אויב איז עס א פיאנע איז איין זאך
אויב מיינט עס די סמארטפון מיט די וואטסעפפ און אין א חגא זיצט איר א זעקס שעה אויפן וואטסעפפ און חוץ פון דעם האט איר נישט קיין שום נושא וואס זאל אייך אינטערעסירן וואס איר זאלט קענען ליינען און קליגער ווערן איז א גרויס רחמנות אויף אייך און איר האט א פראבלעם אויך אינמיטען די וואך…

Re: וואס טוט איר מיט די לאנגע שבת נאכמיטאג

נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 9:26 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
פארברענג מיט די משפחה. וואס קען זיין בעסער ווי דעים.
שלאפען איז נישט אזוי גיט ווייל שפעטער קען מען נישט איינשלאפען מוצאי שבת, אין מ׳ הייבט אהן די וואך מיט א לינקע פיס.