"נאציאנאלע געאגראפיע"

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 683 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1882 מאל

"נאציאנאלע געאגראפיע"

שליחה דורך בעל מדות »

***טוט מיר וויי, אז מיין ערשטע ארטיקל פול מיט זאפט און תוכן איז פארלוירן געגאנגען, מיין ווייטאג איז אומדערטרעגליך, אן ערך פון זעקס שעה אין מיסט, ווי עקשניות'דיג האב איך געדארפט זיין אנצוהויבן אזאך וואס איז שוין געשטאנען גרייט אט אט צו ווערן ארויסגעשיקט, אבער דאך האב איך אנגעהויבן נאכאמאל, דאסמאל שוין געבנדיג אכטונג איר כסדר צו סעיוון, פארוואס זאג איך עס אייך? ווייל איר זאלט זיך לערנען!***

יעצט צום נושא.


ליינענדיג דא ווי [tag]רוסישער[/tag] בעט פאר אן ארטיקל איבער די נאציאנאלע געאגראפיע שרייבנדיג
בהמשך צו די פרענק אשכול, איך בין א גרויסע "פען" פון national geographic (גראדע יא באופן של משוגע לאותו דבר...), בעט איך די וואס ווייסן געשמאקע קטעים זאלן דאס אהערבריינגען, בעיקר זוך איך יעצט צו וויסן די סודות פון "ביהיינד דא סינס", ווי נעמט מען א ווידאו אין די בויך פון א מסוכנ'דיקער שלאנג א.א.וו. געזוכט אביסל אבער גארניט געפונען


האב איך באשלאסן אז מיין אורלויב און וואקאציע יעצט אין די טעג וועט זיין מער אינהאלטפול מיטן טוהן א טובה פאר א איד און אינאיינוועיג'ס העלפן בארייכערן אינזער באליבטע קאווע שטיבל מיט א פרישע ארטיקל צו יעדעם'ס הנאה.

איך האב אסאך גענאשט פון וויקי און היות זיי זענען ממש א פאקטאר וואס יעדער ווייסט פון זיי צוזאגן פעלט נישט אויס צופיל אריכות און הסברים.

פאר די תמימי לב און כולל אינגעלייט וואס קומען דא אומלעגאל ארויף באזיכן די סייט וואס ווייסן טאקע נישט וואס דאס נאציאנאלע געאגראפיע ברויך צו זיין, איז עס אין קורצן א מאכטפולע כח צו דאקומענטירן נאטור, ווי בעלי חיים, יעדע בעל חי וואס איר האט ליב פארמאגט שוין א אויספירליכע אפהאנדלונג פון עטליכע שעה אויף יוטוב אדער אין פילצאליגע ביכער וואס זיי געבן ארויס.
א שטייגער ווי שיינע לענדער, אידן, אראבער, צווייטע וועלט קריג, טשוכעפאכע'ס, שלענג, מענטשליכע פאפולאציע, אטראקציע ערטער, ציוניזם, בודהיזם, נאפט, און גאלד, און יעדע נאטור געשעעניש וועט דורך זייערע טויזענטער פארשער ווערן אפפילמירט און ארויסגעגעבן ווען א אנגענעמע מוזיק שפילט צו די זייט און א עלעקוואנטער שטימע רעדט איבער וואס די זעסט.

איז לאמיר כאפן מער א ברייטערע בליק אויף דעם ריז

די נאציאנאלע געאגראפיע סאסייעטי העדקווארטירט אין וואשינגטאן די. סי. איז איינע פון די גרעסטע נאן פראפיט סייענטיפישע און עדיוקאציע אינסטיטוציעס אין די וועלט, אירע אינטערעסן באציען זיך צו געאגראפיע, ארכעאלאגיע און נאטירליכע וויסנשאפט
מיט א ציל צו אויפדעקן און פראמאטן די ענווייראמענט, טבע, און היסטאריע מיט אירע פולע סודות און מיסטעריעס.

די נאציאנאלע געאגראפיע סאסייעטי לאגא איז א געלע פארטרעיט פרעים אין שעיפ פון א רעקטענגל ארימגענימען מיט בילדער פון אירע מאגאזין דעקלעך.
זי פארמאגט אן אייגענע וועבזייטל, מאגאזין, און טיווי קאנאלן.
די נאציאנאלע געאגראפיע סאסייעטי איז געווארן געגרינדעט אום 1888 "צו פארמערן און אויסברייטערן געאגראפיע וויסנשאפט" די סאסייעטי איז פארגלייבט אין די מאכט פון וויסנשאפט, עקפעדיציעס און הסברות צו טוישן די וועלט, און איר ציל איז צו ליכטיג מאכן און לערנען פאר אנדערע.

