בלאט 1 פון 2

שטעלט אייך פאר ווען קורח געווינט!

נשלח: מיטוואך יוני 17, 2015 2:58 am
דורך חקרן
"האסט געהערט די לעצטע נייעס"? - משה זאגט, קורח האלט, דתן האט געטאן, יהושע גבאי שרייעט... עס טוט זיך אין מדבר א געפעכט, עס איז לעבעדיג ביי דער שבט וואס איז הערשט ארויס פון מצרים, מען שלאגט זיך אויף דער פירערשאפט, קורח מיט זיין פמליא זענען נישט צופרידן פון די הנהגה, ער האלט אז דער סיסטעם איז קאראפטירט, אלע שטעלעס ווערן צוגענומען דורך די פריינט פון די אויבערשטע פון שטייסל, משה'ס ברודער'ס, פעטער'ס מיט נעפיו'ס, בשעת די עמך אידן באקומען גארנישט...

די מחלוקת איז גארנישט געווען אזוי פשוט, ר"נ ראשי סנהדראות זענען נישט קיין קלייניגקייט, מען רעדט פון די שענסטע און בעסטע פון כלל-ישראל, די חשוב'סטע רבנים וואס שרייבן אונטער אלע קול-קורא'ס און האבן השפעה אויפן ציבור. בקיצור, אין מדבר איז לעבעדיג... יעצט שטייט מען און מען ווארט צו זען ווי אזוי עס וועט זיך אויסקאכן.

וואס עס האט למעשה פאסירט דארף מען קיינעם נישט דערציילן, משה רבינו איז ארויס מיט א מעכטיגע נצחון, ער האט געוואנען מיט א נאק-אואט, בגדול... ער איז געבליבן דער אומצווייפלהאטיגער מנהיג ישראל און זיין נאמען איז דערמאנט געווארן לדורות עולם אלס דער העלד און פירער פון די אידן.

לאמיר אבער אביסל צוריקמישן די צייטן, לאמיר זיך פארשטעלן ווי אזוי עס וואלט אויסגעקוקט דער מצב, ווען די זאכן וואלטן זיך נישט אפגעשפילט אזוי ווי עס איז טאקע געווען. וואס וואלט פאסירט אויב קורח געווינט די מערכה, משה-רבינו וואלט חלילה פארלוירן און קורח וואלט זיך גענומען פירן כלל-ישראל לויט זיינע מיינונגען?! - ווי אזוי וואלטן מיר היינט באטראכט דעם משה, און וואס וואלטן מיר געזאגט היינט אויף קורח רבינו און ווי אזוי די חברה שרייען היינט קורח אמת ותורתו וכו'...?

ווי אזוי וואלט כלל ישראל היינט אויסגעקוקט אין אזא מצב?

נשלח: מיטוואך יוני 17, 2015 7:53 am
דורך פלעין יודיש
ס'וואלט אויסגעקיקט אזוי ווי ס'קיקט היינט אויס אין 12 גארפילד און אין הופפער.......

נשלח: מיטוואך יוני 17, 2015 9:52 am
דורך מה הוא
אדער וואלט משה געבליבן מנהיג פון "יודן 45"...

נשלח: מיטוואך יוני 17, 2015 9:57 am
דורך [NAMELESS]
א גוטע חקרן...

נשלח: מיטוואך יוני 17, 2015 9:58 am
דורך ברסלבער
ווי האט יענער געזאגט? "יעדער האלט אז מען דארף גיין אויפ'ן מיטלוועג, די שאלה איז נאר וואו די צוויי עקן געפונען זיך".

יעדער האלט אז משה וואלט געדארפט געווינען. און ווען קרח געווינט ווען, וואלט געווען גרויסע צרות. די שאלה איז נאר ווער איז היינט משה און ווער איז קרח.

נשלח: מיטוואך יוני 17, 2015 10:02 am
דורך [NAMELESS]
ברסלבער, גלייב מיר, היינט איז קורח אויך גוט אויב ס'נאך דא אזאנס.

נשלח: מיטוואך יוני 17, 2015 10:09 am
דורך מה הוא
דער ישמח משה האט דאך געזאגט פאר זיינע נאנטע אז זיי וואלטן זיכער געווען אויף קרח'ס זייט, רוב כלל ישראל האט געהאלטן מיט אים.

נשלח: מיטוואך יוני 17, 2015 10:18 am
דורך וכדומה..
סוואלט געווען צרות ווי א בארג,

די רמב"ן שרייבט, אויב וואלט זיך ארויסגעשטעלט אז קרח איז גערעכט, וואלט דאס געווען אן א אפפרעג אינעם גאנצען אמונה בה', און אלע יסודות וואס אידן האבן געהאט ביז אהער וואלט געווארן איין גרויסע פראגע צייכן,

קרח האט אפגעלייקנט דעם 'וגם בך יאמינו לעולם' וואס דאס איז א יסוד וואס אידישקייט איז געבויט אויף. ווי אויך מיט די ווערטער 'לא ה' שלחני' האט קרח געמיינט דערמיט צו זאגן 'שלא שלחני כלל להוציאם ממצרים' דער אויבערשטער האט דיך קיינמאל נישט געשיקט אונז אויסצולייזן פון מצרים, דערמיט צושאקלענדיג די גאנצע אידישע אמונה און יסודות.

און דערפאר האט זיך אויסגעפעלט אזעלכע הימלישע כוחות און אפענע ניסים וואס איז נאכנישט געווען זייט די וועלט שטייט, ווי דער ערד זאל זיך עפענען, צירוק צושטעלן אלעס אויפן פלאץ

נשלח: מיטוואך יוני 17, 2015 10:36 am
דורך חקרן
א רגע... זענען מיר נישט אויף די שיטה פון קורח?

קורח האט גע'טענה'עט דעמאקראטיע - כי כל העדה כולם קדושים, זיי מיר נישט דער שמייליגער, אלע האבן די זעלבע בלוט, אלע זענען גלייך... מיר טענה'ען פונקט די זעלבע...

קורח האט גע'טענה'עט אז משה מאכט זיך מיט די משפחה פאר פוסקי הדור, זיי לאזן קיינעם נישט זיין גרויס און קענען פסק'ענען שאלות... באמת דארף מען מאכן אז יעדער וואס איז באמת קוואליפיצירט זאל קענען מחליט זיין און פסק'ענען שאלות... חז"ל, אונזערע חכמים ביזן היינטיגן טאג, גייען מיט קורח'ס מהלך, דיינים שטייגן אויס, לאו דוקא פון ברענד פעמעליס.

קורח איז געקומען מיט פרשנות המקרא - בית מלא ספרים דארף נישט קיין מזוזה, ס'גאנצע מעשה איז דאך הייליג; טלית שכולו תכלת דארף נישט קיין ציצית... ער האט געוואלט רעפארמירן אידישקייט. משה האט זיך געהאלטן ביים הייליגן פסוק, אזוי שטייט און פארטיג... חז"ל, אונזערע חכמים ביזן היינטיגן טאג, גייען מיט קורח'ס מהלך, מען זעצט איין און מען דרייט אין פסוק.

לויטן אבן עזרא: קורח האט גע'טענה'עט, אז אמאל איז כלל-ישראל געגאנגען מיט א מסורת אבות, יעדע משפחה האט געהאט זיין בכור, וואס האט געדינט אלס כהן, לוי און מנהיג. אלעס איז געפארן מיט די משפחה, יעדער האט געהאט זיין נוסח התפילה, מנהגים, מיטן היימישן געשמאק אזוי ווי מען איז געווען צוגעוואוינט אינדערהיים. משה האט דאס אלעס אויסגעריסן, איין כהן (זיין ברודער), אלעס לויפט מיט איין משכן, איין נוסח התפילה, און יעדער מוז נאכגיין דעם צענטראל. קורח האט זיך קעגנגעשטעלט און גע'טענה'עט "כל העדה כולם קדושים" - אלע זענען הייליג, "ומדוע תתנשאו" - וואס האלט איר זיך גרעסער?... כ'מיין אז מיר גייען היינט ענדערש אויף קורח'ס שניט ווי אויף משה'ס.

איך פרעג אייך: ווען איר דארפט היינט אויסוועלן, צווישן משה מיט זיין שטייפע דיקטאטארישקייט און אלטמאדישער מהלך פון זיך נישט אוועקרירן פון פסוק, אדער קורח מיט זיינע רעפארמען אז אלע זאלן זיך קענען דערשנאפן צו די הויכע פענסטער, מיט א היתר הוראה וכו', יעדער משפחה און קהילה זאל קענען מאכן שבת פאר זיך... וועמען וואלט איר געוועלט?

נשלח: מיטוואך יוני 17, 2015 10:52 am
דורך שמעקעדיג
דו פארגלייכסט היינט צו דעמאלס? דער חילוק פון דעמאלס ביז היינט איז דאך כרחוק מזרח ממערב!!
משה איז געווען נבחר מפי הגבורה, און האט גערעדט צו השי"ת כדבר איש אל רעהו, ארויף אין הימל לעבעדיגערהייט, ער האט אוועקגעגעבן זיין לעבן פאר כלל ישראל, געוויזן אויסטערלישע אותות ומופתים פון יציאת מצרים, קבלת התורה, א.א.וו. אין מדבר עד עת הסתלקותו,
משא"כ היינטיגע רבנים וואס טובל'ען זיך אין לוקסוס און אויסער אסר'ן אלעס האלטן זיי ביי גארנישט, וואספארא פארגלייך איז דאס?

נשלח: מיטוואך יוני 17, 2015 11:04 am
דורך חקרן
און קורח איז דען געווען א מפיל קינד? - ווי אזוי האט נאר דער חוזה געזאגט, "דער הייליגער זיידע קורח"... קוק נאר אריין וואס דער איזביצער שרייבט. קוק נאר וואס רבי צדוק שרייבט, אז ווען משיח וועט קומען וועט נתקבל ווערן תורתו של קורח (אפשר מיינט דאס טאקע די געדאנקען וועג פון די טראכטן פון היינטיגע טעג...)

