בלאט 1 פון 2
זהירות נשים! חרדישע אידן וועלן נישט האנדלן מיט'ן 10$ באנקנאט
נשלח: דאנערשטאג יוני 18, 2015 2:05 am
דורך ישמעאל הכהן
אין לך יום שאין קללתו מרובה 'מחברתה',אין א פרישן שריט פון די אמעריקאנער רעגירונג צו שטערן טהרתן של ישראל קומט אריין די נייעס אז די טרעזשורי דעפארטמענט שר"י האט געמאלדן אז אויף די קומענדיגע צענער באנקנאטן וועט צום ערשטן מאל אין הונדערט יאר ערשיינען א פרוי בילד אויפן ביל. ס'דא ארויסגעלייגט א וועבסייט וואו מ'קען שטימען וועלכע פרוי עס זאל זיין.
עס ווערט ערווארטעט א שטארקע וויי געשריי פון אידישע קווארטאלן, מעגליך איז אז מ'וועט פשוט נישט האנדלען דערמיט, ס'דא וואס זאגן מ'זאל אראנדזשירן אז דער עולם זאל שטימען פאר א פרוי קלינטאן בילד אויפן צענער וועט עס נישט עכט זיין אזא פראבלעם. אבער "די צייטונג" ארויסגעבער זאגט אז ער וועט דאס נישט אנערקענען און מ'וועט נישט קענען קויפן זיין צייטונג מיט א צענער.
ס'דא וואס זאגן מ'זאל נישט מאכן אן איבערקערעניש און מ'זאל רעזערווירן אלע צענערס אויף צו באצאלן קליניג לעידיס.
נשלח: דאנערשטאג יוני 18, 2015 2:16 am
דורך אינטער_חכם
אפשר קענען מען איינרייסען וועלטן זי זאל טראגן א שפיטצל, אדער כאטש א הוט? איך טראכט די ליבעראלע וואס פירען די גאנצע מעשה וועלן פארשטיין...פון א פאליטיקאל-קארעקטנעס פערספעקטיוו...
נשלח: דאנערשטאג יוני 18, 2015 8:04 am
דורך פלעין יודיש
ווי קען מען שטימען???
איך גיי פאר אלטע פייגא....
נשלח: דאנערשטאג יוני 18, 2015 8:07 am
דורך קאך_לעפל
און איך שטום פאר שרה שארמאשער ז''ל אדער פאר גאלדא לאקס נאך נישט געהעריג מחליט געווען...
נשלח: דאנערשטאג יוני 18, 2015 8:15 am
דורך שמעון וואלף
עצה טובה אז עסקנים פון וועד לטוהר המחנה זאלן באצייטענס אנזאמלן אוצרות מיט צענערס און אוועקלייגן אז ס'זאל צורקילירן ביים היימישן עולם. כאטש ס'איז נישט א פולער לעזונג ווייל מ'דארף נאכאלץ קוקן אויב ס'איז פון די נייע אדער די אלטע אבער א הצלה פורתא איז עס פארט.
אולי זאל מען לייגן א מאושר שטעמפל אויף די כשר'ע צענערס. איך וויל זיכער נישט מיינע קינדער זאלן זיך חבר'ן מיט קינדער פון שטיבער ווי ס'קומט אריין די טריפענע געלטער
Re: זהירות נשים! חרדישע אידן וועלן נישט האנדלן מיט'ן 10$ באנ
נשלח: דאנערשטאג יוני 18, 2015 9:26 am
דורך [NAMELESS]
אין ענגלאנד איז שוין דא די קעניגען אויף די געלט פאר אסאך יארן. העכסטענס לייגט מען א סטיקער און מ'געט זיך אן עצה
נשלח: דאנערשטאג יוני 18, 2015 10:11 am
דורך ישראל קאפקע
http://thinkprogress.org/economy/2015/0 ... w-10-bill/נומער דריי איז די ערשטע שווארצע קאנגרעספרוי ערוויילט צו ווערן צום קאנגרעס, זי האט רעפרעזענטירט דעם היימישן ניי וויליאמסבורג/בעד סטיי.
איך וואלט געגאנגען מיט נומער 2, די ערשטע קאנגרעספרוי.
נשלח: דאנערשטאג יוני 18, 2015 10:33 am
דורך דולה ומשקה
לכאורה וועט עס זיין צורתה פון ערשטע פרוי עלענאור ראוזפעלד אשת חבר כחבר פונעם פרעזעדענט ראוזפעלד.
יתכן אז די מנהלי הישיבות וועלן נישט ערלויבען קינדער צו האבען 'צענערס' ביי זיך אין טאש, פונקט ווי זיי האבען נישט צוגעלאזט די קינדער פארמאגען ביי זייער ביזנעס קארד קאלעקשען, קארטלעך וועלעכע פארמאכען 'כלה' קליידער אדער בילדער ווי א כלה שטייט פארענט פון א לימוזין, רח"ל מהאי דעתה.
נשלח: דאנערשטאג יוני 18, 2015 10:42 am
דורך ברסלבער
נישט געזארגט, די עסקנים וועלן אוועקשטעלן גרויסע קעסטלעך אין אלע גרעסערע שולן, וואו מען וועט קענען אריינווארפן די טריפה'נע צענער'ס...
אין ישיבה האט איך געהאט א מגי"ש וואס האט אייביג איבערגעדרייט די קוואדערס ביים געבן צדקה אינמיטן דאווענען, נישט וועלנדיג האבן פאר זיך אן פסל מיט די צורה פון א מענטש. ווען עס האט אנגעהויבן ארויסקומען די נייע סטעיט קוואדערס, און געוויסע האבן געהאט א צורה פון ביידע זייטן, האט דאס אים ממש אויפגעגעסן דאס געזונט, ער איז געווען זייער ברוגז אויף די טרעזשורי. יעצט זע איך שוין איין ווי גערעכט ער איז געווען. כשהן יורדין...