נאציאנאלע געאגראפיע ווערט געפירט דורך דורך א בארד פון טראסטיס מיטן צאל פון 21 אריינגערעכנט אויסדעוועלטע עדיוקעיטער'ס, ביזנעסלייט און רעגירונג אפישל'ס און נאטור אקטיוויסטן.

די ארגענעזאציע ספאנסארט און געבט די פאנדן פאר סייענטיפישע רעסורסן און און עקספעדיציעס, דהיינו סיי ווער עס וויל נאכפארשן א געוויסע חיה, וואלד, וואסער, געגנט, און אזוי ווייטער העלפן זיי ארויס.

די סאסייעטי פובליצירט אן אפציעלע דזשורנאל מיטן נאמען "נאציאנאלע געאגראפיע" אין ענגליש און אין 40 אנדערע שפראכן און לאקאלן, זי פובליצירט אויך אנדערע מאגאזינען, ביכער, און סקול פראדוקטן, ווי מעפ'ס, געוועב אינפא, פילעמ'ס און צאללאזע פראדוקטן, אין צאללאזע שפראכן און לענדער.
איר עדיוקאציע פאנד געבט שווערע טויזענטער דאלער פאר עדיוקאציע ארגענעזאציע'ס און אינדיווידיאלן צו ערצייגן געאגראפיע עדיוקאציע און וויסנשאפט.
איר קאמיטעט פון רעסורסן און עקספעדיציעס האבן שוין אויסגעטיילט מער ווי 11,000 פאר סייעטיפישע געברויכן.

נאציאנאלע געאגראפיע'ס ריזיגן סאציאלע מידיא נעץ גרייכט מער ווי 700 מיליאן מענטשן יעדן מאנאט און זי פארמאגט אויך א מוזיעם פאר די פובליק אין איר וואשינגטאן די. סי. העדקווארדער געעפנט אום 2008 און זי פארמאגט אויסשטעלונגען פון די וועלט היסטאריע, אריינגערעכנט די פרעה דינאסטיע אין עגיפטן מצרים.
זי פארמאגט ריטעיל געשעפטן געשעפטן אין וואשינגטאן, לאנדאן, מאדריד, או סידני.

די נאציאנאלע געאגראפיע סאסייעטי האט זיך אנגעהויבן אלץ א פארברענג פאר אן "עליטע איינהייט" פון אקאדעמיקער און וועלטליכע פאטראניזירער אינטערעסירט אין טרעוול אום יאנואר 13.


אום 1888 האבן זיך ארום 33 עקספעדיטארן צוזאמען גענימען ביי די קאסמאס צענטער א פריוואטע פארברענג ארט און האבן באשלאסן צו ארגאניזירן דעם האלב געגרינדעטן געשעעניש אין א מאכטפולע כח מיטן פריערדיגן ציל פון פארשפרייטן און מערן די וויסנשאפט פון געאגראפישע וויסנשאפט.
נאכן אנגרייטן א קאנסטיטוציע און א פלאן פאר די ארגענעזאציע איז זי געווארן געגרינדעט און צוויי וואכן שפעטער אום יאנואר 27 איז גארדיני גרין האבערד געווארן די ערשטע פרעזידענט פון דעם ארג.
אין 1899 האט גילבערט האווי געגרינדעט דעם ערשטן מאגאזין.
"נאציאנאלע געאגראפיע מאגאזין", האט זיך פארקורצערט שפעטער צו "נאציאנאלע געאגראפיע"

די אויסגאבע ערשיינט 12 מאל א יאר, נעמליך יעדע מאנאט, די מאגאזין אנטהאלט ארטיקלען וועגן געאגראפיע, פאפולערע סייענט'ס וועלט היסטאריע, קולטור, און הערליכע פאטאגראפיע קונסט פון פלעצער און זאכן איבעראל אינעם יוניווערס, די מאגאזין ווערט שוין פובליצירט ווי ערווענט אין 40 לענדער מיט די ארטיגע עדיטארן און שפראך און זי האט 60 מיליאן ליינער'ס.

זי פובליצירט אויך אנדערע אויסגאבעס ווי א באזינדערע מאגאזין פאר קינדער און איבער 18 שפראכן.

ביז דא חלק א', בעזר השם וועל איך פרובירן גיין ווייטער, און פארענטפערן מער פראגע'ס פון ידידנו, ווער נאך עס ווייסט סיי וואס, פליעז גאו פאר איט,
מ'מאכט זאכן מעגליך.

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר