בלאט 1 פון 25

זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר

נשלח: מיטוואך יוני 17, 2015 12:39 pm
דורך ביליג
Listia אפשר דא איינער מיט אינפראמאציע וועגן די וועבסייט ?
https://www.listia.com
קען מען מאכן געלט ?
עס ארבייט דורך פוינטס. מען קויפט/פארקויפט דורך פוינטס אפשר קען מען מאכן עפעס קליינגעלט אויף שיפינג

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 1:52 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
ווייסט איינער וויאזוי ממאכט א קרעדיט ליין? איך וויל ארויסנעמען א קרעדיט ליין אויף מיין הויז. סדא אפאר הינדערט טויזענט ארויסצונעמען. וועלעכע באנק איז די בעסטע? דארף מען ווייזען אינקאם?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 3:39 pm
דורך שמעון וואלף
זיכער דארפסטי ווייזן אינקאם. די באנק וויל דאך זעהן אז די וועסט האבן פון וואנעט צו באצאלט.

רעדט צו א מארגעזש בראוקער

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 5:53 pm
דורך שטילע אינגערמאן
מוז נישט זיין מדארף ווייזען אינקאם, פארשטייט זיך אז מקען נישט מאכן א כלל פון יעדער הויז די זעלבע, ווענט זיך וויפיהל פלאץ סאיז דא אבער שטארקע ביכולת אז מדארף בכלל נישט ווייזען.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 6:15 pm
דורך שמעון וואלף
איך האב אמאל געטון אין מארגעזשעס און קיינמאל געהערט אזא זאך אז די באנק זאל בארגן אן זעהן אינקאם. אפשר קענסטי מסביר זיין וואס די באנק'ס חשבון איז צו בארגן פאר איינער וואס האט נישט קיין אינקאם. פון ווי זאלן זיי צוריק זעהן די געלט?

זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 6:43 pm
דורך שטילע אינגערמאן
היינט צוטאגס טיילט די באנק לינקס אין רעכטס, אים געוויסע בענק זענען גענוג צופרידען מיט לייגן א ליען אויפן הויז אין דיר געבן א ליין פון קרעדיט, פארשטייט זיך ספארלאנגט זיך געוויסע זאכן וואס מוז נישט זיין יעדער הויז וועט זיין approved, אבער מיינס א באקאנטע ווייס איך וואס האט ארויס גענומען אזא ליין פון קרעדיט

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 6:54 pm
דורך רויטע וואנצעס
wow, איך וויל הערן מער וועגן דעם.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 7:46 pm
דורך אחד העם
רויטע וואנצעס האט געשריבן:wow, איך וויל הערן מער וועגן דעם.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 14, 2015 5:48 am
דורך די קעניג פין אמעריקע
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:היינט צוטאגס טיילט די באנק לינקס אין רעכטס, אים געוויסע בענק זענען גענוג צופרידען מיט לייגן א ליען אויפן הויז אין דיר געבן א ליין פון קרעדיט, פארשטייט זיך ספארלאנגט זיך געוויסע זאכן וואס מוז נישט זיין יעדער הויז וועט זיין approved, אבער מיינס א באקאנטע ווייס איך וואס האט ארויס גענומען אזא ליין פון קרעדיט

וועלעכע באנק איז דאס געווען?

נשלח: זונטאג אוגוסט 23, 2015 7:58 pm
דורך כפתור
איך דריי מיך שוין א שטיק צייט און ק"ש און נאכנישט דערגאנגען געהעריג וויאזוי ק"ש ארבייט. וויאזוי ווייסיך וואס און ווי כ'האב שוין געליינט, און נאך אנדערע שארט-קאטס. קען מיר איינער אנווייזן ווי צו זוכען?

נשלח: זונטאג אוגוסט 23, 2015 10:14 pm
דורך [NAMELESS]
כפתור האט געשריבן:איך דריי מיך שוין א שטיק צייט און ק"ש און נאכנישט דערגאנגען געהעריג וויאזוי ק"ש ארבייט. וויאזוי ווייסיך וואס און ווי כ'האב שוין געליינט, און נאך אנדערע שארט-קאטס. קען מיר איינער אנווייזן ווי צו זוכען?

[tag]כפתור[/tag], זיי מער מפרט דיין שאלה און וועל מיר פראבירן דיר צו העלפן, פונקטליך וואס פארשטייסטו נישט?
(וויאזוי שרייבסטו, געהעריג אדער טעפעטאלק?)

נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2015 12:00 am
דורך כפתור
איך שרייב מער-ווייניגער אויף מיין קאמפיוטער.

אמאל ביי "אומגעליינטע הודעות" איז רויט, אמאל שווארץ, אמאל לויפט עס, און אמאל נישט.
וויאזוי ווייס איך ווען איינער ענטפערט אדער לייגט א תגובה אויף וואס איך האב געשריבן?
ס'דא נאך זאכן אבער איך קען מיך נישט דערמאנען אויפן מאמענט.