יא, דעמאלס איז געווען העכער, אבער די יסוד ורקע המחלוקת קוקט אויס אז עס איז געווען די זעלבע. הגם עס איז פאראן העכערע זאכן צווישן זיי, אך לא באנו לפרש אלא פשוטו של מקרא.

נשלח: מיטוואך יוני 17, 2015 11:08 am
דורך ירח בן יומו
ירח בן יומו האט געשריבן:איך האב דאונלאדעד די ק"ש פון שנת ב' אלפים תמ"ט
קרח האט געשריבן
[justify]אמאל האבן מיר געהאט צדיקים
די זיידע אברהם איז געווען אזא בעל חסד, שטענדיג געוווען פארנומען מיט הכנסת אורחים, אן קיין גבאים נאר ער אליין מיט די רביצין די באבע שרה האבן צוגעשטעלט ווי ס'דארף צו זיין, צונג, ברויט מיט פוטער, וואס די קענסט נאר טראכטן, און אפילו די הייסטע וועטער האט איהם נישט אפגעהאלטן, אפילו ווען ער האט זיך ערליך פארדינט א פארמעגן מיט געלט האט ער אלס אפגעזאגט פאר מלך סדום, ווידער אמאל די הייליגע זיידע יצחק האט אויס געשטרעקט די האלז געשחט'ן צו ווערן פאר'ן אייבישטער, יעקב אבינו זעלטן געהאט א גוטע טאג,א הונקעדיגע ארומע יודל זיך געמיטשעט מיט איין ברידער, איין שווער, פיר ווייבער, צוועלף קינדער, און דאך האט געדינט דעם באשעפער מיט אמונה און בטחון אפילו ער האט נישט געהאט א פרוטה לפורטה בלויז זיין אייגן שטעקן.

אבער היינטיגע צדיקים
אינגאצען עפעס אנדערש ס'איז שוין דא א גאנצע רביסטיווע מיט א גבאי יהושע, די עולם מוז קומען ווען די רבי לערנט פאר שיעורים וואס דרך אגב איז ממש א געלעכטער (קומט נאר אריין צן א שיעור אין הלכות ציצית אדער הלכות מזוזה און איבערצייגט אייך אליין). א שיינע אנצוג (ווי א כלה) האט משה געלאזט נייען פאר זיין ברודער אהרן (ווען ער מאכט דאס פאר מיר וואלט איך נישט געמאכט קיין גראטשקעס), און מ'האט איינגעשטעטלט א גאנצע מערכה פון אריינגעבן מעמדות אויף צוהאלטען די הויף, דא רופט מען עס תרומה, דארט מעשר, חזה ושוק וכו', איך ווייס בידועה ברורה פון א ארומע אלמנה וואס מ' האט איהר נעבעך צו גענומען אלעס וואס זי האט שוין צאמגעקראצט מיט א נייע אויסרייד אז דאס איז זרוע לחיים והקיבה מיט ראשית הגז.

מ'מאנט געלט מ'גייט בויען א משכן, ווער גייט פארדינען פון דעם געשעפט? ס'איז זיכער אז משה רבינו רוקט אראפ פראצענטן, ווען ער גיבט אפ דין וחשבון (פ' פיקודי) שטומט נישט די חשבונות, משה רבכם גנב או קביוסטוס הי', גאנצע תירוצים פארענטפערט ער מנה של קודש כפול הי', ווין לעמודים, גיי גלייב אז זיין ראכטום קומט נישט פון דעם נאר פון וואס ער האט אראפ גענומען (גע'גנב'ט) ביים מאכן די לוחות.
[/justify]
אבירם האט געלייקט די הודעה


דתן שרייבט
[קויף נישט אלע לאקשן וואס מ'פארקויפט דיר, אברהם איז געוווען א עלטערע יוד אן קיין קינדער וואס האט נישט געהאט וואס צו טוהן מיט די לאנגע טאג האט ער געזיכט מענטשן זאלן אריינקומן ביי איהם, און מיינסטו טאקע ער האט געמיינט יענעם'ס טובה, נאך'ן עסען האט ער נאך געדארפט פארבלייבן צו לערנען אפאר שטיקליך חובת הלבבות, מיט א פרק מסילת ישרים, און אז נישט האט די סעודה איהם טייער אפגעקאסט, ארבע מאות שקל כסף איז נאך קליין געלט, איך וויל נישט אריין גיין אין פרטים אבער עס איז דא קראנטע אינפארמעשין אז די מעשה מיט יצחק'ס געבוירן איז נישט אזוי גלאטיג, לויט ווי עס ווערט באריכטעט אויף די וועבסייט פון שאולזון@לצני הדור איז עפעס דא א חשש פון יד נכרי באמצע.
[justify][/justify]יצחק איז געווען א גביר אדיר (אוגאנצען א אנדערע אפטייטש אין מאה שערים האט ער) און ביי אונז ווייסט מען אז מ'מעסט א מענטש לויט ווער עס זענען זייני חברים, דער עשו דרייט זיך דארט אין שטוב און יצחק האט איהם מאך ליב איך מיין אז מיינע תגובות זענען שוין איבעריג
[justify][/justify]יעקב איז אויך אונטערגעוואקסן אן עושר, ווי אזוי? מיינסט טאקע אלעס איז געווען גלאט כשר? ער האט גוט געוואוסט ווי אזוי צו דרייען מיט מקלות, עקודים, נקודים, וברודים און ער האט גאנץ שיין זיך ארויס געזען פון די שווער מיט א ויברח, אז מ'וועט אריינקוקן מער אין משפחה זאכן איך מיין אז א פשוט'ע בעלבאס וואלט זיך נישט משדך געווען מיט איהם, ס'שטינקט א מעשה מיט דינה, ראובן, יהודה-תמר, אפאר רוצחים און שלעגערס צו די זייט אויך (א גאנצע שטאט אויסגעהאגערט), און די נייעס לעצטנס האב איך געזעהן אז די יונגסט קינד זיינער איז אויך נישט קיין קליינע באנדיט, ער האט קלעיבידיגע הענט (וואס קען מען טוהן ער איז דאך זיין מאמע'ס א קינד)


