בלאט 1 פון 1

דער נגינה שטערן: דוד שמחה פון פראנקרייך

נשלח: מיטוואך יוני 17, 2015 9:42 pm
דורך moshav zekeinim
לפי דברי משה לאופער דער ארעינדזשער פון זיין ערשטער (און דערווייל איינציגסטער) אלבום, איז דוד שמחה דער קומענדיגער אריין צו גיין אין די גאלעריע מיט מבד, אברהם פריד און יעקב שוואקי. דער וועג וויאזוי ער זינגט מיט א פולע שליטה און מיט אויסערגעווענליכע כאריזמא איז אין זייער לעוול.

משה לאופר טענה'ט אז ער האט עס נישט געזאגט אויף כמעט קיין זינגער אויסער אויף יעקב שוואקי בעת ער האט אים ארעינדזשט זייו ערשטער אלבום, און אזוי ווי דארט איז ער געווען גערעכט, קלערט ער אס ער האט דא אויך א ריכטיגער שמעק.

ווען מען הערט דעם ראק ניגון הן גאלתי, וואס איז ארויס געקומען אלס א סינגל בעפאר דער גאנצער סידי, פארשטייט מען וואס משה מיינט, ער שרייט נישט און מאכט נישט קיין תניעות סתם אין די וועלט אריין, ער זינגט ווילד אבער מיט הטעמה אוו ברענגט א געוויסער עקסיידינג גייסט מיט זיך (אפשר די פראנצויסישע???) וואס פארפילט דעם זאל.

אבער די אנדערע ניגונים פון דעם אלבום זעננן לדעתי נאך נישט אזוי גרויסארטיג געזינגען.