בלאט 1 פון 2

וואס איז ניי-עס

נשלח: מיטוואך יוני 20, 2012 6:14 pm
דורך דולה ומשקה
קלויזענבורגער רב זצ"ל איז מחנך א שפיטאל - ניין, נישט לאניאדא שפיטאל אין נתניה, ארה"ק, און נישט דער קלויזענבורגער רב וואס איר קענט, נאר הרב ר' עקיבא גלאזנער, נכד מרן החת"ס, און די יאר איז תרצ"א --- דאס זענען די ווערטער פון הערשל ציג ווען ער האט מפרסם געווען זיין היסטורישע קליפ.

במה דברים אמורים

ניין, נישט דעם באקאנטן וועבזייטל, און נישט פון נייעס איז דער מדובר.
די רעדע דא איז פון א קליין געשעפט וועלעכע געפינט זיך אויף דרייצען עוויניו ציווישען 55 און 56 סטריט. דאס געשעפעט פארקויפט געטראנקען, ליין מאנטריעל (בתוכם: שטערן שפאקטיוו ר"ל) וכדומה דברים של מה בכך. דער געשעפט וואס איז א יאר מיט א האלב אלט, ווען זי וואלט זיך געפונען אין ווילימסבורג וואלט דאס שוין לאנג געוועהן אראפ געברענט, מחאות וקול קורא'ס אפגערעט. אינמיטן העלן טאג כאפט דאס נישט קיין באזונדערע אויפמערקזאם.

אבער פאהר נאר אדורך פין צוועלף אזייגער ביז פיר פארטאגס, וועט זיך קלאר ארויס שטעלן וואס דער געשעפט ברענגט מיט מוט זיך, חבורות וחבורות שונות פון בחורים וואס זענען ארויס געפאלען פון די "סיסטעם" הן מטעם די ישיבה הן מטעם הויז פראבלעמען, זה בכה וזה בכה, זיי האבן זיך גרופירט אט ארום דעם געשעפט.

די תוצאות אז איבער 6 יונגע בחורים אין מיידלעך וועלכע וואוינען אויף די ארומעגע גאסן זענען רח"ל געגעבן א גליטש מיט א שנעלע טעפו, ביז היינט איז דער געשעפט געוועהן א "נאר מאן פערזאהן קלאב", אבער זיי האבן זיך צוגעטשעפט צו די מיידלעך וכו' וכו' וענין לענין באתו ענין, אין איינס שלעפט דער צווייטע.

לעצטע וואך פרשת שלח איז אפגעהאלטן געווארען א אסיפה בבית רבי דוד אייכענשטיין הרב מבורשטין אינאיינעם מיט רבי יחזקאל ראטה, אונגווארע רב, אייזענשטאטער רב ועוד מיט עלטערן ובראשם דער בעל הבית פון דעם געשעפט. און מ'האט דן געוועהן בכובד ראש ווי אזוי מטכס עצה צו זיין אויף דעם אנטשעפע נישט.

דער בעל הבית און דער וואס שטייט אונטער דער געשעפט איז יענקע גערמאן בן הרב החסיד רבי נחום מאיר גערמאן שליט"א מחבר ספרים יקרים.

נשלח: מיטוואך יוני 20, 2012 11:09 pm
דורך זר זהב
ער פארקויפט אלע גויעשע ניוספעפערס. ער איז גארנישט אנדערש פון א גוישע באדעגא נאר איין חילוק ער פארקויפט נאך נישט העם סענדוויטשעס.

נשלח: מיטוואך יוני 20, 2012 11:19 pm
דורך דבילה
דולה ומשקה האט געשריבן:
לעצטע וואך פרשת שלח איז אפגעהאלטן געווארען א אסיפה בבית רבי דוד אייכענשטיין הרב מבורשטין אינאיינעם מיט רבי יחזקאל ראטה, אונגווארע רב, אייזענשטאטער רב ועוד מיט עלטערן ובראשם דער בעל הבית פון דעם געשעפט. און מ'האט דן געוועהן בכובד ראש ווי אזוי מטכס עצה צו זיין אויף דעם אנטשעפע נישט.