און בן פלת שרייבט יעדעס ווארט וואס קרח שרייבט דא איז אמת ויציב און מ'דארף זעהן צו מאכן א אויפשטאנד קעגן די קארפדעד סיסטעם
מיסיס און בן פלת שרייבט לאזט ארויס מיין מאן פון די גאנצע געשעפט קיין גרויסע מרא דאתרא וועט ער סייווי נישט וואקסן


קען איינער אפשר דאונלאודען די יש דורשים לשבח ולגנאי פון ימי נח?


יעצט ערהאלטן א טוויט פון בני קרח:

[center]משה אמת ותורתו אמת[/center]
[/quote]

נשלח: מיטוואך יוני 17, 2015 11:20 am
דורך [NAMELESS]
חקרן, אויב די ווייסט מער איבער קורח'ס דעמאקראטיע פלענער איז לאז מיך וויסען, ס'וועט זיין א געוואלטיגע אנטדעקונג.

נשלח: מיטוואך יוני 17, 2015 11:47 am
דורך גאנצל
שמעקעדיג האט געשריבן:דו פארגלייכסט היינט צו דעמאלס? דער חילוק פון דעמאלס ביז היינט איז דאך כרחוק מזרח ממערב!!
משה איז געווען נבחר מפי הגבורה, און האט גערעדט צו השי"ת כדבר איש אל רעהו, ארויף אין הימל לעבעדיגערהייט, ער האט אוועקגעגעבן זיין לעבן פאר כלל ישראל, געוויזן אויסטערלישע אותות ומופתים פון יציאת מצרים, קבלת התורה, א.א.וו. אין מדבר עד עת הסתלקותו,
משא"כ היינטיגע רבנים וואס טובל'ען זיך אין לוקסוס און אויסער אסר'ן אלעס האלטן זיי ביי גארנישט, וואספארא פארגלייך איז דאס?


און ווי זוי קען טאקע זיין אז רוב כלל ישראל מיט אלע ראשי סנהדראות האבן זיך אקעגן געשטעלט משה רבינו וואס איז געווען נבחר מפי החבורה וכו'

Re: שטעלט אייך פאר ווען קורח געווינט!

נשלח: מיטוואך יוני 17, 2015 12:10 pm
דורך ווייס פרעזידענט
ווער איז היינט קורח אין ווער איז היינט משה? משה רבינו איז געזעצען ביי פרעה אין פאלאץ און איז געזעצען אין מדין געקענט זיך אויס לאכען פון אלע צרות נאר ער האט זיך דוקה יא געוואלט משתתף זיין בצרותן של ישראל נישט ווי די היינטיגע וואס עס גייט זיי גוט איז אלעס פיין אין ער האט זיך נישט געמאכט ווי א מה יפות ווי אלע היינטיגע פאלטישינס נאר ער האט געזאגט פאר פרעה אין טאטענס באבען אריין אין ער האט דעליווערט צעהן געזונטע מכות אז פאר אידען איז גרינגער געווארען אין גאנץ רייך געווארען דערנאך האט ער אונז געגעבען ביזת הים מן שליו געראטעוועט פון מלחמת עמלק נישט געקוקט צו געהערסט צו זיין פרטיי אלע שבטים האבען באקומען (אין ער האט נאך פארגונען זיין ברודער מיט די כהונה) אבער קרח נישט געארבייט אין מצרים אזוי שטייט שבט לוי איז געזעצען אין געלערנט רייך איז ער געוועהן וואס האט ער שוין געקענט צו געבן. יעצט בזמן הזה קוק וועלעכע רב פירט זיך ווי משה און ווער פוהרט זיך ווי קורח

Sent from my Nexus 6 using Tapatalk

Re: שטעלט אייך פאר ווען קורח געווינט!