נשלח: דאנערשטאג יוני 18, 2015 11:19 am
דורך [NAMELESS]
ברסלבער האט געשריבן:נישט געזארגט, די עסקנים וועלן אוועקשטעלן גרויסע קעסטלעך אין אלע גרעסערע שולן, וואו מען וועט קענען אריינווארפן די טריפה'נע צענער'ס...
אין ישיבה האט איך געהאט א מגי"ש וואס האט אייביג איבערגעדרייט די קוואדערס ביים געבן צדקה אינמיטן דאווענען, נישט וועלנדיג האבן פאר זיך אן פסל מיט די צורה פון א מענטש. ווען עס האט אנגעהויבן ארויסקומען די נייע סטעיט קוואדערס, און געוויסע האבן געהאט א צורה פון ביידע זייטן, האט דאס אים ממש אויפגעגעסן דאס געזונט, ער איז געווען זייער ברוגז אויף די טרעזשורי. יעצט זע איך שוין איין ווי גערעכט ער איז געווען. כשהן יורדין...
איך פארשטיי ממש נישט פארוואס ער האט זיך געגעסן דאס געזינט, ער וואלט עס מיר געקענט געבן?
נשלח: דאנערשטאג יוני 18, 2015 11:49 am
דורך שמעון וואלף
אפשר טאקע פארדעם, ווייל ער האט דיך עס געדארפט געבן האט ער זיך געגעסן
נשלח: דאנערשטאג יוני 18, 2015 12:07 pm
דורך רויטע וואנצעס
אין אנדערע נייעס הערט מען אז אדמורים וועלן נישט אנעמען קיין צענערס ביים פדיון, די מינומעם וועט זיין $20.
נשלח: דאנערשטאג יוני 18, 2015 12:09 pm
דורך שמעקעדיג
און די נעקסטע כינוס כלל ישראל וועט קאסטן מער ווי א $10
נשלח: דאנערשטאג יוני 18, 2015 12:11 pm
דורך א איד
אלס וואס אין געזעלשאפט, ענדערש אין א שמייכל.
ווי קען מען באקומען די נייע צענערס, איך גיי שוין אויס צו קענען קוקן אויף א פרוי.
נשלח: דאנערשטאג יוני 18, 2015 12:19 pm
דורך פאפיטעס
דאכצעך מיר אז די טרעזשורי סעקרעטאר איז א היימישן יוד, היתכן ער שטעכט אריין א מעסער אין ריקן פון זיין אייגענעם פאלק???
נשלח: דאנערשטאג יוני 18, 2015 12:22 pm
דורך lazar
רויטע וואנצעס האט געשריבן:אין אנדערע נייעס הערט מען אז אדמורים וועלן נישט אנעמען קיין צענערס ביים פדיון, די מינומעם וועט זיין $20.
און גוי'טע פרייזן וועלן צוריקגיין צו $10 א שעה, וויבאלד די צענער וועט פארמאגן א בילד פון א גוי'טע.
נשלח: דאנערשטאג יוני 18, 2015 2:51 pm
דורך yatzmachp
מען דארף מאכן א יום תפילה. מען דארף זיך גרייטן לדורן, לתפילה ולמלחמה.
נשלח: דאנערשטאג יוני 18, 2015 3:33 pm
דורך berlbalaguleh
א איד האט געשריבן:אלס וואס אין געזעלשאפט, ענדערש אין א שמייכל.
ווי קען מען באקומען די נייע צענערס, איך גיי שוין אויס צו קענען קוקן אויף א פרוי.
א איד:....כ'האב געוואלט עפעס זאגן. אבער איך זאג נישט....
Re: זהירות נשים! חרדישע אידן וועלן נישט האנדלן מיט'ן 10$ באנ
נשלח: דאנערשטאג יוני 18, 2015 3:39 pm
דורך א איד
פארוואס זשע זאגסטו נישט?
Re: זהירות נשים! חרדישע אידן וועלן נישט האנדלן מיט'ן 10$ באנ
נשלח: דאנערשטאג יוני 18, 2015 3:41 pm
דורך יואב
berlbalaguleh האט געשריבן:א איד האט געשריבן:אלס וואס אין געזעלשאפט, ענדערש אין א שמייכל.
ווי קען מען באקומען די נייע צענערס, איך גיי שוין אויס צו קענען קוקן אויף א פרוי.
א איד:....כ'האב געוואלט עפעס זאגן. אבער איך זאג נישט.... [emoji38]
ר' בערל, אפילו ווען ער האלט זיך איין, האלט ער זיך אויך נישט איין.
Sent from my SM-G900T using Tapatalk
נשלח: מאנטאג יוני 22, 2015 10:08 am
דורך ציבעלע-קיגל
אונז קענען שוין זייער גוט די רשעות'דיגע קנאים. אלס וועט מען מוחה זיין... ביז'ן גרינעם דולר
נשלח: מאנטאג יוני 22, 2015 2:55 pm
דורך געוואלדיג
שוין לאנג נישט גרין
נשלח: מאנטאג יוני 22, 2015 4:15 pm
דורך [NAMELESS]
זעסט, אפילו אויף דעם וואס עס איז מער נישט גרין - זענען זיי אויך נישט מוחה, ווילאנג מ'רעדט פונעם דאלער...