דער בעל הבית און דער וואס שטייט אונטער דער געשעפט איז יענקע גערמאן בן הרב החסיד רבי נחום מאיר גערמאן שליט"א מחבר ספרים יקרים.

אזוי צו אזוי 'עט דער בעלעבאס פונ'ם געשעפט ארויסגיין א העלד. 'עט ער פארמאכן, 'עט ער זיין א העלד פאר פאלגן, 'עט ער האלטן אפן, 'עט ער זיין א העלד פאר בלייבן אפן. פארפאלן, העלד בלייבט העלד!

נשלח: מיטוואך יוני 20, 2012 11:32 pm
דורך משכיל
נו גרויסע חכמים גייטס כאפטס דארט נשמות, כל המקיים נפש אחת וכו',דאס האט נישט קיין שייכות צו די אינטערנעט און די תקנות וועלען צו דעם גארנישט העלפען

נשלח: דאנערשטאג יוני 21, 2012 12:26 am
דורך נולד מאוחר
סוועט זיין זייער אינטרסאנט צי זען ווי אזוי באראפארק באהאנדלט אזא פראבלעם.
האבן זיי זיך שוין אויסגעלערנט ניסח ווילואמסבורג אדער גייט וויליאמסבוררג האבן וואס צי לערנען פין זיי.

נשלח: דאנערשטאג יוני 21, 2012 2:51 am
דורך משה רוקח
Where exactly does Yanky German come into the picture?
The store was opened by a few older bachurim (the guplech for whoever knows what I'm talking about).
I go there from time to time in middle of the night and it's usually empty except of a few Hatzalah members that come in for a drink after saving some people's lives.

נשלח: דאנערשטאג יוני 21, 2012 6:23 am
דורך ידען
קלויזענבורגער רב זצ"ל איז מחנך א שפיטאל - ניין, נישט לאניאדא שפיטאל אין נתניה, ארה"ק, און נישט דער קלויזענבורגער רב וואס איר קענט, נאר הרב ר' עקיבא גלאזנער, נכד מרן החת"ס, און די יאר איז תרצ"א --- דאס זענען די ווערטער פון הערשל ציג ווען ער האט מפרסם געווען זיין היסטורישע קליפ.

וואס האט עס מיט די נייט קלאב?

נשלח: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:55 am
דורך קאווע טרינקער
פליז, יענקי גערמאן? דער וואס האט געראטוועט די שיריים פון לייבי ?
כ'גלייב נישט. ס'איז א טעות, לויט ווי איך קען יענקי.

בגוף הדבר, די הויפט פראבעלם פון די געשפעט איז אז דארט פארשאפאט מען "דראגס". יא. איך ווייס.
איך קען א יונגע בחור, אמת טאקע אז די סיסטעם (אויב ס'איז ווערט צו זיין בכלל "סיסטעם") איז נישט געווען פאר אים. אבער זייענדיג א שכן דארט, איז אים אויסגעקומען צו ווערן באפריינדעט מיט די בעל הבית אדער מיט די קונים, ה' ירחם ווי אזוי ער קוקט אויס, שווער צו גלייבען אז א יונג בחור מיט א רינגעל און א קייטעל איז א שומר שבת.
זיין טייערע טאטע, איז אמאל אריין אים דעם געשפעט אין געמאכט קולות און יאמעליכע בכיות...
ער איז א ברשטינער מתפלל.

נשלח: דאנערשטאג יוני 21, 2012 2:34 pm
דורך שמעקעדיג
דער בורשטינער רבי שליט"א דארף אהינגיין ביינאכט, און זיך אראפזעצן דארטן!! די חברה וועלן אדער 1) אנטלויפן צו אלע רוחות און פטור אן עסק; אדער 2) נתקרב ווערן צו אידישקייט. דער בורשטינ'ער פירט א הערליכע דרך אין אידישקייט, זיינע טישן, שבתים און ימים טובים איז נישט נאר א הנאה ברוחניות, נאר אויך א הנאה גשמיות. ער קען מקרב זיין אסאך פון די שוואכע חברה און זיי וועלן שפירן א געשמאקן טעם אין א מצוה!