נשלח: מיטוואך יוני 17, 2015 12:11 pm
דורך ווייס פרעזידענט
ווייס פרעזידענט האט געשריבן:ווער איז היינט קורח אין ווער איז היינט משה? משה רבינו איז געזעצען ביי פרעה אין פאלאץ און איז געזעצען אין מדין געקענט זיך אויס לאכען פון אלע צרות נאר ער האט זיך דוקה יא געוואלט משתתף זיין בצרותן של ישראל נישט ווי די היינטיגע וואס עס גייט זיי גוט איז אלעס פיין אין ער האט זיך נישט געמאכט ווי א מה יפות ווי אלע היינטיגע פאלטישינס נאר ער האט געזאגט פאר פרעה אין טאטענס באבען אריין אין ער האט דעליווערט צעהן געזונטע מכות אז פאר אידען איז גרינגער געווארען אין גאנץ רייך געווארען דערנאך האט ער אונז געגעבען ביזת הים מן שליו געראטעוועט פון מלחמת עמלק נישט געקוקט צו געהערסט צו זיין פרטיי אלע שבטים האבען באקומען (אין ער האט נאך פארגונען זיין ברודער מיט די כהונה) אבער קרח נישט געארבייט אין מצרים אזוי שטייט שבט לוי איז געזעצען אין געלערנט רייך איז ער געוועהן וואס האט ער שוין געקענט צו געבן. יעצט בזמן הזה קוק וועלעכע רב פירט זיך ווי משה און ווער פוהרט זיך ווי קורח

Sent from my Nexus 6 using Tapatalk

איך בין גאר א שוואכע שרייבער אבער איך האף מען פארשטייט מיין פאוינט

Sent from my Nexus 6 using Tapatalk

נשלח: מיטוואך יוני 17, 2015 12:13 pm
דורך שמעקעדיג
גאנצל האט געשריבן:ווי אזוי קען טאקע זיין אז רוב כלל ישראל מיט אלע ראשי סנהדראות האבן זיך אקעגן געשטעלט משה רבינו וואס איז געווען נבחר מפי הגבורה וכו'

שטייט שוין פון אר"י הק' אז דאס איז נישט אזלעכע פשוט'ע מחלוקת ווי מיר זעען היינט (הגם כ'בין זיכער אפאר ניקס דא וועלן כדרכם לאכן פון די טעאריע)
קרח איז געווען א בעל רוח הקודש, און האט געזעהן ברוח קדשו אז ער דארף זיין כה"ג, און אזוי וועט טאקע זיין ביי די גאולה, עכ"פ עס איז נישט אזוי פשוט און נישט קיין פארגלייך צו די היינטיגע.

