בלאט 1 פון 1

חביבין- א בעלזער אלבום מיט א וועלטליך-חסידישער גייסט

נשלח: מיטוואך יוני 17, 2015 8:09 pm
דורך moshav zekeinim
טאמער איז דער נייער בעלזער לדור ודור אלבום אן אלבום וואס איז צוריק געגאנגען צו די קלאסישע ניגוני חסידי בעלזא (פארביסענע) סטייל פון די תש"מ יארן, איז זיין קאלעגע, דער אלבום חביבין, וואס איז אויך ארויס געקומען לכבוד דער נאר וואס פארלאפענער שמחת בית בעלזא, פונקט דאס פארקערטע. די טראדיציאנעלע ניגוני חסידי בעלזא פלעגט האבן נאר אינעווייניגסטע בעלי מנגנים און קאמפאוזערס, אבער חביבין האט געגעבן א גוטן פארקירעווע פון דער טראדיציע, און איז ארויס געקןמען מער אפן צו די היימישע וועלט, אריין נעמענדיג אומנים פון ברייטערע קרייזן, ווי משולם גרונבערגער ועוד, און קוקט מער אויס ווי א מתיקות אלבום ווי איידער א בעלזער אלבום.

עמי כהן, דער הויפט ארענדזדער פון שלמי כהן, איז געשטעלט געווארן פאר א שיינער צאל ניגונים. אבער אויך שוכי בערי וועלעכער האט שוין ארעינדזשט צוויי בעלזע טעיפס, באארבעט א ניגון צוויי, און זיין זון איז אויך א מחותן דא מיט ארעינדזשן, און ווי אויך זענען די צוויי טראדיציאנעלע בעלזע מנגנים ירמיה דמן און יוסף צבי ברייער פון די סאליסטן. און פארשטייט זיך אז אויסער די דרויסנדיגע מלחינים האבן אינווייניגסטע אויך בייגעשטייערט פון זייערע קאמפיזאציעס.

אבער, עס קוקט אויס מער ווי א אפענע פראדאקשן צו אפעלירן צום ברייטן ציבור. און קען גאר זיין אז דאס איז געווען ע"פ בקשת כמה חסידי בעלז אדער גאר פונעם רב אליין (אדער בהסכמתו) וועמען עס האט זיך געוואלט אביסל א טויש פון די בעלזע איינגעשפארטקייט. ווי מען זעט אז בעלז האט בכלל לעצטנס געעפנט די טירן פאר דרויסנדיגע ניגונים אריין צודרינגען בחצרות בעלזא, אנדערש ווי אמאל ווען כמעט נאר אינווייניגסטע ניגונים זענען געזינגען געווארן. ברוך מתיר אסורים!

איך האב נישט קיין אנונג צו יוסף משה כהנא, וועלעכע איז ביז יעצט געזעסן איבערן שיסל פון ניגוני חסידי בעלז (און ער האט באמת שוין אביסל אנגעהויבן צו מאכן ניגוני בעלז מער "וועלטליך"), צו ער האט א שייכות מיט דער פראיעקט. אדער מיט דער אנדערער פראיעקט פון לדור ודור.

נשלח: מיטוואך יוני 17, 2015 8:15 pm
דורך moshav zekeinim
איין זאך - אבער די וויכטיגסטע- האב איך פארגעסן צוצולייגן: עס שיינט צו זיין א הערליכער פראפעשענל אלבום.