נשלח: פרייטאג יוני 22, 2012 9:57 am
דורך לעמיל
קאווע טרינקער האט געשריבן:פליז, יענקי גערמאן? דער וואס האט געראטוועט די שיריים פון לייבי ?
כ'גלייב נישט. ס'איז א טעות, לויט ווי איך קען יענקי.

איז עס דעי יענקי גערמאן?

נשלח: מאנטאג יוני 25, 2012 12:12 pm
דורך דולה ומשקה
באריכט:
ליידער דער אסיפה האט געהאט א פערקערטן אויפטו, ווייל עד היום האבען זיי זיך געדרייט אין אדער אינדרויסען פונעם געשעפט, נאך באקומען פרעשור (עכ"פ כעת עתה), האבען די חברה געדארפט האבן ווי זיך צו דרייען, ביז איינע פון די יעניגע האבן באקומען צוטריט צו א הויז אין סיגעיט.

זענען זיי נישט בריש גלוי?

עס איז אבער אנדערש, ווייל די הויז איז גאנץ א גרויסע מיט עטליכע צימערן, די פראבלעם וואס די עלטערן איז, מי יודע וואס גייט פאר אין די צימערן? (דארף איך דאס פורש בשם זיין?) וואלט דען אינדרויסען אויף גאס נישט בעסער געוועהן? דער אסיפה האט נאר אויפגעטוהן אז די שכנים האבן דאס נישט פאר זיך, אבער דער וואונד וואס די עלטערן מאכען מיט איז פיל פאכיג פארערגעט געווארען.

נאך מער עס ציעט מער מיידלעך, ווייל יעצט האבען זיי שוין אויך א דאך אויפן קאפ, א פריוואטע דאך אויפן קאפ... קיינער קוקט זיי נישט נאך דארט, רח"ל.

האפענטליך וועלען די רבני תושבי סיגעיט זיך כאפען דערויף, איידער עס פארט ארויס פון קאנטראל.

נשלח: מאנטאג יוני 25, 2012 3:16 pm
דורך דבילה
דולה ומשקה האט געשריבן:באריכט:

ס'נאך אלץ א שטארקע אויפטוה. אונז דארפן וויכטיגער דעם אויסזען ווי דער אמת... למעשה זעט די גאס אויס בעסער? איז אן אויפטוה. בחדרי חדרים איז נישט אונזער געשעפט!

נשלח: מאנטאג יוני 25, 2012 3:29 pm
דורך קאמפיאטער
נישט ריכטיג דבילה אין אמת'ן איז נישא קיין חילוק ווי עס איז, אויב ווערט אפגעטין ערגץ אויף דער עולם אן עבירה דארף עס באנג טאן, וויל עס איז יעצט אריינגעשטאכן געווארן א מעסער אין די הייליגע תורה עס אפגעטין געווארן א עבירה, איז אויף די וועלט געשען אן עבירה,צאין אויב עס איז ביז יעצט געווען 75 פארצענט מצוות האט זיך עס אראפגעריקט צי ווייניגער.
כל ישראל ערבים זה לזה!!

נשלח: מאנטאג יוני 25, 2012 6:22 pm
דורך געפילטע פיש
קאמפיאטער האט געשריבן:נישט ריכטיג דבילה אין אמת'ן איז נישא קיין חילוק ווי עס איז, אויב ווערט אפגעטין ערגץ אויף דער עולם אן עבירה דארף עס באנג טאן, וויל עס איז יעצט אריינגעשטאכן געווארן א מעסער אין די הייליגע תורה עס אפגעטין געווארן א עבירה, איז אויף די וועלט געשען אן עבירה,צאין אויב עס איז ביז יעצט געווען 75 פארצענט מצוות האט זיך עס אראפגעריקט צי ווייניגער.
כל ישראל ערבים זה לזה!!