עינו הטעתו

נשלח: מיטוואך יוני 17, 2015 1:38 pm
דורך אויבערלענדער חכם
איך זעה אז מען ארבייט דא שווער זו מזהה זיין ווער קרח איז געווען. אידען! מען דארף זיך נישט איבערארבעטען. די פסוק און חז"ל זענען שיין מסביר.
1- קרח ועדתו - איך קען נישט טראכטען פון א סאך אנדערע "גדולים" אין תנ"ך און ווייטער וואס האבען געהאט אן "עדה" ביז די שפעטערדיגע דורות- די חתם סופר שרייבט אין א תשובה צו די הייליגע ישמח משה (שו"ת חתם סופר חלק אורח חיים סימן קצז) אז עס איז מרגלא בפומיה צו קריטיקירן [די ישמח משה - כך משמע מהתשובה] און זאגען אז זיין רבי'ס [די חתם סופר'ס רבי'ס] האבען קיינמאל נישט ממשיך געווען אן עדה. וז"ל, ולכן ראיתי רבותי הגאון הפלאה ז"ל ומורי החסיד שבכהונה מהו' נתן אדליר זצ"ל והגאון מהו' זלמן חסיד ז"ל שלא המשיכו עדה, עכ"ל. קוק נאך צו זעהן נאך קריטיק אויף די ישמח משה. קרח האט יא ממשיך געווען אן עדה.
[עיין דברי יואל בפרשתן עמוד טו לגבי גלגול קדום של הישמח משה ודו"ק]
[הערה נחוצה: איך מיין ארויס צו ברענגען א פאונט און נישט ח"ו מזלזל זיין אין די גרויסע גאון בעל מח"ס השיב משה וואס די חתם סופר האט פון עם שטארק געהאלטען (נאך געהאט א פאר חילוקי דעות מיט עם). אגב אורחא כיהודה ועוד לקרא, איז גראדע אינטערסאנט אז רבי אלישיב ברענגט די תשובות השיב משה אין זיין ספר הערות און לייגט צו "היה תלמיד חכם גדול"]
2 - טלית שכולו תכלת - עס זענען דא צוויי זכירות אין ציצית, איינער איז "תרי"ג מצוות" און די אנדערע איז "תכלת דומה לים וים דומה לרקיע ורקיע דומה לכסא הכבוד", די רמז אין דעם איז אז אן תרי"ג מצוות, אן "תורה צוה לנו משה" העלפט נישט טראכטען פון כסא הכבוד -פליען אין הימל בלע"ז - און די זעלבע פארקערט, כל מי שאין לו אלא תורה אפילו תורה אין לו - קרח איז געקומען מיט די טענה פון "טלית שכולו תכלת" - מען דארף נישט זיין קיין תורה צוה לנו משה - עס איז גענוג "כסא הכבוד" - ווען מען האנדעלט כסא הכבוד איז שווער צו וויסען ווער איז טאקע די בעל מדרגה. שמואל הנביא האט נישט געקענט וויסען וואס טוט זיך אין יענעם'ס הארץ - כי האדם יראה לעינים וה' יראה לבב. ווען גדולי ישראל ווערען אוועק געשטעלט לויט זייערע ידיעות התורה, זאגט מען "אל יתהלל חכם בחכמתו" - מען קען עם דאך פארהערען - אבער ווען ער קען איינרעדען אז ער פליעט אין הימל - דעלמאלס "בזאת יתהלל המתהלל השכל וידוע אותי" - מען קען עם נישט אפרעגען. קרח איז געקומען מיט די טענה "ובתוכם ה'" מען קען עס נישט זיין. טלית שכולו תכלת...
3- ראה שלשלת גדולה יוצאה ממנו - משה רבינו, כאטש אפילו ער וואלט טאקע געוואלט [כמבואר ומי יבין את זאת] אז זיין קינדער זאלען איבער נעמען, אבער ער האט דאך געוואוסט אז בלא - עס וועט נישט זיין. אבער "קרח שפקח היה מה ראה לשטות זה, עינו הטעתו, ראה שלשלת גדולה יוצאה ממנו קרח האט געזען די גרויסע "שלשלת". אזוי וויל בנש"קליך און נישט נעמען א רביסטיווע?
4- בדברי ליצנות כל הלילה - רש"י ברענגט אז קרח האט עוסק געווען אין לצנות א גאנץ נאכט. מלפנים בישראל האט מען געוואוסט אז איינער וואס וויל מען זאל עם האלטען גרויס דארף ארום גיין ערנסט עטוף בטלית ותפילין ואינו מסיח דעתו מהתורה. קרח האט געקענט ארום זיצען מיט מענטשען האקען לצנות, אפשר פארציילען מעשיות בדויות מהלב, אפשר זינגען לידער און עסען קוגעל, פארברעגען א גאנץ נאכט און דאך הייסען א גרויסע איד.
[מענין לענין איז ראוי צו דערמאנען די הייליגע ווערטער פונעם ייטב פנים (אבני זכרון לראש השנה) וזל"ק, אבל הענין על פי ששמעתי ממוזלה"ה [בעל ישמח משה זיעועכי"א] סיפר לנו שבימי נעוריו היה קשה בעיניו מה שהחסידים יגילו כל היום הלא איתא בש"ע או"ח סי' א' ס"ג ראוי לכל ירא שמים שיהא מיצר ודואג על חורבן בית המקדש ועגמה נפשו על דבר זה והתפלל אל ה' במחשבה צפונה בלב בנסעו לקבל פני רבו הקדוש מהר"י יצחק זלה"ה מלובלין אנא ה' הושיעה נא בעת בואי אל הצדיק יורינו דרך תירוץ על ענין זה וכו' וכאשר בא אל ביתו נאוה קודש תיכף פיו פתח בחכמה וברוח הקודש ואמר לו למה נפלו פניך אם אמנם איתא בשולחן ערוך ראוי לכל אדם ירא שמים שיהא מיצר ודואג וכו' אבל כבר אמרו עיין במדרש אס"ר פ"ט א' החכם צהלתו בפניו ואבלו בלבו, עכלה"ק. ותקיש להנ"ל ודו"ק.]
5- עושר גדול - עס שטייט טאקע אז אין הקב"ה שורה שכינתו אלא על .. עשיר.. אבער רייך ווי קרח איז א נייע שטייגער נישט וואס מען האט געזעהן ביי אנדערע גדולי ישראל.
6- מחלוקת - קרח האט געמאכט מחלוקת.
וישמע חכם ויוסיף לקח ולא באתי אלא להעיר...

נשלח: מיטוואך יוני 17, 2015 1:51 pm
דורך היסטאריקער
פלעין יודיש האט געשריבן:ס'וואלט אויסגעקיקט אזוי ווי ס'קיקט היינט אויס אין 12 גארפילד און אין הופפער.......



מיינסט צו זאגן ווייל קרח ועדתו זענן געבליבן אין ראדני

נשלח: מיטוואך יוני 17, 2015 2:50 pm
דורך green sunday
היסטאריקער האט געשריבן:
פלעין יודיש האט געשריבן:ס'וואלט אויסגעקיקט אזוי ווי ס'קיקט היינט אויס אין 12 גארפילד און אין הופפער.......



