בלאט 1 פון 3

די סעקשאן אכט סומאטאכע

נשלח: מאנטאג יוני 15, 2015 2:08 pm
דורך [NAMELESS]
היינט פארטאגס האט די זון אינעם שטעטעלע מאנטיסעלא נ"י אויפגעשיינט צו די פרייד פון צענדליגער הונדערטער איינוואוינער וואס לעבן זיך זייער באשיידן לעבן דארטן על הרי הגבעות כל ימות השנה. וואס הייסט, די לאנג ערווארטעטע איז אנגעקומען. היינט עפענט זיך די שערי רווחה.. די מונציפאליטעט גייט פארטיילן פרישע ארבע מאות סלאט'ס פאר ארימע פארדינער, עס קומען גוטע צייטן. ער לייגט זיך שלאפן מיט רייכע מחשבות. אה, געענדיגט מיט די אלטע צייטן אינעם צומאלישטן באנגעלוי.. מיט א סעקשען אכט סלאטע גיי איך מיר שוין קענען ערלויבן א פרישע דירה פאר מיין פאמיליע..

5:30 פארטאגס רייבט ער זיך אויס די אויגן און יאלא.. עס איז דא ארבייט היינט.. ער נעמט זיך מיט זיין קאפי און פארט ארויס צום באשטימטן אדרעס, ער יאגט זיך אונטער, ער האפט נאך צו זיין פון די ערשטע פופציג.. ער פארקירט זיין פיקאפ טרעקל און שפאצירט צו נענטער מיט פעסטע טריט.. און בום! בום! עס ווערט איהם שווארץ (און ווייס) פאר די אויגן... וואס גייט דא פאר?? עס שטייען פאר זיינע אויגן הונדערטער (יא איר ליינט גוט..) מענטשן געקליידעט אין שווארצן... ומעוטף אין ווייסן... (ער פילט זיך ווי דער גוי אויפן פליגער קיין קיעב ערב ר"ה), און ווער זענען זיי... אה, די חברה וואס ער איז מחויב איינצוהאלטן די פייף אויב זיי האלטן אויף די פארקער יעדן 'שעני וחמישי'.. אז נישט איז ער דאך א פשוטע וויסטער אנטיסעמיט...

עס טוט זיך דא א כולל באס פון דושינסקי.. א באס פון מהרז"ל.. א מנין צוויי פון סקווער... צוויי דריי טוצן פון קרית יואל.. וכו' וכו'. אקיצור די אידעלעך פון די פרעמד האבן זיך אנגערוקט דא כחול הים פשוט אויסצוכאפן די געהאפטע סלאטס פאר תושבי מאנטיסעלא...

וואס פארלאנגען מיר פונעם גוי'ס קאפ צו טראכטן נאך אזא סצענע...?? אויב האט ער נישט גענוג פיינט אלץ דעם עשו שונא, וואס דארפן מיר איהם פיטערן הייסע ווארע אויף א גאלדענעם טאץ?? וואס טראכטן מיר.. אז זיי גייען שטיל שווייגן..?? א נעכטיגן טאג! יא פרי קאנטרי נישט פרי קאנטרי. זיי גייען רייטען און סאקען דערפון בגדול!

נ"ב, עס איז קלאר אז עס איז שווער דן צו זיין די אינגעלייטלעך וואס סטראגלען אוועק על התורה ועל העבודה. (אבער פארוואס שיקט מען נישט קיין אימעילס צום אפיס אווי זיי זעען נישט ווער דער שולח איז??)

נשלח: מאנטאג יוני 15, 2015 2:23 pm
דורך מיימון
.

נשלח: מאנטאג יוני 15, 2015 2:24 pm
דורך מיימון
.

נשלח: מאנטאג יוני 15, 2015 2:28 pm
דורך lazar
שולדיג אין דעם איז קול מבשר אינאיינעם מיט דעם הערשקאוויטש וועלכע האבן אהינגעטריבן דעם עולם גולם.

נשלח: מאנטאג יוני 15, 2015 2:32 pm
דורך רויטע וואנצעס
באלאנגט אין "איך עקל מיך" אשכול.

איך האף נאר אז מ'האט נישט פארקירט די 2015 אדעסי אינדרויסן פונעם אפיס.

נשלח: מאנטאג יוני 15, 2015 2:37 pm
דורך בן תמליון
דער דרעזנער דארף זיך אפטראגן פאר ער לייגט אונז אינגאנצן צוגרונגד. וואו איז א טראפ שכל? זאג קיינער גייט נישט אראפ שיקט אלע דורך אימיעל אדער פאסט. זייער מסתבר נאך די סצענעס וועט קיין איין איד וועט קיין וואוטשער נישט באקומען דארט עס וועט אלעס גיין פאר לעיגיטימע לאקאלע איינוואינער.

הערשקאוויטש זאגט היינט פאר דרעזנער אויף קול מבשר עס איז גרויסע קידוש השם.

נשלח: מאנטאג יוני 15, 2015 3:51 pm
דורך שמעקעדיג
שולדיג איז איין זאך - אז מיר מוזן וואוינען אין טייערע נישט-עפארדעבל הייזער, דייקא הונטער די מאמעס פארטוך, און באצאלן רעבע געלט דערפאר, און דערנאך גייט מען אויססאקן יעדע עוועילעבל ריסאורס פאר דעם וויכטיגן צוועק.

נשלח: מאנטאג יוני 15, 2015 4:03 pm
דורך chusid
עס איז א וועיטינג ליסט אדער ווער עס איז דארט געווען היינט באקומט אטאמאטיש?

נשלח: מאנטאג יוני 15, 2015 5:12 pm
דורך [NAMELESS]
דער באשעפער זאל אונז אפהיטן, די בילדער זעט אויס ווי א געהעריגע אינוואזיע!