איך גלייב אז דבילה איז געווען סארקאסטיש, כמשמע מדבריו
דבילה האט געשריבן:אונז דארפן וויכטיגער דעם אויסזען ווי דער אמת...

נשלח: מאנטאג יוני 25, 2012 7:36 pm
דורך דולה ומשקה
די שאלה איז דעמאלס א הארבע שאלה:
צו זאל איך לאזען די בחורים וגם בתולות טועהן נאך הארבערע עבירות חמורות, דארט אין סיגעיט, אין דער הפקירות גייט נתרבה ווערען פיל פאכיג מער
אדער זאלען זיי בלייבען אין הארץ פון בארא פארק אבער מער איינגעצוימט, פארשטייט זיך אז דאס איז גורם אז עס זאלען צוקומען נאך

און מאן יימר אז צו סיגעיט וועלען אויך נישט צוקומען נאך.
סאטמאר האט דארט א ישיבה, קענען בחורים ווערען אהין געשלעפט צו יענע הויז?

Re: וואס איז ניי-עס

נשלח: מאנטאג יוני 25, 2012 8:07 pm
דורך איחוד פעלד
טרייבען די בחורים עט נישט פיקסען די אנגעפאראנע. עס איז דא א הויז אין וואדרידז ווי אלעס איז מותר און בחורים וגם בתולות פארברענגען דארט כתאוות לבם.
די שאלה איז נאר צו זיי האבען אריין געצויגען בחורים און מיידלעך פין דער גאס, און דאס האט מען אויפגעטוהן, האט זיך געלוינט.

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

נשלח: דינסטאג יוני 26, 2012 12:44 am
דורך אברעמעל
אפשר איז מען אביסל קלארער, וואס מיינט דא א הויז אין סיגעיט? איז עס די זעלבע מין מציאות ווי אין וואדריזש? אדער אזא בחינה ווי א קלאב.

נשלח: מיטוואך יוני 27, 2012 11:30 am
דורך משה רוקח
קודם זיי מסביר וואס דער הויז אין וואודרידזש איז. איך האב קיינמאל נישט געהערט דערפון.

נשלח: דאנערשטאג יוני 28, 2012 8:57 am
דורך לעמיל
משה רוקח האט געשריבן:קודם זיי מסביר וואס דער הויז אין וואודרידזש איז. איך האב קיינמאל נישט געהערט דערפון.

גיימער עס אויס טשעקען?

נשלח: זונטאג יולי 01, 2012 5:37 pm
דורך cookies
לעמיל האט געשריבן:
משה רוקח האט געשריבן:קודם זיי מסביר וואס דער הויז אין וואודרידזש איז. איך האב קיינמאל נישט געהערט דערפון.

גיימער עס אויס טשעקען?

SO?

נשלח: דאנערשטאג יולי 05, 2012 12:58 pm
דורך משה רוקח
איך בין נישט אינטרעסירט עס אויסצוטשעקן. איך וויל נאר וויסן וואס דאס איז.

נשלח: פרייטאג יולי 06, 2012 12:51 pm
דורך שעפסעלע
לויט וויפיל איך ווייס, רעדט זיך עס פון א הויז וואס באלאנגט פאר א גרוש א.ג. אין עס קומען צו פארן וועכענטליך בחורים, גרושים און סיי ווער.

די הויז באשטייט פון א הערליכע צוויי שטאקעדיגע הויז, נעבן דעם איז דא א גאראזש פאר די קארס, אויך איז דא אויפן פלאטץ א גאר שיינע שול, מיט א אינדאור סווימינג פול.

דא האט איר א ווידיאו פון די שול

http://www.youtube.com/watch?v=NUDMX7UP ... ature=plcp

http://www.youtube.com/watch?v=cRKXgoyJ ... ature=plcp

נשלח: פרייטאג יולי 06, 2012 1:08 pm
דורך זר זהב
יא, אבער נאך ווי א הויז!