מיינסט צו זאגן ווייל קרח ועדתו זענן געבליבן אין ראדני

:like

נשלח: מיטוואך יוני 17, 2015 3:37 pm
דורך גאנצל
שמעקעדיג האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:ווי אזוי קען טאקע זיין אז רוב כלל ישראל מיט אלע ראשי סנהדראות האבן זיך אקעגן געשטעלט משה רבינו וואס איז געווען נבחר מפי הגבורה וכו'

שטייט שוין פון אר"י הק' אז דאס איז נישט אזלעכע פשוט'ע מחלוקת ווי מיר זעען היינט (הגם כ'בין זיכער אפאר ניקס דא וועלן כדרכם לאכן פון די טעאריע)
קרח איז געווען א בעל רוח הקודש, און האט געזעהן ברוח קדשו אז ער דארף זיין כה"ג, און אזוי וועט טאקע זיין ביי די גאולה, עכ"פ עס איז נישט אזוי פשוט און נישט קיין פארגלייך צו די היינטיגע.[/quote

דו ביסט מיר מסביר וואס עס איז געווען קרח'ס שיטה ? איך ווייס וואס זיין שיטה איז געווען

אבער מיין שאלה איז פארוואס רוב כלל ישראל און אפילו ראשי סנהדראות האבן זיך ענדערש צוגעשטעלט צו קרח דעם בעל רוח הקודש און נישט צו משה רבינו און מ'האט נאך גערעדט אויף אים כל דבר אסור וואס איז שווער אפי' נאכצוזאגן

אוודאי איז דא אסאך תירוצום וביאורים און גארנישט איז נישט פשוט אבער דער לימוד פאר אונז איז און די פשוטע תירוץ איז אז סאיז געווען און ס'איז דא און ס'וועט זיין א גראבע ייצר הרע אויף מחלוקת בפרט אויף מנהיגים אכמ"ל און דעס איז געווען די פארבלענדעניש דעמאלט און דאס איז די פארבלענדעניש היינט

ווער איז קורח און ווער איז משה?

נשלח: מיטוואך יוני 17, 2015 5:50 pm
דורך חקרן
[center]איינער האט דא געפרעגט:[/center][center]ווער איז קורח און ווער איז משה?[/center]
לאמיר זיך פראבירן אריינצולייגן אין די שיך פון יענע אידן און דינען אצינד אלס קורח'ס אדוואקאט, קוקנדיג מיט פליישיגע אויגן (נישט חלילה אז איך האב אזעלכע דעות, נאר וויבאלד מען קוקט פשוט, משה איז א צדיק, זיך מוסר נפש פאר אידן וכו' און קורח איז א באנדיט, א לץ - לאמיר זען ווי אזוי אידן האבן אנגעקוקט דער חילוק צווישן משה מיט קורח):

משה:
אויפגעצויגן איז ער ביי פרעה'ן אינדערהיים אלס פאלנער מצרי. בכלל איז זיין געבוירן ווערן גארנישט אזוי גלאטיק, פרעה'ס טאכטער, 'בתיה די גיורת' האט מען איר גערופן, זי איז געגאנגען זיך באדן אין טייך און צוריקגעקומען מיט א קינד, טענה'ענדיג אז דאס מוז זיין א אידישער. ווער דאס איז קינד איז געווען און פון וואנעט ער איז געקומען, ווייסט איין גאט און אפשר אויך בתיה און מעגליך אז נאך איינער... אבער רעדט מען דאך נישט, הקיצור, הייסט דאס אז דאס קינד איז א איד וואס די מאמע האט אים מפקיר געווען אין וואסער.
לאמיר גיין ווייטער: דאס קינד איז אויפגעצויגן געווארן אלס גוי מיט אלע מפרשים, פון אידישקייט האט ער נישט געוויסט ביז די דרייצן. אין יענע יארן איז ער ארויסגעגאנגען, זיך פארפלאנטערט מיטן געזעץ, געמארדעוועט א פאליציאנט, איינער וואס היט אויפן געזעץ פון מצרי'שער אטאריטעט, וועלנדיג העלפן ווילדע קנעכט זיך ארויסצודרייען פון דינען דעם געזעץ און ארבעטן.
ווילדע הענט האט ער געהאט דער משה (אגב, וועלכער שפראך איז דאס 'משה' און ווער האט אים געגעבן דעם נאמען? - גייט און געפינט אליין אויס...). עס איז נישט אריבער איין טאג און אויף מארגן האט ער שוין געטראפן נאך א קורבן, דאס איז שוין געווען נישט קיין צווייטער ווי דער ראש-הקהל און דער עסקן, דתן, וועלכער גיבט זיך איבער פאר כלל-ישראל און פייט קעגן קאראפציע. בקיצור המעשה, מען האט אים געזוכט און דאס קינד איז אנטלאפן - איר ווייסט וואו? - קיין מדין.
וואס האט א דרייצן יעריגער יונגל געזוכט איינער אליין אין מדין? - ער האט זיך באכלעפשעוועט מיט די טעכטער פונעם ארטיגן גלח, זיך געדרייט מיט זיי, עס איז נישט געווען קיין סוד, גאנץ מדין האט געשמועסט איבער דעם, עס איז פאראן היינט עדות וואס דערציילן זיין היסטאריע דארט, לאמיר שוין נישט ארומרעדן, אבער איר קענט זיך אליין פארשטעלן וואס א יונגער טינעידזשער אין די יארן, טוט איינער אליין אן קיין אויפזוכט. און געס וואט? - זיין ווייב, יא די כושית, די רביצין, זי איז גאר די טאכטער פון דעם גלח! - ווי אזוי האט נאר רבינו קורח געזאגט ביי די באקאנטע דרשה אין משכן קורח? - 'בת יתרו מי התיר לך?' - נאר ער מעג און מיר טארן נישט!
הקיצור, איך וויל נישט מאריך זיין, נאר נאך פערציג יאר וואס ער האט קיין איד נישט געזען, קיין ספר נישט געעפנט, ארומגעהאצקעט א טאג, ווען ער איז שוין געווען אן אכציג יעריגער זקן און ער האט שוין אלעס געענדיגט, קומט ער זיך אן קיין מצרים, דרייעט איבער די שטאט. יעדער ווייסט אז רוב כלל-ישראל איז נישט געווען אויף זיין זייט, ער האט קוים געהאט א פינפטל צי ווייניגער וואס זענען מיטגעגאנגען מיט אים. ער האט דארט אנגעמאכט צרות צרורות, פרעה האט געהויבן די מאס ארבעט, ער איז ווילד געווארן און געהייסן אז אידן מוזן זיך אליין קלויבן שטרוי. משה האט נישט איינגעריעט, ער האט אנגעטאן ציפקע צרות פאר פרעה, געמאכט שטיקלעך, צוגעזאגט די אידן אז מען גייט אריין אין א לאנד פון זבת חלב ודבש. איך האב שוין דעמאלס געשריגן אז אויב ער קען שוין יא, זאל ער מאכן א רעוואלט אין מצרים גופא און איבערנעמען דאס לאנד, וואס פעלט אויס ארויסצושלעפן א גאנצע פאלק און זיי אריינברענגען אין א צווייט לאנד? - האט ער אנדערש פארשטאנען.
און וואו האלטן מיר היינט? - שטעקן געבליבן אין מדבר, אויסגעשטאטעט צו כל מיני חולערעס און מגיפות, מלחמות און וואס נישט? - אין מצרים האבן מיר געהאט פארמעגן, געווען מסודר, געגעסן על סיר הבשר. אין מדבר? - אביסל מן.
בקיצור, משה איז א מענטש, וואו תורה, וואו סחורה, וואס פארקויפט ער בכלל?

קורח:
לאמיר אצינד אריינגיין אין די היסטאריע פון רבינו קורח שליט"א.
קורח איז באקאנט אלס יחסן מופלג, דור אחר דור פון געהויבענע ערליכע אידן, נשיאים וואס האבן אויפגעטאן גדולות ונצורות פאר כלל-ישראל. זיין ייחוס איז באקאנט פאר יעדן איינעם, א זוהן פון יצהר, אייניקל פון דער באקאנטער קהת, דער זיידע פון די בני קהת, א זוהן פון לוי בן יעקב, דער בחיר השבטים.
משחר טל ילדותו איז ער געווען באקאנט אלס תלמיד חכם און ירא חטא, געלערנט תורה אין די ישיבות אין מצרים, אסאך קונה געווען פון זיין טאטע'ן און זיידן. און ניין, ער האט נישט אזא לאנגע היסטאריע ווי משה, פשוט דערפאר וואס ער איז געזעצן און געלערנט, נישט ארומגעהאצקעט א וועלט.
און מיינט נישט אז קורח איז סתם א תמים וואס פארשטייט נישט צו דער וועלט; פונקט פארקערט, אויב עפעס איז משה דער תמים וואס וויל זיך נישט לאזן. קודם כל איז קורח אן עושר מופלג, א מאלטי מיליאנער, א געריבענער ביזנעסמאן, וואס טראץ זיין גדלות בתורה וואס קיינער קען זיך מיט אים נישט פארמעסטן, האט ער נאך באוויזן צו מאכן ביליאנען און זיין וועלטס גרעסטער עושר.
פירערשאפט קוואליפיקאציעס? - הא, א שאלה בכלל... ווער נאך האט באוויזן דאס וואס ער האט באוויזן, צוזאמענצונעמען א גאנץ פאלק אונטער זיין באזיץ. קורח האט ביי יעדן שיעור זיינער, צוויי-הונדערט-און-פופציג רבנים ודיינים, מורי הוראה בישראל. איר קענט נאך א רב וואס האט אזאנס געהאט ביי זיינ'ס א טיש? - ער איז א רבי אויף 250 רבי'ס, נישט חסידים. ער האט זיי אין די הענט און פירט אן מיט א מעכטיגע אפעראציע.

אלזא, זאגט איר אליין:
ווער איז משה און ווער איז קורח?

באמת וואלטן מיר געדארפט גיין א טריט ווייטער: וואס פארקויפט משה און וואס פארקויפט קורח! מיר האבן שוין אבער מאריך געווען דערין אין א פריעדיגע תגובה, עיין שם ותמצא נחת.

נאכאמאל: ווען איר דארפט מאכן דעם אויסוואל צווישן משה מיט קורח, וועמען וואלט איר אויסגעוועלט? - ווער איז משה און ווער איז קורח?

נשלח: מיטוואך יוני 17, 2015 6:03 pm
דורך דוק ותשכח
דער שפת אמת זאגט אז קורח האט נישט געכאפט אז אלע זיינע מדריגות קומען דורך משה רבינו דער מנהיג הדור...
און אזא פאל וואלט קורח געווען אויס קורח