למעשה למטה מעשרה טפחים ממש

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בר-כוכבא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 393 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

למעשה למטה מעשרה טפחים ממש

שליחה דורך בר-כוכבא »

חברה, ס'איז צייט זיך אוועקצודרייען פון דער מזרח וואנט און אנהייבן זיך אומקוקן צו די זייטן. שוין צו לאנג וואס מיר קלאצן אויפ'ן אויבנאן און ווארטן און האפן און בייזערן זיך און שרייען און קוויטשן. גענוג פון אונז האבן שוין גענוג לאנג געווארט און געברימט צו פארשטיין אז דארט וועט זיך גארנישט רירן. די אידן וואס זיצן דארט וועלן זיך נישט טוישן; זיי וועלן נישט טוישן זיך און אויך נישט אונז. אלעס וועט בלייבן ביים אלטן, אויפ'ן זעלבן סיסטעם ווי עס לויפט שוין זייט דער אינטערנעט האט צום ערשטן מאל הויך אויסגעזאגט דעם סוד אז א ריזיגער ציבור איז אומצופרידן מיט זאכן כמו שהם.

איך רעד דא, אגב, נישט פון רוחניות – תקנות, כינוסים, דרשות, קול קורא'ס און דעם רעשט פון דער ליסטע. רוב פון יענע ענינים זענען כמעט נישט נוגע למעשה. (יא, איך רעג זיך אויך ווען מ'דרייט מיר דעם קאפ און מ'ריקט מיר יעדן שני וחמישי אונטער צעטלעך צו חתמ'ען אונטער צוואנג. אבער – וואס מיר מאכן מיר זיך נאריש – אלעס גייט ווייטער ווי געווען, און דער כעס איז בעיקר אויף דער אומבאקוועמליכקייט און אומ'טעמ'טן געפיל פון ווערן דיקטירט אויף יעדן שריט אין לעבן, וואס איז טאקע נישט געשמאק אבער פארט נישט עק וועלט). איך מיין מער אונזער גשמיות, די געווענליכע, טאג טעגליכע פראבלעמען און שוועריגקייטן.

די ערשטע זאך וואס קומט אויפן געדאנק איז געלט. רוב יונגעלייט מוטשען זיך אויסצוקומען. יעדער ווייסט עס און ס'איז נישט קיין סוד. דער פינאנציעלער פלאנטער אין וועלכן מיר זענען שטעקן קען צום בעסטן אילוסטרירט ווערן דורכ'ן זיך פארשטעלן דעם מצב ביי דרייפערטל מאנשי שלומינו אויב זאל די רעגירונג באשליסן אפצושטעלן די פראגראמען און סובסודיעס פאר יחידים. רוב ציבור וועט איבערנאכט פארוואנדלט ווערן אין ארעמעלייט ממש, מיט שוואכע אויסזיכטן צו קענען פשוט שטעלן ברויט אויפ'ן טיש. דאס מיינט אז אונזער פרנסה באשטייט צום גרויסן טייל פון קינסטליכע, שעפערישע קינצן.

דערנאך זענען פאראן אנדערע שוועריגקייטן פון וועלכע קיינער איז נישט פריי. יעדער האט זיך זיין פעקל, זיינע דאגות, עסקים און קאפ ווייטאגן וואס שטערן אים און אין וועלכע ער נויטיגט זיך אין הילף און הדרכה.

דאס מציאות פון די לעצטע יארן האט אונז איינגעוואוינט צו טראכטן אז די ישועה מוז קומען אויפן ריזיגן פארנעם, דורך יסודות'דיגע, סיסטעמאטישע ענדערונגען. פארוואס דאס איז אזוי, איז נישט אזוי וויכטיג. מסתבר איז אז ס'האט מיט דעם וואס כמעט אלעס אין אונזער לעבן ווערט דיקטירט און פאראויס פלאנירט דורך אנדערע מענטשן פון אויבן. כמעט יעדער אספעקט פון אונזער לעבן – פון וויאזוי מיר גייען אנגעטאן ביז וויאזוי מיר מאכן און האבן חתונה, ביז וויאזוי אונזער לוי' נאך א לאנג לעבן וועט אויסזען – איז פארגעשריבן און אוועקגעשטעלט אויף פעסטע יסודות. כיוצא בו, זענען פאראן סטאנדארטן און תקנות פאר יעדן ריר, יעדער געלעגנהייט און אלע אומשטענדן. במילא ליגט ביי אונז א קאפ אזא פאסיוויטעט, און ווען מיר טרעפן זיך מיט פראבלעמען הייבן מיר זיך אומקוקן און זוכן אז די לעזונג זאל קומען צופליען, פונעם אויבנאן, עסקנים, אדער פון סתם "סטאנדארט", פונקט ווי ס'איז מיט אונזערע שמחות, וועמענס פארנעם און אויסזען האבן סטאנדארטן וואס קיינער האט נישט אוועקגעשטעלט און מיט וועלכע קיינער איז נישט מסכים אבער וועלכע יעדער פאלגט אויס ווי א גוט קינד.