Re: די סעקשען אכט סעמאטוכע .

נשלח: מאנטאג יוני 15, 2015 5:15 pm
דורך מרדכי
chusid האט געשריבן:עס איז א וועיטינג ליסט אדער ווער עס איז דארט געווען היינט באקומט אטאמאטיש?

וועיטינג ליסט.

נשלח: מאנטאג יוני 15, 2015 6:13 pm
דורך [NAMELESS]
און לאמיר נישט פארגעסן, ווען די מענטשן וואלטן ווען טאקע געוואינט אין מאנטיסעלא וואלטן זיי נישט געדארפט סעקשאן אכט, סך הכול ווייל זיי ווילן וואינען אין איינער פון די טייערסטע סיטיס אין די וועלט דהיינו ניו יארק קומען זיי צו די ארעמע צו כאפן דאס זייעריגע

Re: די סעקשען אכט סעמאטוכע .

נשלח: מאנטאג יוני 15, 2015 6:20 pm
דורך מרדכי
אפיציעל דארפן מען וואינען דארט א יאהר נאכן באקימען די סעקשען אכט, וואס די עולם פלאנט נישט צו טיהן.
ווען מ'וועט ארעסטירן פופציג אינגעלייט פארן זאגן ליגנט וועט מען שרייען אנטיסעמיט.

נשלח: מאנטאג יוני 15, 2015 6:24 pm
דורך שבת אחים
איך פארשטיין נישט די גרויסע סעמאטוכע און די גרויסע איבערקערניש דא , און אמתן אריין איז דאך דאס אונזער געלט וואס דער אייבישטער האט באשאפן און בשבילי נברא העולם, דער גוי איז דאך נאר באשאפן געווארן צו טוהן די פיזישע ארבעט וואס א חסידישער איד וואס עסט ג׳ סעודות מיט י״ב חלות און רוקט נאך צו לעבערליך ווייל ס׳איז מרמז מ׳זאל לעבן ערליך ! און צו רייניגן די מקוה און קלינען די ביסקיסיע פאר 7.34 א שעה , וואס דארפן די חיות האבן געלט? פאר זייער עקלדיגן הונטל? לי הכסף והזהב די אלע געלט באלאנגט אין אמתן פאר אידן די גאווערמענט האלט עס נאר פאר אונז און ווארטן אז מיר זאלן עס קומען אפנעמען... :רח"ל :רח"ל

Re: די סעקשען אכט סעמאטוכע .

נשלח: מאנטאג יוני 15, 2015 6:25 pm
דורך מרדכי
@שבת אחים
וואס קוועטשט דיך?

נשלח: מאנטאג יוני 15, 2015 6:31 pm
דורך געוואלדיג
איך האב זייער ליב מיינע אידישע ברודער, איך וואונטש זיי אלעס גוטס, אבער אויב וואלט איך אנגעקומען דארט, מן הסתם וואלט איך גלייך געמאכט א יו טורן נישט צו זיין א חלק פון די חילול ה'. (אדער וואלט די נסיון העוני וואס אסאך פון אונז פלאגן זיך מיט דעם, איבערגעוואויגן די נטורליכע מדת הבושה פון די זרע אברהם יצחק ויעקב)

Re: די סעקשען אכט סעמאטוכע .

נשלח: מאנטאג יוני 15, 2015 6:36 pm
דורך מרדכי
דער מיטן לעקסאס האט נעבעך נישט קיין געלט פאר רענט.
IMG-20150615-WA0041.jpg

נשלח: מאנטאג יוני 15, 2015 6:39 pm
דורך געוואלדיג
נע, דאס באלאנגט פאר איינע פון די לאקאלע אנטיסעמיטן.

נשלח: מאנטאג יוני 15, 2015 6:42 pm
דורך Big Boy
Let's see the rabunim being moiche on this. They won't because they and their kids also have section 8

Re: די סעקשען אכט סעמאטוכע .

נשלח: מאנטאג יוני 15, 2015 6:45 pm
דורך [NAMELESS]

נשלח: מאנטאג יוני 15, 2015 7:01 pm
דורך [NAMELESS]
באמת'ן האלט איך אז שבת אחים איז 100% גערעכט. ער ברענגט עס ארויס מיט די ריכטיגע ווערטער.
אה. [tag]שבת אחים[/tag] כ'האב הנאה פון דיין חסידישע שטאלצקייט...!

Re: די סעקשען אכט סעמאטוכע .

נשלח: מאנטאג יוני 15, 2015 7:06 pm
דורך נופת צופים
ראשעקאל האט געשריבן:http://m.recordonline.com/article/20150615/NEWS/150619523

אין איינער פון די קאממענטס דארט

Usual Suspect Rank 8

Just curious....if that crowd had been made up of blacks, would the Record run a story with the same headline, only identifying the crowd as blacks?


Sent from my iPhone 7 running on Android 6.0 with IE 6

נשלח: מאנטאג יוני 15, 2015 7:36 pm
דורך וכדומה..
If it would've been black people it wouldn't make the news, because black people who have money would never come to such a place, only the poor ones would ...show up, and there's nothing wrong with that

נשלח: מאנטאג יוני 15, 2015 7:39 pm
דורך פאפיטעס
איך קען אביסעלע די נושא פון דער נאנט.
איין זאך קען איך דא צילייגן,
די גוטע צייטן האבן זיך שוין געענדיקט, די באהערדע כאפן שוין איינמאל וואס מען טוט אפ אונטער זייער נאז, אין זיי מאכן שטענדיג אינספעקציעס צו זען אויב מען וואוינט טאקע דארט ווי מען געבט אן,
אין אך אין וויי צו דעם יעניגען וואס מען כאפט צום צווייטן מאל מיט א פארלאזטע דירה