איינס פון די שוועריקייטן און ק"ש איז וואס הגם אידיש איז מיין מאמע לשון, דאך בין איך מער צוגעוואינט צו שרייבן און מיך אויסדריקן אויף ענגליש. ס'נעמט צייט זיך צו איבער טרענירן

נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2015 12:31 am
דורך [NAMELESS]
כפתור האט געשריבן:איך שרייב מער-ווייניגער אויף מיין קאמפיוטער.

אמאל ביי "אומגעליינטע הודעות" איז רויט, אמאל שווארץ,

עס איז דא א באקסל אויף די רעכטע זייט פון די סקרין ביי פריוואטע מודעות וואס זאגט פונקטליך וואס יעדע קאליר מיינט, איך לייג עס דא ארויף לכבודך.
הודעה קאלירן:
אנגעצייכנטע הודעה
הגיב להודעה
הודעה מחבר
א הודעה פון א נודניק


כפתור האט געשריבן:אמאל לויפט עס, און אמאל נישט.

???
כפתור האט געשריבן:וויאזוי ווייס איך ווען איינער ענטפערט אדער לייגט א תגובה אויף וואס איך האב געשריבן?

צו וויסן ווען איינער ענטפערט ווייס איך נישט צו עס איז דא א וועג צו באקומען א אלערט (חוץ אויב יענער טעג״ד דיר), אבער ווען איינער לייקט דיר קענסטו עס וויסן דורכן אנשטעלן צו באקומען א אישי אלערט,
1) גיי צו דיין ״באניצערס קאנטראל פאנעל״.
2) גיי אריין אין ״סיסטעם פרעפערענצן״.
3) גיי אריין אין ״רעדאגיר אלגעמיינע סעטינגס״ און שטעל דארט אן צו באקומען א הודעה/אישי ווען די באקומסט א לייק.
כפתור האט געשריבן:ס'דא נאך זאכן אבער איך קען מיך נישט דערמאנען אויפן מאמענט.

איינס פון די שוועריקייטן און ק"ש איז וואס הגם אידיש איז מיין מאמע לשון, דאך בין איך מער צוגעוואינט צו שרייבן און מיך אויסדריקן אויף ענגליש. ס'נעמט צייט זיך צו איבער טרענירן

בהצלחה!!

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2015 12:10 pm
דורך samiam
איך דארף א recipe פאר גאלע .

אפשר איז דא מער א פאסיגע אשכול פאר קאכען?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 7:52 am
דורך הוגה
ווייסט איינער די טעלעפאן נומער פון די 'סוכה שדכן' וואס איז אינטערוויוד אויף קול מבשר?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 11:47 am
דורך געוואלדיג
718-998-6596
דאס איז די נאמבער פון איהם ואס איך האב.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 12:15 pm
דורך רויטע וואנצעס
איך זוך א נייע אינטערענעט פראוויידער פאר'ן אפיס. ס'איז דא א ים מיט סערוויסעס און ספידס. איינער קען מציע זיין א געוויסע קאמפאני וואס איז נישט צודרייט טייער און די ספיד איז כמעשה? יישר כח!

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 1:37 pm
דורך שלום על ישראל
רויטע וואנצעס האט געשריבן:איך זוך א נייע אינטערענעט פראוויידער פאר'ן אפיס. ס'איז דא א ים מיט סערוויסעס און ספידס. איינער קען מציע זיין א געוויסע קאמפאני וואס איז נישט צודרייט טייער און די ספיד איז כמעשה? יישר כח!

Optimum

נשלח: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 2:17 pm
דורך לית דין בר נש
ווייסט איינער צו עס איז דא א גמ"ח ווי איך קען באקומען סידורים פאר א שבתון? בערך 150
איך זיך נישט א חומש וואס האט אין בעק די סידור מיט פיצקלע אותיות און אויך נישט סידור אורה ושמחה פון 1974
איך זיך א שיינע נארמאלע סידור פאר איין שבת.
(איך ווייס קיינער דארף נישט צושטעלן וואס איך וויל, איך פרעג נאר אויב איינער ווייסט פון אזא זאך)
תודה

נשלח: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 3:48 pm
דורך קפה נמס
די היימישע טשעיר רענטעל קאמפעני'ס פארדינגען סידורים פאר שבתים.

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר

נשלח: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 8:20 pm
דורך ביליג
samiam האט געשריבן:איך דארף א recipe פאר גאלע .

אפשר איז דא מער א פאסיגע אשכול פאר קאכען?

1444781905734.jpg
1444781936691.jpg
קרעדיט בנות ציון באבוב

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר

נשלח: מיטוואך אקטאבער 14, 2015 7:48 pm
דורך אהרן
קען מען האלטן קליידער אין א שעד (Shed) אין בעקיארד אדער די קליידער וועלן חרוב גיין פון די וועטער?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 3:14 pm
דורך שלום על ישראל
אהרן האט געשריבן:קען מען האלטן קליידער אין א שעד (Shed) אין בעקיארד אדער די קליידער וועלן חרוב גיין פון די וועטער?

אויב עס איז נישט 100% וואסער-פרוף (נישט נאר א גוטע דאך; פייכקייט גייט אין אלע דירעקציעס), קענען די קליידער באקומען א גרוך.