איך שהוא, זיצן מיר אין צרות און זענען מצפים לישועה. די ישועה וועט אבער נישט קומען, כל זמן מיר וועלן נישט עפעס טאן דערצו. וואס זאל מען אבער טאן? איך מיין אז מ'דארף אנהייבן מיט א טויש אינעם בליק און די ערווארטונגען. אנשטאט זיך בייזערן פארוואס "קיינער טוט גארנישט"; פארוואס די רבנים, וואס קריכן אונז אין די געדערם און זענען אונז בודק די ציצית און טאשן, קענען נישט טאן עפעס אונז צו העלפן בגשמיות – לאמיר ענדערש אליין אנהייבן טאן פאר זיך און איינער פאר'ן אנדערן. די ישועה כללית און יסודות'דיגע שינויים אינעם סיסטעם וועלן נישט אזוי שנעל אונטערקומען. די איינציגע זאך וואס מיר קענען דערווייל טאן איז אויסדרייען די אויגן כלפי פנים און כלפי הצדדים.

עמיצער מיט א ברייטערן בערזל און ווארעמען הארץ, וואס איז וויליג צו געבן געלט, זאל אנשטאט צו עסקנים און מוסדות דאס געבן צום ערשטן קרוב אדער באקאנטן וואס נויטיגט זיך דערין. יעדער קען אזעלכע מענטשן און מיט אביסל שכל קען מען העלפן א צווייטן אין נויט בדרך כבוד.
דו זעסט עמיצן קוועטשט עפעס אדער סתם עס פעלט אים שמחת החיים, לייג זיך אריין אין דער זאך, אבער אויפריכטיג און מיט דער ריינער כוונה אים גרינגער צו מאכן, אים לייכטער צו מאכן אויפן הארץ, אים העלפן נעמען דעם נעקסטן בעסטן שריט. זאל די "אחיעזר" אפטיילונג פון "קאווע שטיבל" קראכן פון אזויפיל טראפיק!

אין א ווארט: לעב און ווירק מיט דער פאלשער אבער פארט נוצליכער הנחה אז מיר לעבן אין א מדבר און גארנישט ווערט געטאן אויב עמיצער וועט עס נישט טאן. "אין איש". ס'איז א פאקט. "נשתדל להיות אישים"!

דער מהלך איז טאקע ניטאמאל קיין נאנטער קרוב מיט דער ישועה און דעם טויש אויף וועלכע מיר אלע ווארטן אזוי, אבער דאס איז אלעס וואס איז שייך צו טאן יעצט אויף דער מינוט. און לאמיר זיך טאקע יא לערנען פון אונזערע אויבנאן אידן, וואס גייען מיטן קאפ אין דער וואנט פאר די זאכן וואס זיי האלטן זענען ריכטיג, אפילו ווען די אויסזיכטן פאר הצלחה זענען נישט קיין סך מער ווי א משהו העכער זערא.

לאמיר פירן א קאנסטרוקטיווע, גשמיות'דיגע סמארטפאון-נוסח מערכה פון טאן צו דער זאך אפילו דאס מיינט גיין מיטן קאפ אין דער וואנט. לאמיר אויפהערן טראכטן גרויס און ברייט וועגן טוישן אדער אפילו פארבעסערן דעם סיסטעם, און במקום זה פשוט טאן קלייניגקייטן דארט וואו און אויף וויפיל מען קען. יתכן אז דאס וועט זיין א שפרינג ברעט צו עפעס ברייטער און בעסער; בכל אופן, לאמיר טראכטן און טאן למעשה פה למטה מעשרה טפחים ממש, ווייל נאר דאס איז שייך און מעגליך.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בר-כוכבא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"יסוד האושר הוא: אהבת האמת בשכל, אהבת היושר בחיים, אהבת היופי ברגש, אהבת הטוב במעשה." ~ אורות הקודש א עב

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר